וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט: קודם כל א יישר כח פאר אויפמאכן דעם אשכול. ווייל איך האב שוין פון לאנג געזוכט וואו אויסצודריקן און פארציילן די השתלשלות פון מיין אנטדעקן דעם וואונדערליכן יריד וואס הייסט קאווע שטיבל. איבער דעם א ביסל שפעטער. נאר קודם א אינטרעסאנטע באמערקונג. איך ווייס נישט צו איך בין דער איינציגסטער. אבער דיין ערשטער פאראגראף אין דעם אשכול דערמאנט מיך פון דעם סטייל דרשות וואס איינער וועלכער איז באטיטלט מיט דעם חשוב'ן און גרויסן טיטל פון רשכבה"ג, שר התורה, הגאון הקדוש (לגזירה שווה...) ה"ה הגה"ק, מרנא ורב רבנן...מהר"... שליט"א...!

יעצט צום ענין.: את חטאי אני מזכיר. איך האב א שטארקן יצר הרע צו קוקן אויף דעם צדיק פון אוקריינע'ס וועבסייט, און זעהן וועלכן ערליכן יוד ער טוט יעצט באשמוצן. ה"ה הנח"ש הידוע לשימצה נחום ראזנבערג...! איך פלעג עטליכע מאל אין טאג ארופגיין אויף זיין סייט צו טשעקן אויב ס'איז דא נייעס. איין טאג ווען כ'האב אויפגעמישט זיין סייט און ער האט נאר געהאט זיין געוויינליכע ענסייקלאפידיע פון שמוץ וואס טוט זיך אפ איבער גאנץ אמעריקע אין אלע 51 סטעיטס (אופס. כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז נאר דא 50. איך בין געגאנגען אין די זעלבע יוניווערסיטי וואס דער פרעידענט יר"ה באראק אובאמא). און אין ארץ ישראל. האביך באמערקט דעם לאגא פון קאווע שטיבל, וואו די צוויי חבירים זיצן און טרינקען קאווע און שמועסן. ווען כ'האב גע-קליקט אויף דעם האטזיך געעפנט די סייט מיט א בקשה "זיך איינ צו שרייבן...ענד דע רעסט איז היסטערייי :lol: ;) :o
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קאווע שטיבל איז נחומ'ס? :shock:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פידלער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אתא, איין שוויגער דערציילט פאר'ן צווייטן און קאווע שטיבל בליעט. נישט קיין וואונדער די עולם ווערט דא אזוי שנעל באליידיגט.


Sexist!



ס'ווערטעל לויטעט: די שוויגער זאל ארויסגיין פון מקוה...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך וויל זייער זיך טרעפן מיט זר'ן און אים אנפליקן זיינע ביינער, ביז ער וועט זיך מגלה זיין צומיר באישי, און מיר מודה זיין אני בעל הבירה, וואס זיין איצטיגע ניק איז, ווייל קיינער חוץ עטליכע עלטערע ניקלעך ווייסן נישט ווער זר איז, און וואס פארא חסרון ער האט דא איבערגעלאזט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

איך בין אנגעקימען צו קאווע שטיבל ביי א שיעור מיט חברים וועלכע קומען זיך צוזאם מזמן לזמן. זיי האבן זיך געבייזערט איבער א געוויסע ניק "גדול הדור" וואס טשעפעט עהרליכע אידן. איינער דארט האט מיך געבעטן צו עפענען א ניק און צוריקשטויסן די אדוקים נגח'ערס, און אלס אין מסרבין האב איך אזוי געטוהן, מיטן פלאן צו קיינמאל נישט שרייבן. כ'האב אלס געהאט א חשד אז געוויסע דארט ביים שיעור זענען שרייבער דא, אבער כ'האב נישט געפרעגט עד היום.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווילאנג זר לייקט נישט גלייב איך נישט די מעשה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וילאנג זר איז נישט מכחיש, לייק איך ס'מעשה.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

זר וואלט גערן געלייקט, ער'ט צו זיין שלימזל פשוט פארגעסן זיין פעסווארד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זעהט אויס ער האט זיך דערמאנט זיין פעסווארד!
וירח ה' את ריח הניחוח
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך זייגער »

איך לאך צו זיך, ווען איך דערמאן זיך פון דעם, ווען אבי מורי ה'ה [tag]שמעקעדיג[/tag] האט דורך מיר אויסגעפונען פון קאווע שטיבל.
ס'איז געווען דאכט זיך מיר די נאכט פון ערב שביעי של פסח שנת תשע'ב. ווי עס איז שוין באוואוסט פאר ענק אלע, איז מיין טאטע א איד וואס איז מקפיד אז די מאה ברכות זאל זיין דוקא פון ברכות אויף עסן. פסח, היות מען קען נישט מאכן קיין מזונות, וואשט ער זיך יעדער שעה נאכאמאל. פארשטייט זיך אליין, אז די הכנות פארנעמען א גרויס חלק פונעם טאג, און פון די אשר יצר'ס אליין קען ער מאכן מאה ברכות. יענער יום טוב זענען נישט געווען צופיל גוטע ארטיקלען אין די צייטונגען, און ער איז אויסגעלאפן פון וואס צו ליינען.

איך זיץ מיר ביים טיש, און איך שאקל מיך ביים גמרא. איך האב זיך געוואלט פארקוקן פאר די נעקסטע זמן, ווען מען גייט אנהייבן לערנען אן נקודות, ווען מיטאמאל הער איך ווי אבי מורי רופט מיך. איך האב צוגענענט צום בית הכבוד, און איך הער ווי די טאטע פרעגט מיך אויב עס איז דאך דא עפעס וואס ער האט נישט געליינט. איך האב מיך ארומגעקוקט, און זעענדיג אז נישט, האב איך מציע געווען אז ער זאל ליינען קאווע שטיבל (די קרעטשמע גרינדער זענען נאך דאן געווען 2-3 יאר אלט), און די רעשט איז היסטארי.
אוהב ישראל
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך זייגער »

איך בין מכבד מיין טאטע מיטן ערקלערן פשט אין זיין ניק נאמען.
אוהב ישראל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זייגער האט געשריבן:איך בין מכבד מיין טאטע מיטן ערקלערן פשט אין זיין ניק נאמען.

זייגער: יעצט פארשטיי איך שוין פשט אין פסוק..."ויתילדו על משפחותם"... :lol:
איך האף אז דו קענסט עס ליינען אפילו ס'איז אן פינטלעך... :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייגער, אזויפיל אשר יצאר'ס מאכט דיין טאטע כדי צו האבן דעם גוף נקי?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך געדענק יעצט וואס איך האב געזוכט מיט'ן גוג''ל. ווען דער אריזאנא ווייץ סומאטוכע איז אנגעקומען קיין לעיקוואוד, האב איך געזוכט אינפא. אויף דעם און ר' מיכל אינדיג און איך בין דא ענגעקומען. איז א גרויסע דאנק הר''א ט''ב מיט'ן דארגער רב פאר'ן אנשטינקען דער וועלט מיט ענקערע שטותים. אזוי האב איך זוכה געווען צו טרינקען קאווע מיט גדולים וטובים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זאג נאר אפטע רב ,די גאנצע מעשה איז נאר מען זאל נישט מיינען אז דו ביסט זר''ל? איך האלט מיך ווייטער ביי דאס מייניגע אז דו ביסט זרע'לע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

זר זר זר
ווער איז די זכר איינער ווייסט?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

אפטעמיסט האט געשריבן:איך פערזענליך האב געהערט דערפון פון א ידיד, א לייענער נישט קיין שרייבער דא, וואס לייענט מסתם די שורות און ווייסט ניטאמאל אז ס'איז אים צו פארדאנקען אז איך בין דא.

גראדע ווייס איך יא אז עס איז מיר צו פארדאנקען! און זייט דעמאלס האב איך שוין אויך מחליט גיוועהן אז גענוג גיוועהן מיט נאר ליינען מען דארף שרייבן אויך. (א סימן וועל איך דיר געבן אונז האבן געשמועסט דערוועגן פרייטאג סעפטעמבער 20 2013)
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

וועלכע ווינט ס'האט מיר אהערגעבלאזן, איז א לענגערע באשרייבונג
כ'האלט שוין גראדע אינמיטן אהערשטעלן אן ארטיקל אויף מיין לאנג וועג צו קאווע שטיבל

סטעי טונד.. בקרוב ממש..
פארשפארט