יעצט צום ענין.: את חטאי אני מזכיר. איך האב א שטארקן יצר הרע צו קוקן אויף דעם צדיק פון אוקריינע'ס וועבסייט, און זעהן וועלכן ערליכן יוד ער טוט יעצט באשמוצן. ה"ה הנח"ש הידוע לשימצה נחום ראזנבערג...! איך פלעג עטליכע מאל אין טאג ארופגיין אויף זיין סייט צו טשעקן אויב ס'איז דא נייעס. איין טאג ווען כ'האב אויפגעמישט זיין סייט און ער האט נאר געהאט זיין געוויינליכע ענסייקלאפידיע פון שמוץ וואס טוט זיך אפ איבער גאנץ אמעריקע אין אלע 51 סטעיטס (אופס. כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז נאר דא 50. איך בין געגאנגען אין די זעלבע יוניווערסיטי וואס דער פרעידענט יר"ה באראק אובאמא). און אין ארץ ישראל. האביך באמערקט דעם לאגא פון קאווע שטיבל, וואו די צוויי חבירים זיצן און טרינקען קאווע און שמועסן. ווען כ'האב גע-קליקט אויף דעם האטזיך געעפנט די סייט מיט א בקשה "זיך איינ צו שרייבן...ענד דע רעסט איז היסטערייי


