קיין תירוץ צו פארנאכלעסיגן טענענטס, אבער פארוואס די פאמפע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

קיין תירוץ צו פארנאכלעסיגן טענענטס, אבער פארוואס די פאמפע

שליחה דורך איש צדיק תמים »

פון: JPYiddish Editorial Board

ווידעראמאל זענען חסידישע אידן אין די העדליינס, זייער אן אומבא'טעמ'טע רעאליטעט.

די שטאט דרייט זיך איבער מיט'ן ארעסט אויף עטליכע אידן איבער דעם וואס זיי האבן לאנגע יארן פארנאכלעסיגט די טענענטס אין דירות אונטער זייער אייגענטום. דער ברוקלינער דיסטריקט אטוירני קען טאמפסאן האט היינטיגן דאנערשטאג פאררופן פרעסע קאנפערענץ, וואו עס האבן זיך באטייליגט מיט גרויס פאמפע פילע הויכראנגיקע פאליטישאנס פונעם ברוקלין געגנט און פון איבער ניו יארק סיטי.

עס פארשטייט יעדער בר דעת אז עס איז אן אומ'אחריות, אן אוממענטשליכקייט און א קלארע געזעץ פארלעצונג אז מען זאל זיך ארומווארפן מיט טענענטס און אהערשטעלן פאר זיי דירות אין א געפארפולן און אומהומאניטערישן צושטאנד – נאכדערצו אז דאס איז א געשיכטע וואס ציהט זיך שוין עטליכע יאר און מ'האט איגנארירט פילע ביטעס צו רעפארמירן און איבערמאכן די דירות.

דאס הארץ ווייטאגט אויף די פראבלעמען וואס די אידן מאכן אצינד מיט, אויף די בושה און צער וואס זייערע פאמיליעס, קינדער, קרובים און גוטע פריינט גייען אריבער – טראץ וואס מ'פארשטייט אז דא האנדלט זיך פון א פאל וואס מ'האט געקלערט אז מ'איז העכער פונעם געזעץ און מ'קען זיך אוועקדרייען פונעם שטרענגן האנט פון יוסטיץ.

אונזער ווייטאג איז אבער איבער'ן ברוקלין דיסטריקט אטוירני טאמפסאן. עס איז פארשטענדליך אז ער דארף טאן דעם דזשאב אלס פראקוראר און קעיר נעמען פון די וועלכע פארלעצן דאס געזעץ; עס איז פארשטענדליך אז מען דארף קלאגן אזעלכע וואס פארלעצן טענענט רעכטן – אבער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט.

מיר האלטן נישט חשבון, אבער אלס ברוקלינער הויפט פראקוראר האט ער ווארשיינליך ארעסטירט אינעם לעצטן מאנאט א היפשע צאל קרימינאלן און מענטשן וועלכע ווערן באשולדיגט אין געזעץ פארלעצונגען – אבער ביי וויפיל פון די ארעסטן האט מען פאררופן א פרעסע קאנפערענץ? ביי וויפיל פון די ארעסטן האט מען געמאלדן מיט גרויס פאמפע און זיכער געמאכט אז יעדער הויכראנגיקער פאליטישאן קומט פארנט פונעם קרימינאלע-סצענע און טרעט אויף פאר די פרעסע?

די סיבה פארוואס מ'מאכט יעצט אזא גרויסן מצב, מיט אלע באקריוודעטע טענענטס פארנט פון די טעלעוויזיע קאמערעס מיט אראפגעלאזטע נעזער, איז לעכערליך און דורכזיכטיג, נעמליך: מ'גייט ארויסקומען און צייגן אז מ'נעמט זיך אן פאר טענענטס וועלכע ליידן פון "סלאָמלאָרדס". דאס איז פאלקסיש, דאס מאכט א פאליטישאן גאר פאפולער אין די אויגן פונעם דורכשניטליכן וויילער, און אזוי פארזיכערט מען זיך א וויילער באזע פאר די קומענדיגע וואלן, און בכלל שטיצע פאר סיי וועלכע שריט.

נו, א פאליטישאן איז טאקע נאר א פאליטישאן, און מען קען אויך פארשטיין אז מ'טוט זאכן וואס איז פאליטיש-מאטיווירט, אבער לאמיר נאך א מינוט קוקן אויפן שפראך וואס איז גענוצט געווארן ביים ארויסגעבן די באשולדיגונגען קעגן די ארעסטירטע אידן און ביים פרעסע קאנפערענץ: "סלאָמלאָרדס".

אויף די ערגסטע קרימינאלן, מערדער און טעראריסטן, לייגט מען שטענדיג צו אזעלכע ווערטער ווי "מעגליך", "באשולדיגט", "אַלעדזשעדלי" אויף די ענגלישע שפראך – און דאס טוט מען ווייל אין אמעריקע איז מען "אומשולדיג ביז ס'ווערט אויפגעוויזן שולד". אפילו אויב די באווייזן קעגן דעם באשולדיגטן זענען הויעך ביזן הימל, איז ער אומשולדיג ביז דער ריכטער אדער דזשורי דערקלערט אנדערש.

מ'דארף בלויז צוריקקוקן וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין א ניו יארקער געריכט עטליכע טעג צוריק, ווען געוועזענער אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער איז געגאנגען בעטן דעם ריכטער אז מ'זאל ארויסווארפן די קלאגעס קעגן אים צוליב וואס פראקוראר פּריט בארארא האט אים גאר שטארק באשמוצט ביים פרעסע קאנפערענץ מעלדנדיג די קלאגעס, און דעריבער נעמט דאס אוועק די שאנסן פון סילווער צו קריגן א יושר'דיגן פראצעס. דער ריכטער האט געזאגט אז ער ווארפט נישט ארויס די קלאגעס, אבער האט גאר שארף אראפגעריסן בארארא, זאגנדיג אז עס איז געווען א זינלאזיגקייט און אומרעכט די ווערטער וואס ער האט גענוצט ביים פרעסע קאנפערענץ.

מיטן נוצן דאס ווארט "סלאָמלאָרדס" – וואס דינט טאקע גאר גוט די פאליטישע אינטערעסן – לייגט מען ארויף א קלארן סטעמפל אויף די ארעסטירטע אידן, וואס באדייט אז ס׳איז דא א שאנס אז זיי וועלן נישט האבן א שאנס פאר אן אויפריכטיגן און יושר'דיגן פראצעס, וואס אלס פראקוראר וואלט טאמפסאן געדארפט בעסער ארויסהאבן די באדייטן פון יושר, יוסטיץ און אויפריכטיגקייט.

צום לעצט: די רעדע איז פון היימישע חסידישע אידן, און אלס עמיצער וואס פאררופט זיך אלס נאנטער פריינט מיט א סענסיטיווע פארשטאנד צו מינאריטעטן גרופעס, וואלט געדארפט בעסער פארשטיין אז ארויסצוקומען און אפסטעמפלען די ארעסטירטע אלס "סלאָמלאָרדס", ווערט אויטאמאטיש ארויפגעשטעלט דער סטעמפל אויף יעדן איינציגן חסידישן איד וואס טוט אין די ריעל עסטעיט פעלד – וואס דער מציאות איז אז א גרויסע פראצענט היימישע יונגעלייט זענען אין דעם ליין.

אויב וויל עמיצער וויסן די תוצאה פון נוצן די העצע ווארט "סלאָמלאָרד", דארף מען נישט צוריקקוקן צופיל, נאר אויף די ביטערע געשעעניש ווען א חשובער איד ע"ה איז ברוטאל דערמארדעט געווארן, און א ניו יארקער צייטונג איז דאן ארויסגעקומען און אים באצייכנט מיטן שעדליכן טיטל "סלאָמלאָרד", פרעגנדיג "ווער האט אים דען נישט געוואלט טויט?", ה"י.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

Re: קיין תירוץ צו פארנאכלעסיגן טענענטס, אבער פארוואס די פאמפ

שליחה דורך עדיאל »

פארוואס גיין זיי נישט קענען באקומען א יושר'דיגן פראצעס? אדרבא, זיי קענען דאך טענה'ן דאס וואס סילווער האט געטענה'ט, און אפשר וועלן זיי האבן דא מער מזל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש צדיק תמים: לפי ידיעתי, ציט זיך שוין די געשיכטע א פאר יאר. ס'זענען שוין אויפגעברענגט געווארן באשולדיגונגען אין די מידיא אז די יונגעלייט, די לענדלארדס האבן בכוונה חרוב געמאכט די דירות פון די רענט-קאנטראלירטע טענענטס. די פאקטן דארפן גרונטליך אויסגעפארשט צו ווערן. ווייל ס'איז דא א קליינע פראצענט פון א מעגליכקייט אז דער מצב מיט די חרוב'דיגע דירות קומט נישט פון בייזוויליגע כוונות. נאר פשוט נאכלעסיגקייט אדער אנדערע אומקאנטראליר'בארע אומשטענדן. אבער בכל אופן איז דאס אן אומדערטרעגליכער מצב. ווייל די טענענטס זענען דאך אויך מענטשן. און צו לאזן מענטשן וואוינען אין אזא אומדערטרעגליכן מצב איז ראנג. ומכל שכן וקל וחומר, ווען דאס איז געטון געווארן מיט בייזוויליגע כוונות. וואלטן זיי געדארפט צו טראכטן בשעת זיי האבן געטון די שטיק אז זיי קענען נאך ווערן ארעסטירט. און דער חילול השם וואס דאס וועט גורם זיין...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איש צדיק תמים האט געשריבן:פון:

עס פארשטייט יעדער בר דעת אז עס איז אן אומ'אחריות, אן אוממענטשליכקייט און א קלארע געזעץ פארלעצונג אז מען זאל זיך ארומווארפן מיט טענענטס און אהערשטעלן פאר זיי דירות אין א געפארפולן און אומהומאניטערישן צושטאנד – נאכדערצו אז דאס איז א געשיכטע וואס ציהט זיך שוין עטליכע יאר און מ'האט איגנארירט פילע ביטעס צו רעפארמירן און איבערמאכן די דירות.

דאס הארץ ווייטאגט אויף די פראבלעמען וואס די אידן מאכן אצינד מיט, אויף די בושה און צער וואס זייערע פאמיליעס, קינדער, קרובים און גוטע פריינט גייען אריבער – טראץ וואס מ'פארשטייט אז דא האנדלט זיך פון א פאל וואס מ'האט געקלערט אז מ'איז העכער פונעם געזעץ און מ'קען זיך אוועקדרייען פונעם שטרענגן האנט פון יוסטיץ.



ר' בערל ער אליין דערמאנט דאס נאר ברענגט אויף א ריכטיגע ווייטאג און גוטע נקודה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געוואלדיג: דו ביסט גערעכט. כ'האב טאקע פארגעסן ארויסצוהייבן די עיקר נקודה! פארוואס קען טאמפסאן האט מחליט געווען צו מאכן אזא שטארקע פובליסיטי. אינ'ם איצטיגן מאמענט ביניך נאכנישט גרייט צו זאגן אז ער האט עס געטון מכח אנטיסעמיטיזם. ווייל זיין ביז איצטיגע רעקארד האט געוויזן אז ער האט זיך אויפגעפיהרט יושר'דיג לגבי אידן. ס'קען זיין אז ער איז געווארן איבערגענומען פון דעם מצב אין וואס די טענענטס לעבן. אדער האט ער געהאט עפעס אן אנדערן פאליטישן חשבון. איך האב אבער ארויסגעהויבן די הארבקייט פון די מעשים פון די לענדלארדס, וועלכע האבן גורם געווען אזא חילול השם. איך ווייס אז איך וואלט נישט געקענט שלאפן רואיג ווען ס'איז דא מענטשן וועלכע לעבן אין אזא מצב. און איך וואלט אלעס געטון צו פאררעכטן די לעבנס באדינגונגען פון די מענטשן...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ניין צדיק דאס הארץ וייטוגט נישט אז זיי גייען זיצן ,א חסידישע פארברעכער איז מיט קיין טראפ נישט אנדערש ווי סיי וועלכע אנדערע פארברעכער. זאלן זיי זיצן ביז זייער ישיבה טוהט וויי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
טשולענט באנדעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 30, 2015 9:04 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך טשולענט באנדעלע »

די מצוה פין פדיון שבוים איז נישט שייך ביי חסידישע?
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: קיין תירוץ צו פארנאכלעסיגן טענענטס, אבער פארוואס די פאמפ

שליחה דורך אויסגערוט »

דער פאוינט פון נישט זאגען "אלעדזשד" ביזטו גערעכט אבער לגבי די פרעסע קאנפערענץ און דער הו-הא קען איך דערהערן. דעס איז א פראבלעם וואס גייט שוין אן עטליכע יאר (זייט די געגנטער ווי בוושוויק וכדומה זענען געווארן אפפער קלעס) און אמת טאקע נישט דוקא ביי אידישע לענדלאורדס. מען האט שוין געטרייט צו מאכן נויז דורך רעדן צו דער פרעסע און ס'האט געהאלפען א רעטעך. ממילא פילט דער די. עי. אז ער מוז עפעס טון למען ישמעו ויראו.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך מיין אז די ענין דארף האבן א ביסל אן אנדערע צוגאנג, לכל הפחות אביסל אן אנדערע פערספעקטיוו,

ניו יארק סיטי איז ווי באקאנט האט פון די שטרענגסטע האוזינג געזעצן פון די גאנצע לאנד, נאר סאן פראנציסקא (כפי ידיעתי) קומט נאנט צו די סארט געזעצן ניו יארק סיטי האט, מ'רעדט פון האר אויפשטעלענדע זינלאזיקייט, לדוגמא די רענט קאנטראל געזעץ (נישט די רענט 'סטעבילייזד' געזעץ), האט ממש נישט קיין פשט, אז די שטאט וויל יענעם געבן א האוזינג וואוטשער, זאל זיין אזוי, אבער די לענדלארד ספאנסערן יענעם האוזינג פאר לייף, איז פשט-לאז,

און ענליכע אומיושרדיגע געזעצן איז דא בנוגע לענדלארד/טענעט סכסוכים,

היוצא מכל זה, אז א טענעט וואס גייט צאלן פאר לייף 500 דאלער, גייט נישט ארויסמופן פון זיין דירה ווען ער איז נישט צופרידן פון זיין אפט. קאנדישאן, נאר ענדערש אויסצאפן דעם לענדלארדס בלוט,
פארשפארט