די מנהגי מאכלי שב"ק ביי חסידים איז מקובל פון פריערדיגע צדיקים און האט אין זיך סודות..
סודות? אריין אין מאחורי הפרגוד!
קופערניקוס האט געשריבן:די מנהגי מאכלי שב"ק ביי חסידים איז מקובל פון פריערדיגע צדיקים און האט אין זיך סודות..
סודות? אריין אין מאחורי הפרגוד!
זר זהב האט געשריבן:חריף און חמס קומט פון די מידעל איסט, עז פאר איי נאו האט עס גארנישט מיט אידישע עסן. די אראבער עסן דאס אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:ביי דע וועי, פארוואס איז קוגל און פערפל א מנהג פאר אונז, אבער חריף און חומוס איז נישט א מנהג פאר אונזערע קינדער? מאי שנא
כ'האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אז די מנהגי מאכלי שב"ק ביי חסידים איז מקובל פון פריערדיגע צדיקים און האט אין זיך סודות.
ווילסט עסן חריף? געזונטערהייט (טייל פרומע רבנים לאזן טאקע נישט ווייל מען האט דאס נישט געזעהן ביי די טאטעס, אבער ובני ישראל לא שמעו להם), אבער די אנגענומענע מאכלים האבן א הייליגן מקור און עס פאסט נישט סתם צו מאכן חוזק דערפון.
יאנקל האט געשריבן:קלוג און יונג האט געשריבן:פשוט פשט 'שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך' מיינט נישט דעס און נישט דעס.
ס'מיינט נישט נאכגיין א טאטענס מסורה, און נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל
פשוט מיינט עס, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון דיין טאטען, אז ער זאגט דיר פאר נישט העכער די ספיד לימיט, פארוואס האסטו אינוועסטירט אינעם סטאק מארקעט ווען די הייבסט נישט אהן צו וויסען ווי אזוי טרעדינג גייט צו.
'נויג נישט אפ פונעם לערנען פון דיין מאמע, ווייל זי לערנט דיך זאכן וואס זענען געווענליך (religion not withstanding) יסודות'דיג און זייער נוצבאר. רעדן איידל, מענארס ביים טיש, זיין צאמגענומען, sharing, אויסקומען מיט פריינד.
א שיינער באלעבאטישער פשט און פארמאגט מסתמא אן אמת אויך, אבער צו זאגן אז עס "מיינט נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל" אין דער צייט וואס רש"י און די גמרא זאגן קלאר יא אזוי, איז אביסל, אממ... איך ווייס נישט וואס...