וואס איז די מעשה? אט הערט:
זיך ווייקענדיג היינט אין מקוה איז פונקט דער גוט זאגער פון ביהמ''ד אריין און געווארפן וויצן ווי זיין שטייגער.
איין וויץ האט עפעס גאר שטארק געכאפט, כ'ווייס נישט צי דער עצם דזשאוק אדער דער 'טון' וויאזוי ער האטעס אראפגעלייגט, בכל אופן איז דאס איבעריגע, ווי מ'זאגט, (און ווי איר ליינט אין די ערשטע שורה פון די אשכול) היסטערי.. יוי

פארוואס זאגיכייך דאס? ווייל די פראזע הייבט לעצטענס אן צו נערווירן. גענוג געווען.