פארק'ס ארום מאנסי אפגעשפארט פאר יודן!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

פארק'ס ארום מאנסי אפגעשפארט פאר יודן!

שליחה דורך עזריאל »

יא איר האט גוט געליינט, ס'איז נישט קיין טעות אדער סתם א וויץ, ס'איז די טריקענע פאקט אויב דו ליינער ביזט א איד מיט פיאות גייט מען דיר ארויסשיקן פון פארק!

אפאר שונאי ישראל האבן עס געבעטן קוים א וואך צוריק, און היינט האט עס שוין די פאליציי אפיציעל געמאלדן.

ווער ס'האט מיטגעהאלטן דעם חול המועד די שטורעם אין ראקלענד וועגן די פארקס ווייסט צו זאגן די העיטפול קאמענטס פון עטליכע שונאי ישראל דירעקט צו עד דעי אז מ'מוז פארטרייבן די יודן פון די פובליק פארקס.

איר מיינט אוודאי אז און אמעריקא קען אזא זאך נישט געשעהן, אבער יעצט הערט און שטוינט.

היינט מיטוואך האט די קלארקסטאון סופערווייזער (וואס איז אגב זייער נאנט מיט עד דעי און ארבעט כסדר מיט אים) אפירגעקראצט א געזעץ וואס זאגט אז א פארק איז נאר געמאכט פאר די לאקעל רעזידענס, במילא נאר איינער וואס קומט פון קלארקסטאון וועט אריינגעלאזט ווערן אין פארק, זיי זאגן קלאר אז זיי גייען בעטן א איי.די. פונעם עולם.

ס'איז אונטערסאנט אז פונקט יעצט נאכן שטורעם האט מען זיך דערמאנט פון דעם געזעץ, ווי אויך איז די געזעץ נאר אין קלארקסטאון אז דרויסענדיגע טארן נישט אריינקומען, משא"כ אין די מאנסי פארקס מעג נאך דער קלארקסטאון גוי אריינקומען.

ווי אויך איז אינטערסאנט אז די נייעס קומט נישט פון די פארק'ס דעפארטמענט - וואס זיי מעלדן נארמאל די פארק רול'ס, ס'קומט פון די טאון וואו ס'זיצען די וואס האבן מורא פן ירבה, אריינגערעכנט עד דעי, און ס'קומט שוין אויך פון די פאליציי. זייט ווען מעלדט די פאליציי רעגולאציעס פון די פארק'ס? אינטערסאנט אז די לאקעל קאורט אדער גאר די קאררעקשאנס דעפארטמענט מעלדט עס נאך נישט.

יא מ'קען חוזק מאכן נאצי ארויף נאצי אראפ, איר גייט יא אדער נישט און בונקער וכדומה, אבער דאס איז א סעמפל פון אויספלאנירטע רשעות קעגן די היימישע עולם.

איך וויל נישט אריינמישן נאצי דייטשלאנד ווייל אין פאקט איז נישט דאס די מצב, מ'בויעט נישט קיין גאז קאמערן, אבער עפטער אלל דא איז דא א פאליטישען וואס איז געלאפן אויף א טיקעט אז ער גייט אונטערדריקן די יודן, ער רעדט מדי יום ביומו אקעגן אונז אין פובליק אויף סאושל מידיע און אויף די ראדיו, ער אינוועסטיגעיט די היימישע עולם טאג טעגליך, נעכטן האט ער ארום געשיקט בריווען צו מקוואות וואס האבן אייגענע קוועלער אז ס'איז איליגעל, זיין איינגעשטעלטער האט געפענט און פירט אן א בלאג וואס רופט בלאק די בלאק וואוט, וואס די איינציגסטע מיסיע איז צו חוזק צו מאכן פון יודן און העצן קעגן יודן, ער אליין קאמענט דארט אפט, און יעצט פארטרייבט מען אונז פון די פובליק פלעצער, "אזוי האט אויסגעקוקט איירופע פארן קריג".

א קיצור דאס איז קלאר אז די אלע וואס פלעגן גיין אין די פארקס ארום מאנסי זענען מער נישט בארעכטיגט דערצו, מ'גייט בעטן א איי.די.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר