פארק'ס ארום מאנסי אפגעשפארט פאר יודן!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אויב איז עס פשוט א פראבלעם אז אידן לייגן זיך און אויפן פארק יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, דאן וואס האט פאסירט יעצט?
פארוואס זאל איך זאגן אז עס פשוט צוטון מיט דעם אז אידן וואס וואוינען אינדערויסן פון קלארקסטאון נעמען איבער דעם פארק יעדן חול המועד, דאן וואס האט פאסירט דעם חול המועד 'מער ווי יעדן חול המועד' אז עס זאל בארעכטיגן דעם שריט וואס זיי האבן גענומען?

דעריבער איך וואלט ענדערש געזאגט אז עס האט מיט די פרשה פון די אידישע משפחה און די 9/11 געדענקמאל. און די פארבאט אויף אינדערויסדיגע (חסידים) איז אן אומבארעכטיגטע באשולדיגונג און באגרעניצונג קעגן אלע חסידים צוליב די (אויפגעבלאזענע) חטא פון איין חסיד.

@הוגה, דאס אז אוהב ספרים האט שרייט נאצי דייטשלאנד מאכט עס נאכנישט אטאמאטיש 'נישט' אנטי-חרדים. מען מעג באהאנדלען די נייעס אויפריכטיג אפגעזען פון די נארישע איבערגעטריבענע סלאגאנען פון געוויסע אויף די זייט פון די וואס זעען יא אנטיסעמיטיזם.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ס'איז שווער צו שפעקעלירן מאטיוואציע, ובפרט ווען ס'איז נישט נוגע ווען מ'באהאנדעלט די עצם אישו. יא די געמיטער זענען געווארן היציג אין די לעצטע האלבע יאר, ובפרט נאך די נוקעלארע אפציע, די נאצי אלעגעשאנס.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

איך האב נאר א צווייטע אסתפקתא, צו ווען היטלער ווייסט ווען וויפיל קרעדיט אידן גייען באקומען אויף זיין נאמען צו ער וואלט בכלל אנגעהויבן די גאנצע מעשה...
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קאפקע, איך זאג נישט אז קלארקסטאון איז בארעכטיגט ריגארדלעס. איך זאג אז עס איז פארשטענדליך, מיר טוען די זעלבע, און מען דארף נישט לאזן אפאר ראצערס רייטן אויף א non story צוליב זייער בעיבישע אינטערעסן. איך בין מיט דיר אז דאס איז א דירעקטע ריספאנס צו די 9/11 מעמאריעל פרשה, און אז עס איז געצילט דווקא אקעגן אידן. אבער נישט צוליב שנאת ישראל נאר צוליב אלטע פאליטישע חשבונות. אזוי גייט עס אין אמעריקא. Suck it up and shut up. די היימישע אידן האבן היינט דער אויבערהאנט אין ראמעפאו און ק"י. די נישט היימישע האבן דער אויבערהאנט אין ראקלענד.

בנוגע דיין צווייטע נקודה, איך האלט אויך אז מען דארף האבן א רואיגע דיסקוסיע איבער דער גאנצע נושא. איך האף אז איך וועל האבן צייט אין די קומענדיגע טעג אפצושרייבן א לענגערע מערכה צו פארשטיין די צוויי צדדים.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך מה הוא »

א קליינעקייט נאר איבער דאס צוגלעכענען קלארקסטאן צו קרית יואל:
קרית יואל האט געמאלדן אז עס איז נאר פאר זייער איינוואוינערס שוין גלייך ביים עפענען משא"כ קלארקסטאן האט זיך יעצט דערמאנט,
צו עס איז יא נאציס צצו נישט איז שוין א צווייטע זאך און איך וועל לאזן די וואס פארשטייען זיך אויס'טענ'ען, אבער עס איז ביי מיר און איך גלייב ביי פילע אנדערע אויך, א ריזיגע חילוק צו מען מאכט דאס אז פרעמדע זאלן נישט זיין ערלויבט צו קומען אנפאנג שון ביים אויפשטעלן צו נאר מען דערמאנט זיך סתם א גרינעם דינסטאג,
נישט קיין חילוק וואס די סיבה איז פארן זיך יעצט דערמאנען אבער אז מען דערמאנט זיך א פשוט'ען טאג איבער אן אלטע געזעץ, הייבט עס אויגן, און עס ווארפט ווינדער.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

Re: פארק׳ס ארום מאנסי אפגעשפארט פאר יודן!

שליחה דורך עדיאל »

מען דארף פארשטיין, די קלארקסטאון פארק איז פינאנצירט דורך קלארקסטאון שטייערצאלער. יא, הכנסת אורחים איז א שיינע מידה, אבער אמאל ווערט א גאסט אנגעלייגט. ס'אזויווי די מעשה מיט די זיץ אין ביהמ"ד אין די פה-סח.
כ'צווייפל נישט אז קלראקסטאון מיינט טאקע חסידים און אז די אתערותא קומט טאקע פון די חול המועד מעמאריעל מעשה, אבער די אוטערשטע שורה איז אז זיי האבן, חוץ די געזעצליכע, אויך די מאראלע רעכט צו אויסשליסן נישט איינוואוינער.
די נירענבורג געזעצן האבן אויסגעשלאסן אידן בירגער פון זייער אייגענע פארקס. ס'איז קלונגט אפשר ענדליך, אבער ס'איז נישט קיין פארגלייך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

הוגה האט געשריבן:רבותי, ומודה ועוזב ירוחם. איך וויל ברבים צוריק ציען פון מיינע סארקאסטישע באמערקונגען ביז יעצט. ליידער בין איך איבערצייגט געווארן אז פאלעטשעק הצדיק ואני ועמי הרשעים. איך זאג דאס נאך דעם וואס ראמעפאו פאליציי האבן געמאלדן נעכטן אז זיי וועלן מאכן א קרעקדאון אויף די וואס באנוצען זיך מיט סעלפאונס ביים דרייווען. די רשעים ימ"ש האבן טאקע נישט ארויסגעזאגט קלאר אז זיי מיינען די אידן. אבער וועם נארן זיי אויס? א יעדע ווייסט אז מערסטענס סעלפאון באנוצער זענען אידן. היינט צופרי האב איך מיטגעהאלטן דריי באזונדערע אקציעס. פאליציי מיט שטרום-אוטאוס האבן אפגעשטעלט אידן און שטרענגערהייט פארלאנגט אז זיי זאלן ווייזן זייערע לייסענס און רעדזשיסטרעישאן. איר הערט? לייסענס אליינס איז נישט גענוג פאר זיי, זיי דארפן רעדזשיסטרעישאן אויך. דאס דערנידערונג איז אין לשער. די מצב איז ביטער! רייסט איין ווייטער פאר די רעטונג פון די מאנסי אידנטום. א גרויסע יום תפילה ווערט שוין געפלאנט אין די קומענדיגע טעג אפצושרייען די שרעקליכע גזירות. (אוי, פארוואס האב איך געדארפט געבן דער עצה פאר די ראצערס?)

החותם בדמע
הוגה פון די בונקער


.


פון די בונקער האסטו אלעס מיטגעהאלטן? :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גוטען טייערע ברידער, ב״ה איך האב דא אנגעמאכט א שטורעם מיט מיין תגובה וואס איז אגב מיט דעס אריבער די מספר 700, איך גיי מיר נישט פארענטפערן פאר קיינעם, ענק האבן רעכט צו האלטען אנדערשט פון מיר, אבער איך גיי ווייטער אן מיט מעלדן די טריקענע מציאות.

איין זאך וואס איך וויל קלארשטעלן, דאס איז זיכער מ׳קען נישט רודפ׳ן מענטשן קעגן די געזעץ, אבער מ׳קען נעמען די געזעץ פאר א שטעקן צו רודפ׳ן די מענטשהייט.

זאגן אז א פארק איז נאר געמאכט פאר לאקעל מענטשן איז א געזעץ און סאיז גערעכט, אבער פונקט א וואך נאך וואס גוים האבן געשריגן אז מ׳מוז פארטרייבען די יודן פון די פובליק פארק׳ס און מאלל׳ס נעמט מען אפיר אזא געזעץ און מ׳מעלדט עס איין און די פאליס דעפארטמענט מעלדט עס שוין אויך דאס הייבט אויגן ברעמען.

סאיז אונטערסאנט צו ענדיגן מיט די טענה פון א' טייערער חבר השטיבל וואס האט פארשטאנען די טענות פון די גוים קעגן אונז ווייל מיר בויען צו סך הייזער אפילו סאיז ליגאל ווייל נאך אלעם לייגט עס אן די גאסן במילא פארשטייט ער די וואס זענען קעגן די ליגאלע געזעץ, משא"כ יעצט דא ביי די פארק'ס טענהט ער אז דאס איז די געזעץ טאקע נישט גערעכט אבער ממוז זיי פארשטיין ווייל אונז יודן לייגן געפערליך אן די פארקס דארט מיט צופיל קינדער, דא פארשטייט ער פלוצלינג נאר די ליגאלע געזעץ אן קייין אויסוועג, סאיז אונטערסאנט אז ער זאגט נישט די זעלבע אויף די הייזער אז סאיז ליגאל טאקע נישט גערעכט (?) אבער וואס זאל איך טוהן אז זיי האבן צו סך קינדער און זיי מוזן ערגעץ בויען הייזער וואס קען מען טאהן... זעהט מער דא
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

מען פירט זיך אויף ווי א באנדע ווילדע צילאסטע פערד. און אויך די קינדער. מען דארף האבען רחמי שמים מען זאל אונז נישט אינגאנצען ארויסווארפען פון אמעריקא
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

סתם להבהיר, וואס יעדער קליין קינד זעהט באמת, און הוגה ווארפט סתם זאמד אין די אויגען, איך האב קיינמאל נישט געשריגען נאצי וכו' לגבי די יעצטיגע פעלער, איך האב געשריבען אז ווען די לעבסט דעמאלטס וואלסטו זיי אויכעט מצדיק געווען, און ווי אויכעט חמלניצקי און זייער גלייכען
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך ווייס. דו ווארפסט די ווערטער סתם אריין אין א שמועס וואו עס קומט נישט אריין צו מעורר זיין עמאשענס ביי מענטשן. מיר האבן גוט פארשטאנען.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

פארוואס לאן זיי יא איינקויפן אין די קלארקסטאון געשעפטן? זאלן זיי אפירברענגען א געזעץ אז נאר קלארקסטאונער מעגן דארט איינקויפן, אה, האלב זייער פרנסה איז פון די שמוציגע אידן, אה, סאררי, דעמאלס שאפינג מעג מען יא.

להוי ידוע, די קלארקסטאון פאליציי זענען פון אייביג אן נישט אונזערע פריינט, און ס'שטינקט פון קאפ, דאס קען מען זען וועם זיי שטעלן אפ פאר טרעפיק סטאפס, א ריכטיגע סעלעקטיווע סדר, ס'איז אפען און יעדער קען עס זען, און אין פאל פון א עקסידענט צווישן א איד און נישט איד, זענען זיי גאר פארשעל, און מאכן קונצן ביי די פאליס ריפארט, די יעצטיגע צאמשמעלצונג פון דעם רשע עד דעי מיט אונזערע "גוטע" פריינט פון קלארקסטאון איז פיינפול, איך זאג נישט דייטשלאנד, איך זאג נישט געלע לאטקעלע, איך זאג נישט שפאניע און פארטוגאל, גענוג אז איך זאג "קלארקסטאון".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Milk shake, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאמיר טרייען אביסל אויסצוגראדן די זאך און מאכן א שטיקל שלום צווישן איראן מיט אבאמא, כ'מיין ביבי. נע, כ'האב מיך טועה געווען מיט חמלניצקי.
אקעי, וואטעווער.

לכאורה איז יעדער אויף איין פעידזש מיט דאס פאלגענדע:

א) מאנכע בילדערס און עסקנים טוען וואס זיי ווילן אין מאנסי, בויען רעכטס און לינקס ככל העולה על רוחם, אנטקעגן די רצון פון די אמאליגע דארטיגע סובארב איינוואוינער. גערעכט צי נישט, איז דער מציאות גורם א שנאה אקעגן דעם איד, בפרט נאך ווען ער טראגט די פאליטישאנ'ס אין זיין טאש.

ב) יעדער איז אויך מודה אז עד דעי איז נישט קיין גרויסער אוהב ישראל, מילד גערעדט, טראץ זיין באזוך ביים יום השואה.

ג) לויט ווי די ווארט זאגער טענה'ן, און הוגה האט עס שוין מסביר געווען אין אן אנדער אשכול, איז די עיקר סיבה ביידע עקסטרעימען, ווען קיין איין צד קוקט נישט אויס ווי האלטן ביים מפשר זיין מיטן צווייטן.

ד) לויט די לעגענדע דארט אין מאנסי איז (א חלק פון) די צולאזטע התנהגות פון די אידעלעך א רעזולטאט פון א פריערדיגן סופערווייזער, רייזמאן, וועלכע האט שרעקליך גע'רודפ'ט די הימישע אידן וועלכע זענען נאך געווען דארט במתי מעט. נאך זיין פגירה איז אריינגעקומען א נייער פריינטליכער סופערווייזער, און די כעס פון אלע יארן איינגעהאלטנקייט און ווייטאג האט ארויסגעשפריצט אין א נצחונ'דיגע פארנעם, און פון א שטילע דערפל/שטעטעלע האט מען איבערגעגעמאכט מאנסי ווי א ריזיגע שטאט מיט ריזיגע דירות און שרעקליכע טרעפיק.

יעצט איז אזוי, עזריאל וכת דיליה פאוקעסן בעיקר אויף סעיף ב', און פרובירן איגנארירן סעיף א'. משא"כ הוגה וכת דיליה פאקוסירן אממערסטנס אויף סעיף א' און האלט אז מיט פאררעכטן סעיף א' וועט סעיף ב' ווערן געסאלווד. בקיצור, ביידע ווילן פאררעכטן זייער חלק, כאטש ביידע זענען מודה צום צווייטן.

למעשה איז טאקע ביידע חלקים אמת, און ביידע חלקים דארפן א שטארקן תיקון.
שרייבן פעטיציעס יעצט איז נישט קיין תיקון, נאר ליבערשט אויל אויפן פייער. דאס וועט נישט בארואיגן די שונאים, נאר העלפן אויפפלאקערן די טיפע שנאה.

איך ווייס נישט וואס יא צו טון. עסקנים טענה'ן אז דער עד דעי וויל זיך נישט אראפזעצן פארהאנדלען, אבער אפגעזעהן צי ס'איז אמת אדער נישט, איז צו פארדאמען כמו נאצי'ס נישט די ריכטיגע דרך.

צו די וואס רעגן זיך פארוואס מען נוצט דעם נאצי אויסדרוק: קיינער (כמעט) האט נישט פארגליכן די שונאים צו נאצי'ס, נאר ארויסגעברענגט ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד, און עס שפילט זיך איבער אן ענליכע פענאמען.
דאס וואס הוגה טענה'ט אז אין מאנסי בויעט מען ישיבות און שולן לרחצה אלס סימן אז עס הערשט נישט אזא שנאה, איז נישט קיין באווייז. ווייל ווילאנג דער סופערווייזער דארט לאזט טון די בילדערס וואס זיי ווילן, איז דאך די זאך הפקר.
מענטשן ציטערן פאר דעם טאג וואס דער דארטיגער סופערווייזאר וועט אראפגיין פון בענקל. די שנאה קען ווערן פיל מער בולט ה"י.

די מעשה איצט מיטן פארק איז מעגליך - אדער מעגליך נישט - פרוכט פון די פראפעגאנגע אנטקעגן דעם קאונטי עקזעקוטיוו. אבער פארט זענען מיר אין גלות און מיר גייען נישט געווינען דעם גוי.
בפרט ווען ער האט דעם געזעץ אויף זיין זייט, און קען מאכן פאטאש מיט די אידעלעך. צי אומלעגאלע דירות, צי פראגראמען, צי זיצן אויף מעמאריעל שטיינער. יבא הצרה מכל מקום ח"ו.

אלזא די עצה איז נאר בתחנה ובבקשה והשתדלות. און הכנעה. מיט ערנסטע עסקנים און אמת'ע דעת תורה אן נגיעות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שמעקעדיג, איך בין מסכים מיט א יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן. איך האב יא א סימפעל מהלך וואס קען מסדר זיין די זאך, נאר היות עס איז א לענגערע זאך וואס פאדערט אסאך בעקגראונד אינפארמאציע, וועט עס נעמען אביסל צייט ביז איך וועל עס אפשרייבן. האסט פיין ארויס מיין צד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שמעקעדיג כהאב נישט געוויסט אז די ביסט אויך באקאנט אין די היסטארישע ענינים. זייער פיין ארויסגעברענגט אז לגבי אמאל איז היינט זיכער גאלד
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

shem-tov האט געשריבן:שמעקעדיג כהאב נישט געוויסט אז די ביסט אויך באקאנט אין די היסטארישע ענינים. זייער פיין ארויסגעברענגט אז לגבי אמאל איז היינט זיכער גאלד


האסט עס געמאכט אביסל בעסער ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] האט געשריבן

שמעקעדיג האט געשריבן:
צו די וואס רעגן זיך פארוואס מען נוצט דעם נאצי אויסדרוק: קיינער (כמעט) האט נישט פארגליכן די שונאים צו נאצי'ס, נאר ארויסגעברענגט ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד, און עס שפילט זיך איבער אן ענליכע פענאמען.


פארשטייסט די חילוק?

נישט אז היינט איז זיכער גאלד, נאר אז דערווייל איז עס בעסער ווי עס האט זיך דארט געענדיגט אבער עס איז אויף די זעלבע טרעק,

יא מען דארף טרעפן א ריכטיגע עצה נישט געוואלדעס אבער וואס יא וייס איך נישט עמער ווארטן פאר [tag]הוגה[/tag]'ס עצה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

    האט מיר געקאסט א שמייכל ווען איינע פון די קאנסיל לייט פון טאון אף ראמאפא, א היימישער איד, האט ארויסגעטוויט

    CouncilmanDF: I invite all non-Ramapo residents to visit & enjoy any of our incredible public parks-free of charge. No ID or papers needed. #GoodNeighbors
    כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

    מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
    באניצער אוואטאר
    berlbalaguleh
    שריפטשטעלער
    שריפטשטעלער
    הודעות: 20420
    זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
    האט שוין געלייקט: 25361 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
    קאנטאקט:

    שליחה דורך berlbalaguleh »

    אוהב ספרים האט געשריבן:נאך א מזל אז יואליש און שם-טוב און זייער גלייכען האבין נישט געלעבט אין 1930 אין דייטשלאנד, זיי וואלטען שוין געטראפען דעם וועג רעכט מאכען היטלער'ס שריט

    ווען א טייל פון די היינטיגע קאמענטירער וואלטן געלעבט אין דייטשלאנד פון די דרייסיגער יארן, וואלטן זיי שוין געטראפן עפעס א סיבה צו בארעכטיגן קריסטאל נאכט אויך. און זיי וואלטן --און האבן טאקע --געזאגט, אז די עסקנים און שתדלנים טרייבן איבער. און אז ס'וועט אלעס זיין אין בעסטן ארדענונג. וואס, מ'וועט אנווארפן א פאניק אויפ'ן עולם ווייל עפעס א צודרייטער שיכור, וועלכער גייט אין א ביער האלל שיכור'ן מאכט פארזאמלונגען און שעלט אידן. אונז האמיר די קאנסטיטוציע פון דעם גרויסן שטאאטסמאן ביסמארק. און די געריכטן וועלן שוין באשיצן אונזערע רעכטן. די מערסטע אדוואקאטן און ריכטערס זענען דאך ממילא דויטשן פון מאזעס'נס גלויבן... און אפילו ווען די טרעינס זענען שוין געפארן קיין אוישוויץ זענען נאכאלץ געווען די באזעסענע און ערפארענע מענטשן וועלכע האבן פארשריגן די פאר ראצערס און יונגלעך פארוואס זיי טרייבן איבער. און מאכן נאך דעם מצב ערגער...!
    באניצער אוואטאר
    shem-tov
    ידיד ותיק
    ידיד ותיק
    הודעות: 840
    זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
    האט שוין געלייקט: 379 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

    שליחה דורך shem-tov »

    בערל יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז סאיז טאקע צרות קודם האב איך געמיינט אז די ביסט סארקאסטיש. אבער יעצט טראכט איך אז די נאצי ווידיאו איז הונדערט פראצענט גערעכט. דער מצב טויג זייער נישט. האסט מיר געעפענט די אויגן

    איך הייב אן צו ציטערן ווי משוגע. זאג נאר בערל איר האט גרייט דעם פאס און פליז זאג מיר ווי אנטלויפט מען. הוגה האסט אפשר נאך איין פלאץ פאר מיר דארטן אין בונקער. כוועל שוין געבן א פוש אריין מיינע בני בית אויך. פליז זאג מיר נישט אפ אין אזא עת צרה. און כבעט יעדען למען השם אויב טרעפט איר די ערליכע עסקנים וואס קענען צוריהאלטן דעם אנסלאט הממשמש ובא השם ישמרינו זאלן זיי איבערגעבן בשם כלל ישראל זיי זאלן נישט אויפהערן צו טאן זייערע השתדלות און ווייטער שיקן נאך נאצי ווידיאוס מיט איראן סחורה אולי ואולי וועלן זיי נאך אפשרייען דעם גזר דין. אומגלויבלעך ווי שטארק סענדעלט טאקע יעצט מיט 1939. מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן. אמעריקע איז דייטשלאנד. אבאמא איז היטלער. עד דעי איז מענגעלע. די אפגעפארענע יודישע שכינים זענען די עס עס ניקעס. די פאליציי האט שוין אנגעהויבן מיט זייערע טיקעטס. די בילדינג דעפארטמענטס רודפן ווייל זיי ווילן פונקטלעך וויסן ווי מיר גייען זיך באהאלטן. אוי באשעפער פארוואס פארוואס. שיק אונז שוין משיח אדער כאטשיק נאך אפאר עסקנים פון די געלונגענענע סארט
    למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
    [NAMELESS]

    שליחה דורך [NAMELESS] »

    סאיז אונטערסאנט צו זעהן ווי א מענטש כאפט נישט ווי ער ווערט איגנארירט בבחינת כסיל און גייט ווייטער אן מיט זיין קרעציגער פעדער, וואס שפריצט לגיונות און א פארום פון טיפשות און קטנות.

    דער זעהט אז ער ווערט נישט גענטפערט, די שמועס ציט זיך ווייטער ווען צווישן יעדע דריי תגובות פאלט אריין א אום בליציגער רעיון וואס ווערט געסקיפט, קיינער קימערט זיך נישט דערמיט כאילו סוואלט דארט גארנישט געשטאנען, אבער דער געט נישט אויף ער האקט און בראקט ווייטער, איבערקייענדיג זיינע זעלבע פאר וויצן וואס רוב עולם האט נאכנישט געכאפט אדער פשוט נישט געליינט, איך ווייס נישט פארוועם סווערט געשריבן, און איך האף אז דער שרייבער אליין געט כאטש א שמייכעל יעדע מאל וואס ער שרייבט אראפ אזא גוטס, אז נישט האב איך מורא אז סאיז א שאד די לעקטער פון די עלעקטראנישער מאשינדל וואס שרייבט דיינע תגובות
    באניצער אוואטאר
    סאשי פיש
    חבר ותיק
    חבר ותיק
    הודעות: 2776
    זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
    געפינט זיך: אינמיטען עסן
    האט שוין געלייקט: 3022 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

    שליחה דורך סאשי פיש »

    עזריאל זיי נישט אזוי בייסיג.
    לאז דיך אפ פונעם שרייבער.
    נעם דיך צו די נקודות וואס מען שרייבט און ענטפער אויף דעם.
    דאנקע שיין
    [NAMELESS]

    שליחה דורך [NAMELESS] »

    שכוח פאר דיין מוסר
    און זיינע טענות האב איך און יעדער דא און שטיבעל נישט געטראפן עפעס אויף וואס מגיב צו זיין, במילא אים נישט צו פארשעמען אז קיינער קימערט זיך נישט מיט אים האט איך אדאפטעט ״זיין סטייל פון ענטפערן״ און מיט דעם אים צוריק געשריבן
    באניצער אוואטאר
    shem-tov
    ידיד ותיק
    ידיד ותיק
    הודעות: 840
    זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
    האט שוין געלייקט: 379 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

    שליחה דורך shem-tov »

    אוטש דאס טוט וויי.. זרילע זיי מיר מוחל כהאב נישט געוויסט אז סגייט דיך אזוי עסען. קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס סבאדערט דיך אזוי שטארק אז איין ניק האלט אנדערשער ווי דיין ניק. כמיין כהאב דאך גארנישט געטאן מער ווי געזאגט מיין פריוואטער אפיניען אזוי ווי איך טו שוין דא עטליכע יארן כולם שוין לטובה אמאל איז מען צופרידן אמאל א לייק און אמאל נישט. אבער וואס נעמסטו עס אזוי פערסאנעל. כהאב דיך קיינמאל נישט אנגערופן מיט קיין צו-נאמן אדער געשריבן שקרן. גארנישט. ס"ה טוט מיר וויי די נאצי געשרייעכטס און לדעתי פארן די עסקנים זייער נישט גוט. אבער ח"ו איך האב גארנישט אקעגן דיר. אפילו אויב די ביסט א בחורל אדער דער עסקן אליינס סא ביטע לאמיר גיין רואיג
    למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
    פארשפארט