דינגען, איבערנעמען ליעס

הילף, עצות און טיפס
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

דינגען, איבערנעמען ליעס

שליחה דורך Milk shake »

מיין טייערע שוואגער האט באקומען א מענעדזשינג דזשאב אין א קעמפ, פון קומענדיגע וואך דארף ער ארויספארן צו די מאונטעינס כמעט יעדע איינציגע טאג, ער גרייט זיך תיכף ומיד צו דינגען א מיני ווען, ווייל דאס איז די סייז וואס ער געברויכט, מיין שווער זאגט אז ער איז נאריש, ער קען איבערנעמען א ליעס פון עמיצן, ער וועט אויסקומען סאך ביליגער, און יענער וועט זיך נאך פרייען אויך, ער ווענדט זיך צו מיר וואס פרעטענדירט צו זיין א אלץ ווייסער און אלץ קענער, אבער ליידער ווייס איך נישט וואס אים צו ענטפערן,

איז דא אזא באשעפעניש ווי איבערנעמען א ליעס אינמיטן? איז עס אויסגעהאלטן לויט די ליסינג קאמפעני? אויב יא ווי טרעפט מען אזא זאך אויף די וועלט?

און ועל כולם, איז עס טאקע ביליגער ווי רענטן?
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קודם כל איז א חילוק צי ער איז אזא איינער וואס וואלט אראפגעדרייט מייל. אויב מוז ער פארן טעגליך צו די מאוינטענס גייט ער לכאורה אנזעצן מיט מיילעדש. רוב רענטלס, ספעציעל די גרויסע גיבן אנלימעטעד מיילעדש. א צווייטע סיבה צו רענטן: אויב האט ער נישט אייגענע קאר אינשורענס דאן קען ער קריגן אינשורענס פון דער קרעדיט-קארד פירמע וואס ער ניצט. וויפיל, ווי לאנג און וויאזוי ווענדט זיך יעדע אנדערש. אמעריקען עקספרעס גיבט ווי ווייט איך ווייס פאר די לענגסטע. אבער אפילו מיט זיי קריגסטו נאר פאר ארום דרייסיג פערציג טעג. אזוי וועט ער נישט קענען ארויסנעמען א רענטל פאר א גאנצן זומער אויפאמאל.

(א מעגליכע עצה דערצו איז צו קויפן א דזשאנק קאר און צאלן מינימום אינשורענס קאווערעדש. אזוי ברויך מען נישט קיין קרעדיט קארד פאר אינשורענס. דערנאך זאל ער אויפזוכן א לאקאלע לאקאציע ערגעצוואו אין א שטעטל [דארט קען מען טרעפן גוטע דיעלס] און אזוי ארויסנעמען אויף א האלבן יאר.)

למעשה איז ווי ווייט איז זייער טייער מיניווענס במשך דעם זומער, און קען זיין מיט א רענטל וועט אויסקומען טייער. פון דער אנדערער זייט איז איבערנעמען א ליעס נישט ממש הונדערט פראצענט לעגעטים. אויב וויל ער אבער איז כמעט אייביג דא מענטשן וואס ווילן איבערגעבן. אינשורענס וועט ער אבער מוזן האבן פול קאווערעדש ווי ס'פאדערט זיך פאר א ליעס, און אויב איז ער פון די סיטי, האט פוינטס אויף זיין לייסענס, אדער א נייעם דרייווער האט ער יעדן דיסעדווענטעדש צו האבן א גוטן אינשורענס קוואויט. היימישע ליעסינג פירמעס וועלן א סך מאל האבן. ס'איז אבער נישט דוקא א היימישער געדאנק; ס'איז נישט מער ווי נארמאל אז א מענטש זאל אינמיטן א ליעס זיך טרעפן אן געלט וויאזוי דאס צו דעקן.

איז ברויך ער מאכן אן אייגענעם חשבון וואס לוינט זיך אים מער. ווי סך, וויפיל און וויאזוי ער וויל דאס נוצן. זאל ער טשעקן רענטל רעיטס, און זאל ער טשעקן וויפיל ס'וועט אים זיין די עקשועל ליעס, פלוס אינשורענס, פלוס מיילעדש אא"וו.


אן אלטערנאטיוו צו ביידן קען זיין קויפן אן אלטן ווען.

אין יעדן פאל איז זייער שיין אז אויב די גאנצע משפחה איז שוין יא אינוואלווד אין אזא גורל'דיג באשלוס זאל כאטש א שוואגער זוכן דאס בעסטע, נישט סתם זאגן ס'איז נאריש אזוי צי אזוי. זאל ער האבן הצלחה מיט זיין דזשאב.

נב. אויב וויל ער רענטן זאל ער נישט ווארטן ביז די פרייזן גייען צום הימל.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ווי איך ווייס גייט פאהר א היפשע אינדאסטרי מיט איבערגעבען ליעסעס, טאקע ספעשעל יעצט אין די סיזען פון נאך פסח ביז זו מער, מענטשען זזוכען נייערע מאדעלען ווען זיי זענען סטאק מיט די עלטערע, און ס'דא פלענטי מענטשען וואס זוכען איבערצונעמען, מקען עס טון לעגיטים, אדער האלב לעגיטים, ס'יז הונדערט פראצענט לעגאל בכל אופן, כל זמן די קאר איז אינשורד פאר א לייסענסד דרייווער, אין דעהם פאל איז יואב גערעכט, מיט די מיילען וואס ער פלאנט ארויפלייגען זאל ער ענדערש דינגען א קליינע קארעלע ביזען זומער און זומער דינגען א מיני ווען, אדער איבערנעמען א ליעס

אין די גוישע מארק איז דא גרויסע קאמפעניס וואס טוען דאס סוואפען ליעסעס, דאס איז זייער ביזנעס, אבער די היימישע זענען מער צוגערישט פאר די היימישע געברויכען, איך ווייס פון עטליכע וואס פלעגען עס טוהן, דא איז זייער אינפארמעישען, איך מיין פאר דעהם וואס געבט אויף די ליעס קאסט עס גארנישט, פאר דעם נייעם קונה איז דא א קליינע פי, ס'ארבעט מיט אימעיל

leasematchinc@gmail.com

אדער איינער וואס טוט ספעשעל אין מיני ווענס

minivanswap@gmail.com

מי כעמך ישראל 8-)
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

שכויך יואב און קאאל מען, איך האב איבערגעגעבן די אינפארמעישען, און איך האף ס'וועט עפעס ארויסקומען דערפון, איך האב אויך גערעדט צו א ליסינג קאמפעני, און ער זאגט אז די פעלד פון איבערנעמען ליעסעס גייט אן אין גרויסן, ס'איז דא פאקטיש מער פארלאנג ווי סופליי
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

Re: דינגען, איבערנעמען ליעס

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

לויט ווי איך האב לעצטענס געהערט פון א חבר, איז דא אסאך ליסינג קאמפעניס וואס זיכען מענטשען זאלען איבער נעמען ליסעס. ווייל זיי האבען ליב צו כאפען קליענטען וואס האבען שוין געליסט ביי זיי און די ליעס לויפט אפ. ס׳ ארבעט אזוי: די קאסטעמער באקומט א קאל פינעם ליסינג קאמפעני 2 חדשים פאר די ליעס ענדיגט זיך אז יעצט איז דא א מעסיוו דיעל כאפ עס אין איך וועל שוין ארלעדיגען אז איינער זאל איבערנעמען דיין ליעס. די פראצעדור איז גאנץ פשוט, מען דארף מאכען אייגענע פלעיטס און רעגיסטרעשען (אדער טרענספערען איינס פון א פריערדיגע קאר) אויך פארשטייסט זיך אייגענע אינשורענס. די טייטעל ווערט נישט געטוישט. די טייטעל איז עניוועי אויף די באנקס נאמען נישט אויף דער וואס ליעסט עס.
פארשפארט