shem-tov האט געשריבן:און נאך מיט די נעכטיגע פאסירונג מיט עד דעי שטעלט זיך שיין ארויס אז ער איז ווייט פון א שונא ישראל ס"ה אומצופרידן פון עזריאל וחביריו צוווילדעוועטע שטיק
וואס איז די נעכטיגע פאסירונג?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
איך שרייב אייך פון מיין בונקער טיף אונטער דער ערד. מיר האבן דא אנגעסטאקט גענוג טונא און מים חיים סאודע צו לעבן לכה"פ א האלבע יאר. אויך האבן מיר מיטגעברענגט אין די בונקער א גאנצע פאק פון שטערן/שפאקטיוו מאגאזינען און א ראדיא צו קענען הערן מייקל סעוועדזש. זייט מתפלל און רייסט איין פאר די וואוילזיין פון אייערע מאנסי'ער ברודער און פאר די הרחבת גבולי קדושה פון או דזשעי פאלעטשעק.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
מיין כוונה איז ארויס צו ברענגן אז די גוי פארשטייט שוין אז עד דעי טרייבט שוין איבער אבער עטליכע דא ווילן עס נישט פארשטיין, סאיז לאו דוקא זיך צו קריגן מיט די שטעלונג פון די חברי השטיבל וואס האלטן אז מ'דארף נזהר זיין בכבוד פון אזא פלאץ, איך בין נישט געקומען אויף ווייזן אז זיי זענען נישט גערעכט. כאפ דיר נישט אן אויף אזאך וואס איך האב בדרך אגב אריינגעלייגט און מיין ווערטער זיך צו קריגען אויף אלעם וואס איך זאג
לערן דיך אויס צו ליינען פאר דו ביזט מחליט וואס יענער זאגט. סיי [tag]מאטי[/tag] און סיי [tag]שמעקעדיג[/tag] זאגן אז אידן האבן פונקט אזא אינטערעסע אפצוהיטן 9/11 מעמאריעלס ווי סתם עמך אמעריקאנער. און ממילא איז נאריש פאר עד דעי צו שרייבן כאילו "יודן" קימערן זיך נישט מיט די קרבנות פון 9/11. יעצט פארשטייסטו? (יעצט גיב זיי א ברכה.)
[tag]עזריאל[/tag], בארואיגט אייך אביסל. דיין שארפע פחד ערוועקענדע באשרייבונגען מאכן עס אויסזעהן ווי כאילו דו האסט דא א פריוואטע אגענדע. יא, איך האב איינס. מיין אגענדע איז צוריק צו ברענגן די רואיגקייט אין מאנסי און עדזשוקעיטען ווי מער מענטשן זיך צו נישט לאזן פארנארן פון אזעלכע ווי געשטעטנער, פאלעטשעק, ווידער, און אפילו אשרי וחבריו. ווייל זיי גיבן נישט קיין פליעדיגע צואה פאר קיינעמ'ס וואוילזיין אויסער זייער אייגענע. וואס איז דיין?
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
עזריאל איך ווייס נישט ווער איז גירעכט איך צו דיר אבער איך האב גאר גילענרט אנדערש פשט אין די צוויי תגובות כאילו זיי רעדן צו עד דעי פארוואס זאלן אידן פארשוועכן אזא פלאץ ווען זיי האבן דוירט מקריב גיוועהן קרבנות פון זיך אליין. אלא מאי אז עס האט קיין שייכות מיט פארשוועכן חלילה אז מען קען ליינען גראד פארוואס ליינען קרום?
ברוך שכיוונתי להוגה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
איך האב נישט קיין שום אגענדע, איך וואין אפילו נישט און מאנסי ס'זאל מיר אפעקטען, איך האב אנגעהויבן שרייבן וועגן די נושא ווען איך האב פארדאמט די ווידיאו פון געשטעטנער און פאלאטשעק, אבער זיך האלטענדיג צום אמת אז ס'הערשט א שנאה צו די יודן און ראקלענד האסטו מיט אנדערע זיך געטעהנעט מיט מיר, און איך האלט אז מיט דעם ביזטו מיט דיינע שותפים נישט גערעכט.
מ'טאר זיך נישט לאזן פארפירן פון געשטעטנער פאלעטשעק ווידער אזוי ווי איך האב שוין געשריבן און אנדערע אשכולות, אבער און די זעלבע צייט טאר מען אבער נישט מעלים עין זיין אז ס'קומט פאר א געפערליכע העץ קאמפיין קעגן די יודן און ראקלענד.
איך האב מורא איך דערגרייך נישט דיין חכמה, און אוודאי נישט די חכמה וואס ליגט אריינגעפלאכטן און די תגובה, איך האב א כלל אז מיט קליגערע פון מיר טענה איך מיר נישט, מילא גיי איך דיר נישט ענטפערן
(א גוטע באבע תירוץ דיר נישט צו ענטפערען, די עכטע סיבה איז ווייל יעצט בין איך מיט די צינג אינדערויסן... איך פלאץ..)
[tag]עזריאל[/tag], איך האב נישט געמיינט חושד צו זיין אז דו האסט אן אגענדע. איך האב ס"ה געוואלט מעורר זיין אז פון די אופן פון די שרייבעריי זעהט אויס ווי כאילו דו האסט אן אגענדע.
יעצט אז מיר ווייסן שוין אז דו ביסט ניטאמאל א מאנסיער וויל איך אז דו זאלסט וויסן, איידער דו נעמסט אונטער עסקנות לטובת אחינו כל בית מאנסי הנתונים בצרה ובשוביה, אז א גרויסע טייל מאנסי, די וואס וואוינען יא דא, און די וואס ווייסן פון אינעווייניג וואס עס גייט באמת פאר, קוקן אן דיין עסקנות ווי אומגעבעטענס וואס שטונקט אונז נאר אן. אפשר נוץ דיינע כוחות ארויסצוהעלפן דיינע אייגענע עניי עירך און לאז די מאנסיער אידן זיך אליינס אן עצה געבן. מוזט נישט פאלגן, סתם א הצעה.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה האט געשריבן:[tag]עזריאל[/tag], איך האב נישט געמיינט חושד צו זיין אז דו האסט אן אגענדע. איך האב ס"ה געוואלט מעורר זיין אז פון די אופן פון די שרייבעריי זעהט אויס ווי כאילו דו האסט אן אגענדע.
יעצט אז מיר ווייסן שוין אז דו ביסט ניטאמאל א מאנסיער וויל איך אז דו זאלסט וויסן, איידער דו נעמסט אונטער עסקנות לטובת אחינו כל בית מאנסי הנתונים בצרה ובשוביה, אז א גרויסע טייל מאנסי, די וואס וואוינען יא דא, און די וואס ווייסן פון אינעווייניג וואס עס גייט באמת פאר, קוקן אן דיין עסקנות ווי אומגעבעטענס וואס שטונקט אונז נאר אן. אפשר נוץ דיינע כוחות ארויסצוהעלפן דיינע אייגענע עניי עירך און לאז די מאנסיער אידן זיך אליינס אן עצה געבן. מוזט נישט פאלגן, סתם א הצעה. .
ישר כח פאר דיינע ווארעמע ווערטער, אפילו איך וואוין נישט און מאנסי איז מיר די מצב דארט שטארק נוגע, איך בין שטארק צוגעבינדען צו מאנסי צוליב עטליכע סיבות וואס איך קען נישט ארויסשרייבן צוליב גילו. און קורצען, איך דרייי מיר דארט פונקט ווי דיר, איך בין דארט כמעט יעדען טעג, איך האב פראפערטי דארט, (ניין נישט אזעלעכע ווי מבויעט אן 8 הייזער אויף א לאט) במילא בין איך פונקט אזוי מחותן ווי דיר