וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

שליחה דורך אפטעמיסט »

שמעו נא רבותי, לאמיך מיר גלייך מאכן די שניפסל, עםםםם, יא, רבותי, כ'בין א ביישן חחח, אבער אז מ'מאכט א שמחה איז נישטא קיין ברירה. ירמי' הנביא איז שוין מקונן במקום שאין איש השתדל להיות פריש, נו, עםם הא, עטס ווייסט אוודאי, דער רבי ברענגט אין על הגאולה, אקעי שוין, איז לאמיר נישט מאריך זיין ---- ס'איז באקאנט אז ס'איז נישט באקאנט אז ס'פלעגט זיין באקאנט די באקאנטע מעשה מיט'ן רבי'ן, ס'פעלט נישט אויס איבערצוקייען, אבער חחח מ'ווייסט שוין, ס'ווערט געברענגט, אוי זאל דער אייבערשטער אונז שוין אויפרעכטן, די באבע איז דאך געווען אזא אשה צנועה, געוואלד, אייביג מיט פאלם און א שירצל זאל שוין מקיום ווערן דעם פסוק אין תורה וגלחה את ראשה. נו, ס'ווערט שפעט, עטס ווייסטס זיכער, יא שוין, אוודאי, אקעי — גוט, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן חחחח אמן כן יהי רצון שכויח -------

****

מ'רעדט כסדר וועגן מאכן א וואטסעפפ גרופע, גיין וואוינען אין שמעקעסוויל, יא גילוי נישט גילוי; קינדער הערטס אויף דמיונ'ען, די אויבנדערמאנטע פייערונג איז אין ריאליטעט פארגעקומען צווישן א געקליבענע פאר ידידים, מחשובי תומכי מוסדותינו הק' לרגל השמחה במעוני בהולדת התגובה האלפיים בס"ד. צווישן די פארזאמעלטע האבן זיך אנגעזען אזעלכע ריזן ווי [tag]כוכב[/tag] און [tag]שמעקעדיג[/tag] און אזעלכע סעלעברעטיס ווי [tag]זר זהב[/tag] און [tag]פידלער[/tag].

ס'איז דא בילדער פון די פייערונג, אבער ס'וועט פארשטייט זיך נישט פארעפענטליכט ווערן. פאר די וואס זענען גאר נייגעריג איז כוכב טאקע אן אויסטערליש געלונגענער אינגערמאן, שארף כריזמאטיש און שפיזיג, אבער זיין אויסזען איז, יא, ווי מ'זאגט, כ'מיין, היבש אומאיינגענעם. גאר נידריג און צו די פעשליכע זייט — איידל גערעדט. זר זהב איז יא מאגער מיט דארק-סקין ממש א ברכה צו מאכן. שמעקעדיג ווייסט מען דאך שוין איז שוויציג און איבערוואגיג, ווידעראום פידלער איז ליטערלי א פרי עץ הדר.

נישט לאנג צוריק, ווען כ'האב ערשט אנדעקט אז ס'איז דא אזא וועבזייטל ווי "קאווע שטיבל" האב איך נישט געחלומ'ט אז דאס וועט ווערן אן אומבויגזאמער חלק פון מיין לעבן, און כ'וואלט אוודאי נישט גע'חלומ'ט אז כ'וועל נאך איין טאג זיצן ארום א רעסטאראנט טיש מיט די אריות שבחבורה. אבער ב"ה אז מיר האבן דאס דערלעבט.

פארוואס פארצייל איך עס ענק? ווייל איך וויל ארויסברענגען אז אזוי שמועסענדיג — בשעת'ן קייען די געפרעגלטע לעבער און געשמאלצענע בקר — צווישן די ליצנות פון זר'לע, די ליבשאפט פון שמעקל און דברי חכמה פון ר' פידלער, האב איך אנגעפרעגט ביים עולם וואו און וויאזוי זיי האבן געהערט פון ק"ש. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט, ווייל הגם דער פון בודעפסט גלייכט נישט ליובאוויטש און שלום דין אויך נישט, זענען מיר נאך אלס ענליך צו זיי מיט'ן פילאזאפיע פון יפוצו, און מיר קענען זייער באשטיין אז די ליכטיקייט פון ק"ש זאל אפילו ווייטער שיינען, און אויפפלאקערן די הערצער וואס זענען נאך ליידער טריקן פון כמורע.

שמעקעדיג טענה'ט אז ער האט געהערט פון ק"ש פון זיין זון זייגער פון קרעטשמע. זייגער, וואס איז, אגב, נישט גערופן געווארן צום פארטי צוליב זיין פארנומענע סדר היום דארט אין קרעטשמע וואו ער איז פארנומען שרייבן, לייענען, פרעגן און ענטפערן, האט איין טאג בשעת אבות ובנים אויפגעקלערט זיין פאטער, וואס וועט שפעטער באקאנט ווערן אלס שמעקעדיג, וועגן א פלאץ אויפ'ן אינטערנעט וואו מ'קען טרינקען בחנם קאווע. שמעקעדיג, דאן באקאנט אלס ראלעקס-זייגער, האט זיך צוגעכאפט דערצו און מיט די שמעקעדיגע בעקיטשע פון ש"ס זיך איינגעשריבן אין שטיבל, און די איבריגע איז היסטאריע.

איך פרעג זר "ווי האסטו געהערט פון קאווע", אבער ווי כאילו נישט אים מיינט מען שפרייט זיך אויס א צינישע גרימאס אויף זיין דיקע בארד און וואנצעס, און ער זאגט אזוי מיט א גלייכגילטיקייט "גלייבמער, כ'האב נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט". ווען כ'פרוביר אים מסביר זיין אז דאס איז א פארום אויפ'ן אינטערנעט וואו ער האט פארברענגט זיינע כולל-יארן איידער ער איז געווארן א מיליאנער, לייקענט ער שטיין און ביין. "איך" הייבט ער אן מיט גאות "פלעג קיין מינוט, אפילו קיין סקונדע, נישט פארברענגען מיט שטותים, דאס איז די סוד פון מיין רייכקייט".

ס'קומט בעצם א באזונדערער אשכול איבער די מסיבה, אבער פאר יעצט וויל איך סתם אזוי אנפרעגן ביים עולם. היינט ווען מ'רעגיסטרירט זיך אין קאווע שטיבל ווערט מען געבעטן צו שרייבן וויאזוי מען האט געהערט פון ק"ש. אמאל איז נישט געווען די פראגע ביים זיך רעגיסטרירן, און ס'איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי מיר, עי-קעיס, האבן געהערט דערפון.
איך פערזענליך האב געהערט דערפון פון א ידיד, א לייענער נישט קיין שרייבער דא, וואס לייענט מסתם די שורות און ווייסט ניטאמאל אז ס'איז אים צו פארדאנקען אז איך בין דא. איז בעט איך דער עולם זאל שרייבן זייער רייזע קיין קאווע שטיבל און איר אנדעקונג. היינט, זע איך, איז ק"ש היבש מער אקטיוו אויף טוויטער ווי ס'פלעגט זיין בשנים קדמניות איז קען זיין אז דאס ברענגט נאך אידן, אבער אמאל איז די הנהלה כמעט נישט געווען אקטיוו אויף סאציאלע מידיא, איז למען הצלחת השטיבל ביטע נעמט א מינוט און זייט מודיע וואס האט אייך געברענגט אהער.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

וויפיל איך וואלט געצאלט צו זיין א פליג אויפן וואנט אינעם רעסטאראן....
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך האב געהערט פון ק'ש פון דער זעלבער פון וועם דו האסט געהערט אז איינס מיט איינס איז צוויי. א מין לץ יענער.. ער האט שוין חתונה געהאט?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

ישראל קאפקע האט געשריבן:וויפיל איך וואלט געצאלט צו זיין א פליג אויפן וואנט אינעם רעסטאראן....


פליגן ציען צו ליכט און ווי איך געדענק, איז דע רעסטאראן געווען היפש טונקל. דאס זאג איך כדי צו ערקלערן די "פרי עץ הדר" קאמפלימענט. צו פיל האט אפטעמיסט נישט געזען. עט עני רעיט, איך נעם אן די אלע שבחים זייער גערן.

[tag]אפטעמיסט[/tag] Congratulations on #2000!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאפ, א הערליכע מסיבה געווען, כ'מוז זאגן. מיט מיין פארשוויצטע שמעקעדיגע איבערוואגיקקייט מיט די ריזיגע פאטעיטא בארד האב איך זיך טאקע פארשטעקט אנטקעגן די פרי עץ הדר ניקס, אבער פארט האט זיך עס געלוינט, כ'האב נישט חרטה קיין רגע.

קודם די בקר וואס מיר האבן געפרעסן אויף אלע באקן, אלעס אויף אפטע'ס קאנטע. נאכדעם ווינדערט מען זיך הלמאי כ'בין פארגרעבט און פארשוויצטע. און די דברי חכמה און הומאר וואס דארט האט זיך געגאסן איז געווען עד אין לשער. א שאד נאר אז יואב איז נישט אנוועזנד געווען.

גראדע סודות פון חדר, עס האט געהייסן אז געפילטע פיש וועט אויך ערשיינען, אבער צוליב טעכנישע סיבות איז געווען א לעצטע מינוט קענסעלעישאן. חבל על דלא משתכחין.

עניוועי, מזל טוב אפטער, כ'קען נישט ווארטן זיך צום ווידערזען בקרוב ביי די 3,000!!
וירח ה' את ריח הניחוח
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

שליחה דורך petergrifin »

נישט גענוג אז איך בין זשעלאס בין איך יעצט הונגעריג אויך.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אפטע איז טאקע פארגעקימען אזא מסיבה?
אז מען רעדט שוין, איך בין מער נייגעריג 'ווי ביסטו געווען ביז יעצט?
מען זעהט אסאך ניקים קימען זיך דא אן ווי שיינע יודן מיט א פרישקייט נאכדעם וואס קאווע שטיבל שטייט שוין היפש א פאר יאר.

הא ווי זענט עטץ געווען ביז יעצט??
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

יא, די מסיבה איז ווירקליך פארגעקומען. דאס איז אבער נישט די ציל פונעם אשכול. כ'וויל וויסן וויאזוי דער עולם האט אויסגעפונען פון אונזער שטיבל. ביטע זיך אנרופן ווארעם למען הצלחת הענין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'לאך נישט מיט קיינעם, אבער זיצענדיג אויף מיין שויגער'ס קאמפיוטער עפעס א חוה"מ, האבן מיר אנטדעקט דעם סוד, אז מיין שויגער זז"ג איז פון די טאלאנטפולסטע שרייבערס דא אויפן סייט וואס שרייבט זיך אריין אוטומאטיש ווען זי סיינט אריין די צוויי קלאפן 'אק' אויפן קיבארד, און עס קומט גלייך ארויף די פראגראם פון 'אקטיווע אשכולות' און דערנעבען גאנץ אוויבען שטייט איר ניק באניצער נאמען מיט'ן פעסווארד שוין אריינגעסיינט אין כ'דארף נאר געבען דעם קליק אויפן ווארט 'אריינשרייבען' אין כקען שרייבען ככל העולה לרצון לפני.
עס איז איבריג צו זאגען אז ס'שרעשט איז היסטורי א קיי"ל פון א יאר שפעטער האבן מיר זיך אויך איינגעשריבען אינעם מוסדות דקהילתינו.
סאו, בינעך געווער געווארען צוויי זאכען:
א)פונעם עצם סייט קאווע שטיבל
ב)אז מיין שויגער שרייבט דארטן אין אזוי אויך איר ניק(איר פעסווארד קען איך נישט)
מיין שויגער איז 63 יאר אלט, היפש אויפגעקלערט אין ליינט אסאך, אין שלאגט זיך מיט מיר דא אויפן סייט בגלוי אין אזוי אויך אין אישי, אין הייבט נישט אן צו חאלעמען אז איר איידעם שרייבט דא אין ווייסט ווער זי איז.
כ'זאג ענק בנאמנות אזוי איז די מעשה.
נאך א פרט ויל'עך מוסיף זיין אז מיין שויגער וועט זיך פארשטייט זיך אליין, נישט קומען צו קיין פארטיס אין די רעסטארענטען וד"ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אתא, איין שוויגער דערציילט פאר'ן צווייטן און קאווע שטיבל בליעט. נישט קיין וואונדער די עולם ווערט דא אזוי שנעל באליידיגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי, אלעס מיט א שמייכעל. :D
אפילו איך לאך נישט מיט ענק בכלל אין די מעשה איז אמת לאמיתו, איז אבער דא נאך איין פרט אינעם רינג, היות כידוע לכל העוסקים בתורת הנסתר, ארבעט איך פאר חיים שאולזון עם צו ברענגען אינפארמאצייע פאר באצאלט פארשטייט זיך, ממילא מיז איך צוקומען צו קראנטע ידיעות אין עם צושטעלען אין אזוי אויך אריינשטעלען ארגעץ אנדערש בבחינת ומקבלין דין מן דין ואמרין קדיש אדער דעם פסוק ונותנים באהבה רשות זה לזה, ממילא בינעך געווארען דא א גר ותושב אין כידוע איז ס'רעשט היסטורי. :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז דא א באשרייבונג ערגעץ מיט'ן קראנטע היסטאריא פון ק''ש?
איך האב געהערט דערפון פון מורינו ורבינו נר המערבי פטיש החזק רשכבה''ג ומרא דארעא קדישא מייסדו ופטרונו של מוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר רבינו גוג''ל זז''ג. איך האב עפעס געזוכט אויף אידיש, אפשר א חיים גראדע בוך כ'געדענק שוין נישט, און נאכ'ן אביסל ליינען אמרתי אני בלבי, פה אשב כי אויתיה. ס'האט גענומען א האלבע יאר ביז'ן זיך אריינשרייבען. פארט א ליטוואק אביסל אונטערשטעליג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פונקט בין איך געווען אין VIP אויף דרייצען נאכן gym לעצטע וואך, זעה איך פיהר יונגעלייט עסן ווי אחשורש ביים סעודת המפסקת. איין טיש האט נישט געקענט דערהאלטען די פרעסעריי פון די חברה, האבן זיי צוגעלייגט נאך א טיש אינמיטן דורכגאנג. שפעטער זעה איך איינער פון זיי זעצט זיך אריין אין א דאבעל פארקט עסקעלעיט מיט טשערי לייטס - לכאורה אפטעמיסט. דער צווייטער זוכט א היטש קיין וועסשעסטער מיט א סטאפ אין מאנרא - לכאורה זר זהב. דער דריטער מיט'ן פערדער זענען געבליבן זיצן, זיי האבן זיך נישט געקענט אויפשטעלן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הלעאו, חשש גלוי ווייל איך בין דארט געוועהן.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:פונקט בין איך געווען אין VIP אויף דרייצען נאכן gym לעצטע וואך, זעה איך פיהר יונגעלייט עסן ווי אחשורש ביים סעודת המפסקת. איין טיש האט נישט געקענט דערהאלטען די פרעסעריי פון די חברה, האבן זיי צוגעלייגט נאך א טיש אינמיטן דורכגאנג. שפעטער זעה איך איינער פון זיי זעצט זיך אריין אין א דאבעל פארקט עסקעלעיט מיט טשערי לייטס - לכאורה אפטעמיסט. דער צווייטער זוכט א היטש קיין וועסשעסטער מיט א סטאפ אין מאנרא - לכאורה זר זהב. דער דריטער מיט'ן פערדער זענען געבליבן זיצן, זיי האבן זיך נישט געקענט אויפשטעלן.

כ'האב טשערי לייטס, אבער די מסיבה איז נישט פארגעקומען אין VIP. כ'האב גרעסערע השגות צדיק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@אפטע האסט טאקע געמיינט אז דו וועסט אדוועטייזן דיין סאפער און דער עולם וועט נאך רעדן פון ק''ש? איך גיי שוין ארבעטן צו באקימען א אינווייט צו די מסיבת שלשה אלפים,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין אנגעקימן צו ק''ש דורך די דרכי עקלקלות פונעם גוגל הדור, איך געדענק איינע פון די ערשטע ליינס וואס איך האב געליינט איז געווען ווי איינער שרייבט אז מען קען נישט מאכן א אויסגאבע פאר פרויען ווייל וויאזוי וועט זי אנקיקן א אויסגאבע פון 'שמעקעדיגע געפילטע פיש וואס האט געמאכט א טאמבל סאס אין לעיקוואד'
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שטיפעריי אין די זייט. א הערצליכן מזל טוב צו אונזער באליבטן, הומאריסטישע, שארפע, קלוגע, טאלאנטפולע חבר אפטעמיסט. 2000 הודעות פון געשמאק!

ק"ש האב איך געטראפן ווען איינער האט געלינקט אין פעיסבוק. זייט ק"ש האט זיך געעפענט איז עפעס געווארן שרעקליך שטיל דארט, איי דאנט וואנדער וויי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איי וועלט, עפעס א טובה האט מען יא פון זיי:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי סאיז אקשען מיין שויגער האט מיך געפאקט אין סטראשעט מיטן ערגסטע וואס איז שייך. :cry:
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אתא קלילא האט געשריבן:רבותי סאיז אקשען מיין שויגער האט מיך געפאקט

די ווייב ווייסט?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
אתא קלילא האט געשריבן:רבותי סאיז אקשען מיין שויגער האט מיך געפאקט

די ווייב ווייסט?

איך בין די שניר לאורך ימים ונשים נישט די מאן, בעסער פרעג צו מיין מאן ווייסט ער איז אבער יעצט אין מקווה לכבוד שבת אין האלט אינמיטן די תתק"ס טבילות.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אתא, איין שוויגער דערציילט פאר'ן צווייטן און קאווע שטיבל בליעט. נישט קיין וואונדער די עולם ווערט דא אזוי שנעל באליידיגט.


Sexist!
פארשפארט