קורצע וויצן איבער חסידישע הויפן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

קורצע וויצן איבער חסידישע הויפן

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב דא צוזאם געזאמעלט לפונדק אחד אומצאליגע וויצן איבער חסידישע הויפן. וויצן וואס נעסטיגן מיר אין קאפ שוין א וויילע , א חלק זענען סתם וויצן און א חלק פארמאגט אין זיך די געדאנקען גאנג השקפה/אידעאלאגיע פונעם ספעציפישן חסידות ,

איך האב פראבירט ככל שידי מגעת און ארויס גענומן א יעדע וויץ וואס שמעקט מיט ניבול פה אדער ליצנות אויף מנהיגי ישראל רעביס דיינים רבנים ,

= על כן טוה איך בעטן פאר איר שרייבט א תגובה טראכט צוויי מאל אויב עס אנטהאלט אין זיך ליצנות אדער ניבול פה אויף א מנהיג בישראל נישט קיין חילוק פון משה רבינו ביז רב יונגרייז פון וואדבורן צו פון רביה"ק הראשון ביז רביה"ק השני והאחרון טאמער יא ביטע שרייבט עס אין צימעס ,

נ"ב איך האב פראבירט צו גיין מיט א סדר. און דאס איז די ערשטע חלק וההמשך יבאו אי"ה ,

אומאן :

:D ראש השנה ווען מען שטייט פארן גרויסן משפט בבית דין של מעלה איז עס אזוי וואו ווען א מענטש ווערט געריפען אין קארט איז דא איטליכע וועגן וואו אזוי זיך ארויס צו דרייען פונעם פלאנטער אדער זאגט ער חטאתי עויתי פשעתי , ( חרטה על העבר. תשובה . וקבלה על העתיד )אדער נעמט ער א גוטע לויער , ( ער פארט צום רעבין )אדער שפילט ער נערווען קראנק , (ער פארט קיין אומאן ..)

:D פונעם גערער רעבי זאגט מען נאך אויף די גמרא אומן קונה בשבח כלי. אומן קויפט די שוואכע כלים ...

:D האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט צו געגליכן אומאן צו האם דיפאט. יעדער וואס פעלט אום א שרייפעל פארט אהין...

אלכסנדר :

:D צוליב די מחלוקת אין אלכסנדר האט בית דין געפסקנט אז דער ראש ישיבה מוז זיך צולייגן א נאמען אלטס היכר . מאנכע זאגן אז עס גייט זיין אלכסנדר מוקדון...

באבוב :

:D איך ווייס נישט פארוואס מען האט געדארפט א דין תורה נאך 9 גאנצע יאר ,עס שטייט שוין אין גמרא אז חולה מוסיפין לו שם...

:D יענקל מילער שמועסט אמאל מיט א אינגערמאן. אזוי אינמיטן פרעגט ער אום וואס ער איז , זאגט ער באבוב . וועלכע ?, וואס הייסט וועלכע , עס איז נאר דא איינס ! זאגט אום ר' יענקל איך בין אויך א באבובע .. וועלכע ? , אזוי שנעל האסטו פארגעסן אז עס איז נאר דא איינס ...??

:D ביי א ספארדישע חופה האט מען לעצטענס אויסגערופען כ"ק אדמו"ר מ"קוואטרא סינקא" איז מכובד מיט סידור קידושין...

:D עס קוקט אויס וואו באנדאס גראסערי איז געווען פארשפארט צוליב א דין תורה. ביים ריאפענינג האבן זיי שוין געהאט צוגעלייגט באנדאס 24...

:D היכי תימצא אז בחייו פון א מנהיג קען מען שוין זאגן דער "פריערדיגע" באבובער רב שליט"א האט געזאגט וכו. ..

:D אין באבוב 45 איז די גירסה חודש אלול דודי לי ואני לדודי... ( קרעדיט יין שרף )

בעלז :

:D אומבאשטעטיגטע באריכטן ווייסן אנצוגעבן אז בעלזער רעבעצין תלית"א איז שוין געווארן געלאדענט עולה צו זיין אויף צאנזער רב'ס ספר תורה ביי דזשופניק אינדערהיים...

:D איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז א "ווינקעל" (בעלז וועט זיין א ווינקל..) קען זיין אין "צענטער" פון די וועלט..

בריסק :

:D א בריסקר האט געבעטן זיין חבר ער זאל אום מוציא זיין מיט אשר יצר. ער האט א ספק אויב זיינס איז געווען כשיעור...

:D מען האט אמאל געטראפן א בריסקר משתין זיין אינעם שמות טראק. ער האט פריער געגעסן פירות שמיטה...(די בריסקע ארבייטען טאקע זייער שטארק ביי די יעצטיגע שערורייה פון שמות אינעם לענדפיעלד , אז מען זאל מקבר זיין אלעס סיי די שמות מיט די גארבודזש ...)

גור :

:D אינדערהיים ביי א באזוך פונעם וויזשניצער רעבי ביים גערער רעבין. ווען מען האט געברענגט פירות האט דער וויזניצער גע'טענ'עט אז דער גערער זאל עסן קודם זיך אנריפענדיג אז עס איז א בפירושע פסוק ואהבתם את ה'גר , האט זיך דער אמרי אמת אנגעריפן איך מיין עס שטייט ואהבתם את "האגער"...

:D א חסידישע חתן ברענגט מען אריין מיט שושבינין אום אינטער צוהאלטן ער זאל נישט אראפ פאלן נאכן זיין פארמאטערט פונעם פאסטן , א ליטווישע חתן כדי ער זאל נישט אראפ פאלן מחמת זקנה . א פרענק כדי ער זאל נישט לויפן צו די נשים. א גערער חתן כדי ער זאל נישט לויפן צו די זכ... (שוין. אריין אין מאחורי)

:D נו שטייט דאך שוין כל נבילה לגר...

:D מען האט געפרעגט אמאל א גערער פארוואס א אתרוג באטראכט ער און וועלט זיך פאר שעות אויף שעות צו האבן די שענסטע וואס עס איז נאר פארהאן . און א ווייב נעמט ער נאך 10 מינוט ?, שוטה די מיט מיין אתרוג גיי איך דאך ארויס אויפן גאס...

:D א געשעפטס מאן זעט ווי א גערער אינגערמאן שטייט ביי די שענקלעך און פראבירט איין גארטעל נאכן צווייטן. אפשר איז דא עפעס דינער ווי א שרוך נעל , נאך א פערציג מינוט פרעגט אום דער געשעפטס מאן וואס זיכסטו דארט אזוי שטארק ? , נע , גארנישט איך זיך א דינע גארטעל. ווייסט דאך אז ביי אינז איז מען נישט מקפיד וועלכע גארטעל מען טראגט...

:D זיצט זיך א גערער בחור אויפן אגד באס ביי איינע פון די סטאפס מערקט ער אן אז נעבן אום האט זיך אוועק געזעצט א מיידל א חילונית און צו אלעם גוטן איז זי נאך אן ערימה אויך , פארן אראפ גיין נעמט דער בחור אן עפעלע און לייגט עס אראפ נעבן איר. זי פרעגט אום גלייך מיט ווינדער מה פשט ? , זאגט ער איר אז ביז חוה האט נישט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי נישט געוויסט אז זי איז ערימה... א טאג דערויף האט זיך אפגעשפילט די זעלבע ספעקטאקעל פאר זי איז אראפ געגאנגן האט זי אראפ געלייגט אן עפל נעבן אום. ער הייבט גלייך אויף זיינע ברעמען מיט ווינדער , זאגט זי אום יא יא .. ביז אדם האט נישט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער נישט געוויסט אז זי איז ערימה...

דושינסקי :

:D ווען עס האט זיך געטון אין וויליאמסבורג די מוחאה צערעמאניעס איבער די גראבינגען דורך דושינסקי אין גאלעווענציץ. האט א גוטע איד געזאגט אזוי. עס איז דא מער סאטמערע וואס באדערט זיי די גראבונגען פון דושינסקי אין וויליאמסבורג ווי דושינסקי גראבט אין גאלעווענציץ...

זלאטשוב :

:D ר' מעכעלע ע"ה פלעגט צו זאגן. עס איז פארהאן דריי זאכן. איינס ווייסט דער באשעפער. איך. און גאנץ כלל ישראל. דער צווייטע ווייסט נאר דער באשעפער און איך. די דריטע ווייסט נאר דער באשעפער בכבודו ובעצמו אליינס. אז מיין בעקיטשע איז צעפליקט דאס ווייסט יעדער איינער , אז מיין הויזן פון אינטען איז צעפליקט דאס ווייסט נאר איך און דער באשעפער , ווען מיין ווייב וועט עס פארריכטען דאס ווייסט נאר איין באשעפער אליינס...( בעצם איז דאס שוין א ווארט פון צאנזער רב זצ"ל , ויש תורה מה'סטראפקעווער על זה)

:D דער רעבי און חדר האט געפרעגט ווער עס ווייסט וואו אזוי דער בעל התניא האט געהייסן זאל אויף הייבן די הענט, איין יונגעל האט אויף געהויבן ער ווייסט, ער מיינט אז ער האט געהייסן ר' מעכעלע...
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

פאפא :

:D
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
= על כן טוה איך בעטן פאר איר שרייבט א תגובה טראכט צוויי מאל אויב עס אנטהאלט אין זיך ליצנות אדער ניבול פה אויף א מנהיג בישראל נישט קיין חילוק פון משה רבינו ביז רב יונגרייז פון וואדבורן צו פון רביה"ק הראשון ביז רביה"ק השני והאחרון טאמער יא ביטע שרייבט עס אין צימעס ,



מען האט דאך געבעטן עפעס
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געוואלדיג האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
= על כן טוה איך בעטן פאר איר שרייבט א תגובה טראכט צוויי מאל אויב עס אנטהאלט אין זיך ליצנות אדער ניבול פה אויף א מנהיג בישראל נישט קיין חילוק פון משה רבינו ביז רב יונגרייז פון וואדבורן צו פון רביה"ק הראשון ביז רביה"ק השני והאחרון טאמער יא ביטע שרייבט עס אין צימעס ,



מען האט דאך געבעטן עפעס

אבער ווען איך זאלל שרייבן א פאר גוטע באמבעס איבער סקווירא און איר מנהיג, דער צאדיק, דער טאטע, וועט מען פלוצלינג ווערן סענסיטיוו... :roll: :P :o
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
= על כן טוה איך בעטן פאר איר שרייבט א תגובה טראכט צוויי מאל אויב עס אנטהאלט אין זיך ליצנות אדער ניבול פה אויף א מנהיג בישראל נישט קיין חילוק פון משה רבינו ביז רב יונגרייז פון וואדבורן צו פון רביה"ק הראשון ביז רביה"ק השני והאחרון טאמער יא ביטע שרייבט עס אין צימעס ,



מען האט דאך געבעטן עפעס

אבער ווען איך זאלל שרייבן א פאר גוטע באמבעס איבער סקווירא און איר מנהיג, דער צאדיק, דער טאטע, וועט מען פלוצלינג ווערן סענסיטיוו... :roll: :P :o

גם אני מצטרף
:D :D
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: קורצע וויצן איבער חסידישע הויפן

שליחה דורך נופת צופים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
= על כן טוה איך בעטן פאר איר שרייבט א תגובה טראכט צוויי מאל אויב עס אנטהאלט אין זיך ליצנות אדער ניבול פה אויף א מנהיג בישראל נישט קיין חילוק פון משה רבינו ביז רב יונגרייז פון וואדבורן צו פון רביה"ק הראשון ביז רביה"ק השני והאחרון טאמער יא ביטע שרייבט עס אין צימעס ,



מען האט דאך געבעטן עפעס

אבער ווען איך זאלל שרייבן א פאר גוטע באמבעס איבער סקווירא און איר מנהיג, דער צאדיק, דער טאטע, וועט מען פלוצלינג ווערן סענסיטיוו... :roll: [emoji14] :o

לאמיר זעהן וויאזוי ס'וועט אויסקוקן. הייב אהן.
זיי וועלן באליידיגט ווערן אפילו אויב ס'נישט אזעלעכע שטארקע באמבעס
סענט פראם מיי קאושער פאון...
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

בעל עגלה כ'ווייס נישט אויב איר ווייסט.
אבער ביי רוב מענטשען איז דער נאמען סקווירא איין גרויסע זדשאוק.
דער דזשאוק איז אזוי גרויס אבער אזוי אלט אז מ'לאכט שוין מער נישט.
געווענליך ווען מ'רעד פון סקווירא, ווייסט דער עולם מ'רעד פון קלאונס און פאפעטס.
על כן איז נישטא קיין צו ערענסטע וויצען איבער סקווירא.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ראשעקאל האט געשריבן
יעדער ווייסט דאך אז אין וויזניץ הערשט יעצט א שיינע שלום צווישן ר׳ ישראל און ר׳ מענדעל. ר׳ ישראל טרייט איבעראל צו זאגן אז מ׳זאל אויך געבן כבוד פאר׳ן ברודער.
דערציילט מען אז ר׳ ישראל האט געמאכט סידור קידושין ביי זיינס א מענטש. אין דער חתן האט געזאגט ״הרי את מקודשת לי כדת משה וישראל״. רופט זיך ר׳ ישראל תיכף אן צום חתן, ״זיי שוין אזוי גוט, און לייג שוין אויך צו דעם ברודער׳ס נאמען״......


פון דא
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

א איד האט געכאפט א הארץ אטאקע און שפירט אז ס'ווערט אים שלעכט. ער כאפט שנעל זיין סעל אין רופט הצלה.

הצלה: וואס איז די אמערזשענסי?
איד: איך האב געכאפט א הארץ אטאקע, איך בין אין באבוב ביהמ"ד
הצלה: וועלכע באבוב
איד: ס'איז נאר דא איין באבוב
הצלה: פאר איך גיב ארויס די קאל דארף איך זיין זיכער, זאג שוין וועלכע
איד: וואס הייסט?! איין באבוב איז דא אין פערטיג
הצלה: זאג שוין!
איד: איין באבוב! איין באבוב! איין...

ויצאת נשמתו באחד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליבאוויטש :

:D ווען מען האט געפרעגט דעם דרייווער פון ליבאוויטש'ער רבי וואס זיין פאסטן איז. האט ער געזאגט איך בין דעם שופר ( ) של משיח..

:D ר' יענקל מילער האט מען געזען ו' תמוז ביים אוהל מיט א טאץ קעיק , זאגט ער עס שטייט אין גמרא אז מער וואו 3 טעג קען א מענטש נישט לעבן אן עסן...

:D אויף די משיחיסטן האט יענער געזאגט. א פראק איז וואו אן הצלה טראק. צוויי עפענונגען פון הינטן אין מעשיגענער פון אינעווייניג..

:D א ליבאוויטשער און א ברעסלעבע האבן זיך געטראפן צוזאמען אין גיהנום. ביידע האבן אנגעהויבן שרייען רעבי ראטעווע אינז ! פלוצלינג פארט אריין א האנט און נעמט זיך ארויס שלעפן דער ברעסלעווע ביי די פיאות , פון די אנדערע זייט פארט אריין א בריוו צום ליבאוויטשער. זיך ליינענדיג כה לחי פאר דיין נייע שליחות...(קרעדיט outspoken)

סאטמאר :

:D ווען ר' זריעל ע"ה האט געטייעלט פאר די קינדער אין קעמפ מטבעות פון סאטמאר רב זיע"א האט איינע פון די קינדער געפרעגט אזוי מסיח לפי תימו וואו אזוי קען זיין. אויף זיין קוואדער זעט ער יארע צוויי טויזענט , זאגט ר'זריעל עטס ווייסט נישט דער רעבי האט געהאט א ווייטע בליק..

:D חסידות אין לוח האט ניטאמאל א דין בר קיימא. עס האט געלעבט פון י"ט כסליו ביז כ"א כסליו ..(הוספת ר' בערל אין מיילידזש ( פון וויליאמסבורג ביז קראנהייטס )איז עס אויך גאנץ קורץ...

:D בשם ר' סענדער דער דייטש (קרעדיט ר' בערל) זאגט מען נאך. סאטמאר איז וואו א פאטעיטע. עס איז אין דער ערד אבער עס וואקסט און שפראצט מיטן גאנצע קנאק !

:D ווען מען האט אמאל פארציילט א מעשה פונעם רעבין פאר ר' שלמה יענקעל האט מען אום געפרעגט צו ער האט שוין אמאל געהערט די מעשה , זאגט ער. געהערט האב איך נאך נישט. אבער געטראכט האב איך שוין...

:D וואו האט יענער געזאגט אויף משה בן פריידל (קרעדיט ש' ווידער) , עס שטייט אין פסוק ווען אליעזר איז געקומען זיכן א שידוך פאר יצחק. האט ער אזוי שמוסענדיג מיט לבן דערמאנט ער אינמיטן אז "אליעזר עבד אברהם אנכי". נו ,דארף מען פארשטיין פשט וואס האט אליעזר געמיינט צו זאגן דערמיט ? ,
נאר מען קען זאגן בדרך אפשר. אז לבן האט געוויסט אז אברהם אבינו פארמאגט גאלד זילבער דיימאנטן בריליאנטן א רייכטום א גרויסן , ער פארמאגט חסידים גבאים וכו. אקיצור א הויף בתפארתה , ער איז אבער געווען אין א דילעמא. ווער זאגט אז דער חתן דינן גייט זיין דער יורש ? עס איז דאך דא נאך קינדער אין די משפחה ? ,אליעזר זייענדיג מרגיש זיין דילעמע רופט זיך אן תיכף זארג דיך נישט ! אליעזר עבד אברהם אנכי.. איך בין גבאי איך בין משב"ק ... איך וועל שוין פארזוכערן אז ער יצחק גייט זיצן אויפן טראן ...

:D היכי תימצא אין קרית יואל. א דעלי איז טאקע נאר דא איינס .אבער בית החיים'ס איז דא 3...

סערדעהעלי :

:D איך טראכט צו מיר אז אפשר קען מען זאגן פשט פארוואס רב חיים לייב כץ שליט"א איז אזוי שטארק פארן עירוב , ווייל וואס טוט זיך ווען א מעוברת וואקט אין בארא פארק. בפשטות הייסט נישט אז זי טראגט דעם קינד ווייל מען פסקנט (בסנהדרין) אז א ישראל איז נאך נישט קיין ולד ביזן לידה אין ביז דעמאלדס איז דאס קינד כירך אמו (כשיטת רבי בגיטין) וואס טוט זיך אבער מיט א קינד וואס איז נזרע געווארן דורך "בוני עולם" ,לפי שיטת סארדעהעל איז אזא קינד נישט קיין איד . וא"כ דאינו יהודי אז דינו כוולד/בר קיימא (כבן נח) כשעדיין במעי עמו (כשיטת ר'ישמאל בסנהדרין) איז אויב אזא קינד הייסט שוין א בר קיימא וואלט מען דאך עובר געווען אויף הוצאה. דערפאר איז ער מתיר דעם עירוב כדי די בוני עולם פאציענטן זאלן חלילה נישט נכשל ווערן מיט איסור הוצאה...

סקווירא :

:D פארוואס הייסט א וועווערקע א סקווערל ? ווייל עס האט א קליינע קאפ אין א לאנגע שוואנץ...

:D אינטען סקווירא איז א מיני פאפא שטעטל. עס איז פארהאן דארט בלויז דריי זאכן. א בית החיים א ישיבה גדולה און א קריטצלער..

:D רעבעצין טווערסקי קומט אריין אין באנק ווילענדיג אויף מאכן א באנק קאנטע
טעלער : ? what's your name
רעבעצין ט' : twersky
טעלער : ? and what is your maiden name
רעבעצין ט' : twersky
טעלער : ? and what is your mother's maiden name
רעבעצין ט' : twersky
טעלער : ..looks like you don't know what a maiden name is
רעבעצין ט' ...looks like you don't know what a twersky is (קרעדיט איך אויך/דריידל)

קאצק :

:D א קאצקע חסיד האט זיך איבער געקאצקעט אויף א קאצקע ציקער. און קאצקע רבי האט זיך געקאצקעט פאר געלעכטער...(קרעדיט שמואל הלוי)



קלויזענבורג :

:D פארציילט א קלויזענבורגע אינגערמאן פאר זיינס א חבר א סאטמארע אינגערמאן. אז ער האט נארוואס געהאט א מופת דורך קלויזענבורגע רב זצ"ל. איך בין יעצט אהיים געפארן פון די קאנטרי הערענדיג אויפן וועג דער חומש רש"י שיעור פונעם רעבין. איך בין געפלויגן אויף 85 מפ"ש עס גייט נישט דורך קיין 15 מינוט אין איך הער סירענעס איך גיב א ברעיק אראפ גלייך צו 55 מפ"ש למעשה כאפ איך זיך אז איך האב געהערט די סירענעס אויפן טעיפ.. אבער א מינוט שפעטער זעה איך א פאליציאנט ווארטען אויף א קרבן , אה.. בזכות האי צדיק ,
זאגט אום דער סאטמארער מיט א צינישע שמייכל טייל נישט קיין קרעדיט אומזיסט , ווער מיינסטו האט געשוקט די פייערלעשערס צום קלויזענבורגער אויב נישט אינז ...??

:D קלויזענבורגע רב זצ"ל האט אמאל געזאגט. אדער אהער (קלויזענבורג) אדער אהין (סאטמאר), אהער און אהין איז א צלם..(קרעדיט קאווע טרינקער)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

וואס גייט דא פאר? געהעריג ראסיזים מען לאט אויס פאפא
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

ווידיאו ווי דער ברך משה איז מכתיר מהר''א

שליחה דורך למדן »

BREAKING!!! The truth is finally out. Exclusive footage of the old Satmar rebbi (Bal Beirach Mosheh) appointing his oldest son (Rabi Aaron) as his successor, and his "Gabaim" arguing with him.
Watch the video here.

http://www.insidesocal.com/tribpreps/fi ... GOTCHA.png
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:א איד האט געכאפט א הארץ אטאקע און שפירט אז ס'ווערט אים שלעכט. ער כאפט שנעל זיין סעל אין רופט הצלה.

הצלה: וואס איז די אמערזשענסי?
איד: איך האב געכאפט א הארץ אטאקע, איך בין אין באבוב ביהמ"ד
הצלה: וועלכע באבוב
איד: ס'איז נאר דא איין באבוב
הצלה: פאר איך גיב ארויס די קאל דארף איך זיין זיכער, זאג שוין וועלכע
איד: וואס הייסט?! איין באבוב איז דא אין פערטיג
הצלה: זאג שוין!
איד: איין באבוב! איין באבוב! איין...

ויצאת נשמתו באחד

שמעון וואלף: געב קרעדיט וואו סקומט זיך...חצאצקע רעבע... :lol: :roll:
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ר' יענקל מילער האט מען געזען ו' תמוז ביים אוהל מיט א טאץ קעיק , זאגט ער עס שטייט אין גמרא אז מער וואו 3 טעג קען א מענטש נישט לעבן אן עסן...

מען פארציילט אויף ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל אז עס איז אמאל געקומען א ספרדיש ווייבל אין היסטעריא אז איר מאן איז נעכטן אוועק און מען האט אים באגראבן אבער דער נאכט איז ער איר געקומען אין חלום אז ער לעבט נאך
האט ר' ישראל יעקב איר גיענטפערט זיי נישט באזארגט יעצט איז ער שוין זיכער געשטארבן

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך טראכט צו מיר אז אפשר קען מען זאגן פשט פארוואס רב חיים לייב כץ שליט"א איז אזוי שטארק פארן עירוב , ווייל וואס טוט זיך ווען א מעוברת וואקט אין בארא פארק. בפשטות הייסט נישט אז זי טראגט דעם קינד ווייל מען פסקנט (בסנהדרין) אז א ישראל איז נאך נישט קיין ולד ביזן לידה אין ביז דעמאלדס איז דאס קינד כירך אמו (כשיטת רבי בגיטין) וואס טוט זיך אבער מיט א קינד וואס איז נזרע געווארן דורך "בוני עולם" ,לפי שיטת סארדעהעל איז אזא קינד נישט קיין איד . וא"כ דאינו יהודי אז דינו כוולד/בר קיימא (כבן נח) כשעדיין במעי עמו (כשיטת ר'ישמאל בסנהדרין) איז אויב אזא קינד הייסט שוין א בר קיימא וואלט מען דאך עובר געווען אויף הוצאה. דערפאר איז ער מתיר דעם עירוב כדי די בוני עולם פאציענטן זאלן חלילה נישט נכשל ווערן מיט איסור הוצאה...

ער האלט דאך אז עס איז יא איסור הוצאה ז. לבטלה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:א איד האט געכאפט א הארץ אטאקע און שפירט אז ס'ווערט אים שלעכט. ער כאפט שנעל זיין סעל אין רופט הצלה.

הצלה: וואס איז די אמערזשענסי?
איד: איך האב געכאפט א הארץ אטאקע, איך בין אין באבוב ביהמ"ד
הצלה: וועלכע באבוב
איד: ס'איז נאר דא איין באבוב
הצלה: פאר איך גיב ארויס די קאל דארף איך זיין זיכער, זאג שוין וועלכע
איד: וואס הייסט?! איין באבוב איז דא אין פערטיג
הצלה: זאג שוין!
איד: איין באבוב! איין באבוב! איין...

ויצאת נשמתו באחד

שמעון וואלף: געב קרעדיט וואו סקומט זיך...חצאצקע רעבע... :lol: :roll:


איך האב עס נישט געהערט פון אים, כ'האב עס אמאל באקומען פון ק/פ
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב עס נישט געהערט פון אים, כ'האב עס אמאל באקומען פון ק/פ


סוי גיב כאטשיק קרעדיט פאר ק/פ :) :)
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאצקע ציקער האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? געהעריג ראסיזים מען לאט אויס פאפא

@פלעין אידיש האט זיי שוין אויסגעלאכט והוא על דרך אז פון פאפא איז נישט דא ווער ס'זאל לאכען...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כידוע די ר"ת איי"ר איז אני ה' רופאיך אין די ר"ת אד"ר איז אויך אני ד' רופאיך, סאו הער איך אז אי אמשינוב האלט מען נאך ביי אני ד' מיטן ד' אין נישט מיטן י' אין מגייט בענטשען דעם חודש פון אדר אנשטאט אייר.
פארשפארט