סערל'ס געבורטסטאג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 576 מאל

סערל'ס געבורטסטאג

שליחה דורך עדיאל »

די סערל'ס געבורטסטאג חידה איז דאס לעצטע אינטערנעץ משוגעת. דאס פריערדיגע איז געווען די קאליר פונעם קליידל. ס'דא צוויי שיטות אין אנטשיידן די רעטעניש, און דער עולם נעמט זיך זייטן. ארגינעל שטאמט די חידה פון א סינגאפור שולע.
די חידה איז ווי פאלגענד.
צוויי חבירים, אלבערט און בערנארד, פרעגן סערל'ן ווען איר געבורטסטאג געפאלט אויס. סערל גיבט א קלערל, און זאגט, כ'וועל אייך ביידע געבן א ליסטע פון מעגליכע דאטומען. אבער אויסזאגן וועל איך נאר א האלבע דאטום, פאר אלבערט די חודש און פאר בערנארד די טאג.
פאלגענד זענען די מעגליכע דאטומען:
מאי 15, מאי 16, מאי 19
יוני 17, יוני 18
יולי 14, יולי 16
אוגוסט 14, אוגוסט 15, אוגוסט 17

אלבערט זאגט:

א) בערנארד ווייסט נישט די דאטום.

בערנארד זאגט דאן

ב) יעצט ווייס איך שוין!

אלבערט ענטפערט:

ג) אויב אזוי, ווייס איך שוין אויכעט!

אלזא, יעצט ווייסטו שוין אויך?

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר