יעדעס מאל ווען סע דא נייעס וועגן א גרויסע שיסעריי הייבט זיך אן די אלטע דעבאטע פון גאן קאנטראל, אויב מע זאל יא אדער נישט איינצוימען די רעכטן פון האבן די כלי משחיתים.
די טענה אז מע זאל יא לאזן האבן געווער אן קיין חשבון איז ווייל די קאנסטיטוציע שרייבט קלאר אז מען מעג און וועגן דעם ווייל דאס איז די טייערסטע ביים אמעריקאנעם, זאגן זיי אז סע איז א רעכט וואס מען טאר בשום טופן נישט אוועקנעמען.
די טענה אז מען דארף עס איינצוימען איז ווייל די קאנסטיטוציע רעד פון מיליציעס אז זיי קענען זיך באוואפענען.
אזוי שלאגט מען זיך ארום כסדר און די לאבי פון די nra איז אזוי שטארק אז זיי קנאקען אוועק אלע וואס ווילן עס איינצוימען, און דערווייל ווערן נאך און נאך מענטשן געהארגעט.
וואס האלט דער עולם, זאל מען לאזן געווער ביים היימישען עולם אדער נישט?
איך שטים אויך דערקעגן. די חורבנות וואס גאנ'ס האט שוין געברענגט (סיי אין אמעריקע, און זיכער אין מעקסיקא) איז פי כמה מער ווי די מ'כלומר'שטע מעלות פון באזיצן א גאן. איך ווייס נישט ווי א שכל'דיגער מענטש קען האלטן אנדערש, באט עווריוואן איז ענטייטעלד טו דעיר אפיניאן.
קודם מען רעדט נישט אז יעדער כולל יונגערמאן זאל זיך ארום דרייען מיט א מאשין גאן אויפען אקסעל,
מען רעדט צי א צווילער מענטש מעג האבען א פשוטע רעוואלווער, איך האלט קלאר אז יא,
קודם דארף מען וויסען בכלל צי א פלאץ ווי ס'דא מער גאן'ס איז דא מער שיסערייען, כ'מיין, אין ניו יארק איז אומלעגאל גאן'ס, אין דאך איז דא שיסערייען יעדען טאג, סאו בעסיקלי ווען גאן'ס איז אומלעגאל מיינט עס אז דער פשוטער אומשולדיגער בירגער ער וועט נישט האבען, ווייל די פארברעכער האבען סייווי,
יעצט ווען די המון עם איז באוואפענט, איז נארמאל אז פארברעכער זאלען טראכטען צוויי מאל פאר זיי טוען עפעס ווייל זיי ווייסען אז זייער לעבען איז אין סכנה, אנדרעש איז ווען די המון עם איז דעפענסלאז,
קוק אין ארץ ישראל, ווי א גרויס חלק פין די המון איז באוואפענט, אין עס האט שון אסאך מאל געראטעווען פין א טעראר אקצי אין געהארגעט טעראריסטען באצייטענס,
יעצט דארף מען וויסען צי אין א"י איז דא מער שיסערייען ווי ניו יארק, אבער אויב ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'טאקע דא דארט ווייניגער גאן ווייעלענס, וועלען אבער די אנטי גאן חברה זאגען (אזוי ווי איינער האט געזאגט אין אן אנדערע אשכול), אז ס'נישט וועגען ס'דא גאן'ס נאר ווייל די מענטאליטעט איז אנדרעש, אבער עכ"פ זעהט מען אז גאן'ס מאכט נישט ערגער, אפילו דא קומט א משיגענער אין שיסט איז דאך אבער דא א צווייטע פלאץ ווי איינער האלט זיך איין ווייל ער ווייסט אז ווי נאר ער הייבט אן באקומט ער א קויל אין קאפ,
אין דאס איז די גאנצע סייקאלעדזשי אינטער דיר נוקלארע וואפען אז יעדער האט מורא עס צי ניצען ווייל יענער קען צירוק שיסען אויך, אזוי איז דא א באלאנס פין POWER,
אין צירוק צי וואס כ'האב געשריבען אין א אנדערען אשכול, אז ווען די אידען אין יוראפ וואלטען געהאט גאן'ס אין 1940, וואלט מען זיי נישט געקענט אזוי אומברענגען ווי אומבאהאלפענע שעפסעלעך, זיי וואלטען חאטשיג געהאט די געלעגענהייט צי זיך צירוק שלאגען מיטען שונא, אין אפילו ער ווערט צים סוף געהארגעט וואלט עס געווען א בכבוד'דיגען טויט,
אין צים סוף וואלטען ווייניגער אידען געהארגעט געווארען ווייל די רשעים וואלטען זיך געדארפט שלאגען אויף יעדעס ביסעל אידען אין נישט געקענט אזוי געשיקט אויסשחטען מליאנען,
ממילא מיז אויך זיין א באלאנס פין POWER צווישען די גאווערמענט אין המון, אזוי קען מען זיין זיכער אז די גאווערמענט ווען נישט איבערציען די ליניע,
אין נאכאמאל די פריערדיגדע פוינט: די פארברעכער וועלען סייווי האבען גאן'ס לעגאל צי אומלעגאל, קומט אויס אז די דעבאטע איז צי א פשוטע אומשולדיגע ציווילע מעג האבען א גאן צי נישט, איך האלט אז יא, מיט א גרויסע אלף,
שמעקעדיג האט געשריבן:איך שטים אויך דערקעגן. די חורבנות וואס גאנ'ס האט שוין געברענגט (סיי אין אמעריקע, און זיכער אין מעקסיקא) איז פי כמה מער ווי די מ'כלומר'שטע מעלות פון באזיצן א גאן. איך ווייס נישט ווי א שכל'דיגער מענטש קען האלטן אנדערש, באט עווריוואן איז ענטייטעלד טו דעיר אפיניאן.
אזוי כ'האב געשריבען די פארברעכער וועלען סייווי האבען גאן'ס, די פראבלעמען אין מעקסיקאו איז פין די דראג לארדען וואס וואלטען געהאט גאן'ס אפגעזעהן צי עס איז לעגאל צי נישט,
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי? אין ניו יארק, א גרויס חלק פון פארברעכענס ווערט געטוהן מיט אומלעגאלע גאנס.
DUH!! סקומט פון סטעיטס וואו ס'נישט פארבאטן! און ס'נישטא קיין גרעניצן ווען מ'גייט פון איין סטעיט צום צווייטן.
אהא, אין פין ווי איז דא גאנס אין קאנאדא, ווי כ'מיין אז אין גאנצען לאנד איז עס אומלעגאל פאר פריוואטע בירגער, חוץ מיין איך אויב מען האט א ספעציעלע לייסענס,
ס'סייווי נישט דא א לאנד אן גאנס, ווייל די ארמיי אין פאליציי האבען אין ס'וועט אלעמאל זיין א שווארצע מארקעט,
פונקט ווי פאר די רבנים זאגסטו(אדער א צווייטער זאגט) אז אינטערנעט איז נישט די פראבלעם נאר עפעס אנדרעש, די זעלבע זאך דא גאנס איז נישט די פראבלעם, אין עס אסערען וועט נישט עלימינירען די פראבלעם, חאטשיג מען קען אנווייזען אויף איין מעשה דא אין דארט אבער מען מיז קוקען אויף די גרעסערע בילד,