שואל כענין - קושיות ותמיהות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מיין פוינט איז אז ס'דא הונדרעטער אדער טויזענטער דרשות חז"ל וואס האבן נישט קיין שום מקור און די תורה. אויב ס'וואלט געשטאנען אין די תורה וואלט נישט געווען קיין משניות און גמרא.

קיין טענות, פשוט אן הערה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אוודאי אזוי. מיין שאלה אנהייב איז נישט געווען אפצופרעגן דעם דרש. מיין וואונדער איז געווען פארוואס מען/איך ווייס נישט פון א פשט, עד כדי כך אז מען/איך מיינט אז די דרש איז פשט. עד שגלגלתי ומצאתי, כדכתיב גלגלת ומצאת תאמין.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

הוגה האט געשריבן:דא האט איר די פשוט פשט פונעם פסוק:
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)

דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.


יין שרף האט געשריבן:איך זאג אז די רשב״ם אליינס זאגט אז מען דארף צו קומען צו דרשות חז״ל.


נישט אזוי פשוט.
לאמיר צולייגען דעם פסוק 'ארמי אובד אבי וירד מצרימה'.
מ'קען עס מנתח זיין אויף צוויי וועגן. אבער קודם כל די כוונה פון דעם פסוק דארף זיין זיין אז מיין טאטעס וירד מצרימה איז געבינדען מיט ארמי אובד. איין וועג ווי צו לערנען איז אבי, איז געווען אן ארמי אובד. אדער קען מען לערנען אז אבי, איז אנגעקומען קיין מצרים וועגן אן ארמי וואס האט געהאט בכוונה צו זיין א אובד, וואס מאכט פאלירען. לפי הדרך הא נמצא אז מען רעדט פון אברהם. לפי דרך השני רעדט מען פון יעקב, ווייל אז מען זוכט אן ארמי וואס האט געהאט בכוונה צו זיין א אובד, זעהט מען זיך ביי יעקב און ארמי גייט מיינען א פאפער.
דא מיין איך זעהט מען ענליך. אגב, דער אויספיר אז לבן מיינט נישט דווקא לבן נאר א געדאנק פון א געוויסע גזע וואס האט געוואלט מאכען פאלירען וכו איז א נקודה למחשבה.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יעקב איז אנגעקומען קיין מצרים וועגן לבן? אבער מען פארפארט פון די נושא, ווייל למעשה לויט ווי די מעשה ווערט געברענגט אין די תורה איז נישט דא עפעס וועגן לבן בקש לעקור הכל, נו אויב אזוי וואס איז טייטש ארמי אובד אבי, מוז זיין ווי די רשב"ם. אגב, ארמי=פאפער איז אויך אן אגדה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הוגה האט געשריבן:דאס איז אלץ שיינע דרושים טאקע באזירט אויף דעם "לבן בקש לעקור את הכל", אבער אין די תורה איז נישט דא א זכר דערפון.

וואס מאכט דיר טראכטן אז די הגדה מוז זיין באזירט אויף וואס ס'שטייט אפען אין די תורה, דער בעל הגדה האט קלאר געקענט די מדרשי חז"ל און אסאך שטיקלעך זענען טאקע באזירט אויף מדרשים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

רש"י איז אויך מסביר פשוט פשט.


"ארמי אובד אבי" - מזכיר חסדי המקום ארמי אובד אבי לבן בקש לעקור את הכל כשרדף אחר יעקב ובשביל שחשב לעשות חשב לו המקום כאילו עשה שבעובדי כוכבים חושב להם הקב"ה מחשבה כמעשה.

אגב, די אבן עזרא זאגט אז ארמי מיינט מען יעקב וואס האט געוואינט אין ארם
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

געפילטע פיש האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:דאס איז אלץ שיינע דרושים טאקע באזירט אויף דעם "לבן בקש לעקור את הכל", אבער אין די תורה איז נישט דא א זכר דערפון.

וואס מאכט דיר טראכטן אז די הגדה מוז זיין באזירט אויף וואס ס'שטייט אפען אין די תורה, דער בעל הגדה האט קלאר געקענט די מדרשי חז"ל און אסאך שטיקלעך זענען טאקע באזירט אויף מדרשים.


איך האב טאקע נישט אזוי געטראכט. כ'האב נאר געוואלט וויסן פשוט פשט. זהו.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

שמעון וואלף האט געשריבן:רש"י איז אויך מסביר פשוט פשט.


"ארמי אובד אבי" - מזכיר חסדי המקום ארמי אובד אבי לבן בקש לעקור את הכל כשרדף אחר יעקב ובשביל שחשב לעשות חשב לו המקום כאילו עשה שבעובדי כוכבים חושב להם הקב"ה מחשבה כמעשה.

אגב, די אבן עזרא זאגט אז ארמי מיינט מען יעקב וואס האט געוואינט אין ארם


דער אבן עזרא זאגט אז אובד אבי איז טייטש "דער טאטע יעקב איז געווען פארלוירן" - און וירד מצרימה.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אזויווי אויף אברהם אבינו ווען ער האט געזאגט ויהי כאשר התעו אותי מבית אבי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

זוכער האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:רש"י איז אויך מסביר פשוט פשט.


"ארמי אובד אבי" - מזכיר חסדי המקום ארמי אובד אבי לבן בקש לעקור את הכל כשרדף אחר יעקב ובשביל שחשב לעשות חשב לו המקום כאילו עשה שבעובדי כוכבים חושב להם הקב"ה מחשבה כמעשה.

אגב, די אבן עזרא זאגט אז ארמי מיינט מען יעקב וואס האט געוואינט אין ארם


דער אבן עזרא זאגט אז אובד אבי איז טייטש "דער טאטע יעקב איז געווען פארלוירן" - און וירד מצרימה.


ז"ל:
והקרוב, שארמי הוא יעקב, כאילו אמר הכתוב כאשר היה אבי בארם היה אובד. צום סוף פירט ער אויס, ואל יטעון טוען איך יקרא יעקב ארמי, והנה כמוהו יתרא הישמעאלי, והוא ישראלי.
בקיצור, ווען די טאטע יעקב איז געווען אן ארמי (געוואינט אין ארם) איז ער געווען פארלוירן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע פיש האט געשריבן:הער שוין אויף צו זוכן די מקור ווייל דו וועסט נישט טרעפן. נישטא קיין שום חילוק פון אויסהערן מוזיק, ס'שטייט נאר אז מ'טאר נישט מאכן קיין ריקודים ומחולות, אבער מוזיק מעג מען נישט הערן אגאנץ יאר אויך נישט, און די זעלבע היתר וואס מ'נוצט אגאנץ יאר (נתקטנו הביצים) קען מען נוצן ספירה און ימי המצרים אויך.


דעת תורה האט געשריבן:עס איז לויט די אחרונים א ענין פון אדער א קל וחומר פון ריקודין ומחולות וואס איז אינו מוכרח כלל כמובן, אדער א ענין פון א נדר שקיבלו על עצמן. היי יאר איז מיר בייגעפאלן אז אויב דער גאנצער ענין איז נאר מחמת נדר וקבלה וכדומה איז נישט שייך אפילו אריין צו גיין אין א הלכה'דיגער דיון צי די ספירה טעיפס זענען בכלל כלי שיר, ווייל דאס אליין אז מענטשן פארשטייען אז אן מוזיק איז נישט בכלל ווייזט אז די קבלה און נדר איז געווען נאר אויף מוזיק דייקא. ודו"ק.


ברסלבער האט געשריבן:איך זוך נאך דער מקור אויף נישט הערן מוזיק אין ספירה. וואס האט הערן מוזיק מיט ריקודין ומחולות? און זיי האלטן שוין אז מען טאר נישט הערן ספירה טעיפס.


עס פארדריסט מיר יעדע מאל ווען איך זעה נאכאמאל די הארבע איסורים פון זיך צוהערן פון "ספירה טעיפס". נאך א מזל די חברה טרעפן וואס מעורר צו זיין, אזוי גייען זיי נישט אראפ פון זינען פון ליידיגגיין.

משנה פון די מסורה? נדר שקיבלו על עצמן? ביי מיינע עלטערן און ביי מיינע זיידעס און ביי מיינע פעטערס און ביי אלע קינדער פון מיין חדר און ביי די שכנים איז אלץ געווען דער מנהג צו הערן חזנות במשך ימי הספירה און די 3 וואכן, עס האט אפילו געשפילט ארגאנ'ישע מוזיק אין די בעקגראונד, און דער אויסרייד איז געווען אז דער מוזיק איז נאר דער טפל צום חזנות ממילא איז מען נישט מקפיד דערויף, און היינט ב"ה אכשר דרא, מיר זענען שטאלץ צו האבן ספירה טעיפ'ס אנע מוזיק בכלל, אנשטאט צו געבן קידוש דערויף ענדיגט מען נישט מערער זיין און מקטרג זיין.

און אפילו אויב עס איז אמת אז מען האט געטראפן א לופהאל אין הלכה, איז וואס? למעשה מעג מען, פינטל. עס איז אפשר נישט שיין אז מען הערט ספירה טעיפס אנשטאט קלאגן אויף די ביטערע מגיפה פון די 24,000 תלמידים, פונקט ווי עס פאסט נישט פאמעגרענעטס (און אנדערע) עדס אין די 9 טעג ווי דער עולם קען גיין פרעסן פון שענסטן און בעסטן אנשטאט קלאגן אויפן חורבן ביהמ"ק, און פונקט ווי ס'פאסט נישט צו שטיין אין די לאנגע ליין צו קויפן די נייע אייפאנ'ס... עמ, סארי, כ'מיין צו זאגן די פיצא מוצאי פסח. עס פאסט נישט, פיין. אבער פון דא ביזן אסר'ן?? און משוגע מאכן יעדן טאג אויף אלע צעטלעך און אין די אויסגאבע'ס?

למעשה איז דאך פאראן אן איסור אויף מוזיק א גאנץ יאר. נאר מיר זענען מקיל וועגן די שוואכע נערוון-ליידענדע דורות, עצבים... (וכדברי געפילטע פיש הנ"ל). נו איז דער היתר נישט גילטיג אין די ימי הספירה אויף די מוזיק-לאזע אלבומ'ס? מען קען נישט עפעס אויסארבעטן? אה, עס פאסט נישט! ווער וויל וועמען איינרעדן אז זיי זיצן באמת און האלטן נישט אויס די אבידה פון די 24,000 תלמידים?

איך טראכט אסאך מאל ביי מיר, אז נאך א מזל במשך אלע דורות האבן מיר געהאט צדיקים ומנהיגים מיט מער שכל אין קאפ. מען האט שטענדיג געזוכט א וועג ארויס גרינגער צו מאכן פאר כלל ישראל. ווען מיר האבן אזעלכע מנהיגים (און עסקנים) ווי היינט, וואלטן מיר נאך עד היום געדארפט פאסטן אויף יעדע עבירה ארום 350 תעניתים, גענוי ווי דער אריה"ק האט געשריבן, ווייל מען טאר דאך נישט משנה זיין קיין סוס כל שהוא. האבן אבער אונזערע מנהיגים יא געהאט שכל, און פארשטאנען אז דער דור איז צו שוואך פאר דעם, האט מען געטראפן א וועג ארויס! מען האט זיך אן עצה געגעבן, און געטראפן א דרך התשובה אן דארפן אדורכגיין די אלע תעניתים! מען האט זיך גערעכנט מיטן שוואכקייט פונעם דור, און נישט געזוכט מוסיף צו זיין איסור על איסור און חומרא על גבי חומרא, מדי יום ביומו, חדשים לבקרים.

איך וויל בעטן די אלע עסקנים און די אלע אויסגאבע'ס וועלכע פארשפרייטן זייערע איסורים פאר אומזיסט "לשם מצוה": ביטע הערט אונז אויף צו פארביטערן דאס לעבן! הטרם תדע כי אבדה מצרים? זעהט איהר דען נישט ווי אידישע קינדער פאלן נעבעך אוועק טעגליך ווייל דער שווערער דרך החיים פון אונזער א.ג. אידישקייט איז צופיל פאר זיי? וויפיל נאך איז דער שיעור? דייך שאסרה תורה. זוכטס נישט קיין נייע פרישע חומרות, איר מאכט קיינעם נישט גליקליך!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן: ווייל מען טאר דאך נישט משנה זיין קיין סוס כל שהוא.


:like :like :like
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

איך טראכט אסאך מאל ביי מיר, אז נאך א מזל במשך אלע דורות האבן מיר געהאט צדיקים ומנהיגים מיט מער שכל אין קאפ. מען האט שטענדיג געזוכט א וועג ארויס גרינגער צו מאכן פאר כלל ישראל. ווען מיר האבן אזעלכע מנהיגים (און עסקנים) ווי היינט, וואלטן מיר נאך עד היום געדארפט פאסטן אויף יעדע עבירה ארום 350 תעניתים, גענוי ווי דער אריה"ק האט געשריבן, ווייל מען טאר דאך נישט משנה זיין קיין סוס כל שהוא. האבן אבער אונזערע מנהיגים יא געהאט שכל, און פארשטאנען אז דער דור איז צו שוואך פאר דעם, האט מען געטראפן א וועג ארויס! מען האט זיך אן עצה געגעבן, און געטראפן א דרך התשובה אן דארפן אדורכגיין די אלע תעניתים! מען האט זיך גערעכנט מיטן שוואכקייט פונעם דור, און נישט געזוכט מוסיף צו זיין איסור על איסור און חומרא על גבי חומרא, מדי יום ביומו, חדשים לבקרים.

ווען אונזער פלאקאטען שרייבער וואלטען געווען בזמן החכמים וולטען זיי גיהייסען זיצען אין די טונקעל שבת ווייל לא תבערו אש.
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווער וויל וועמען איינרעדן אז זיי זיצן באמת און האלטן נישט אויס די אבידה פון די 24,000 תלמידים?

שטארקע דיבורים.

בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס מיר מוזן קלאגן פאר גאנצע זיבן וואכן וועגן זיי האבן זיך נישט נוהג כבוד געווען זה בזה? זענען נישט געווען קיין גרעסערע מגיפות אין היסטאריע? זענען ביים חורבן נישט געשטארבן מער מענטשען? און פאר זיי האבן די חכמים קובע געווען איינס אדער צוויי טעג, ביים שואה זענען געשטארבן פיל מער ווי ביידע צוזאמען, האט מען אפילו איין טאג קובע געווען? וואס פאר א גוט יאר האב איך איינגעלייגט מיט תלמידי ר"ע?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

די זיבן וואכן איז נישט קלאגן אויף וואס זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען נאר אויף די תוצאה פון דעם, נאר וויבאלד אונז האבן נישט קיין השגה אין די טובה וואס מיר האבן פון די תלמידי חכמים שבדור, פארשטייען מיר נישט די אבידה וואס איז עד היום פון די אלע וואס זענען אוועק, (עיין מדרש תנחומא תרומה ח. אותו ענין לגבי המשכן),
נאר כדי זיך צו אויס משל'ען נאך די פטירה פון די אלע תלמידים האט ר"ע אויפגעשטעלט נייע 5 תלמידים וואס פון זיי האבן מיר אונזער גאנצע תורה רשב"י ר' יהודה ר' מאיר ר' יוסי ר' אלעזר בן שמוע, (כפי זכרוני) וואס וואלט געווען ווען אלע בלייבן לעבן וויפיל תורה וואלטן מיר געהאט (עכטע, נישט קיין חומרות און אכשר דרא'דיגע) אוודאי ברויכן מיר קלאגן, און אוודאי ווען נאך די קריג וואלטן געווען גדולים אזוי ווי ביי אלע צרות וואס זענען אנגענומען אויף יעדן (פוסק הדור?) וואלט מען שוין עפעס קובע געווען,
ועכשיו שלא זכינו מוסיפין אנו חומרות על חומרות שלא שערום אבותינו.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מיינסט טאקע אז אלע 24000 זענען געווען אזויווי די 5 גרויסע תלמידים? האלטסט אונז וואלטן אנגעפילט א לייברערי אוו קאנגרעס נאר מיט ששה סדרי משנה?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יאפ, ריכטיג.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך בין פשוט פויל אויפצוזיכן א פסקי תשובות אדער נטעי גבריאל, וועל איך פארשטעלן מיין שאלה פאר חברי השטיבל.

ביטע ענטפערט נאר מיט א מקור.

איך ווייס אז עפ"י אר"י שערט מען זיך ביז שבועות, אבער מונח בזכרוני אז דאס איז נישט מחמת אבילות. מיין שאלה איז וואס טיט זיך לגבי הערן מוזיק און באנייען, איז די איסור נאר ביז לג בעומר אדער שפעטער אויך?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

לויט ווי די ביאור הלכה אין תפט איז מסביר איז לויט טייל שיטות דא אלע איסורים נאך לג בעומר אויך, נאר ווען ס'קומט ר"ח סיון אדער שלשת ימי הגבלה קען ען מיקל זיין (תלוי וועלכע 33 טעג מ'אסר'ט און לחומרא אסר'ט מען אלע), אבער די ענין פון אר"י הק' האט צוטען נאר מיט זיך שערען כדוגמת אשה המיטהרת לבעלה אחר ספירת ז' ימים\שבועות.
איך ווייס נאר נישט אויב דעם יאר וואס מ'קען סייוי נישט ווארטן ביז ערב יום טוב (שחל בשבת ) צו ס'איז נאך בכלל דא דעם ענין פון אר"'י הק'.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ירח בן יומו האט געשריבן:לויט ווי די ביאור הלכה אין תפט
(תלוי וועלכע 33 טעג מ'אסר'ט און לחומרא אסר'ט מען אלע),

ערשטנס, איז עס אין סימן תצ"ג.
נאכדעם, פארוואס שרייבסטו אז לחומרא אסר'ט מען אלע?

דער רמ"א שרייבט סעיף ג':
ולא ינהגו בעיר אחת מקצת מנהג זה מנהג זה ומקצת מנהג זה, משום לא תתגודדו, וכ"ש שאין לנהוג היתר בשתיהן.

וז"ל המ"ב על דברי הרמ"א:
היתר בשתיהן. דהיינו שינהג היתר עד ר"ח אייר כסברא אחרונה וגם ינהג היתר מל"ג בעומר ואילך עד עצרת כסברא ראשונה כיון ששתי קולות אלו סותרות זו לזו וכנ"ל, אבל יכול לתפוס חומרי המנהגים, דהיינו שינהג איסור מפסח עד ערב שבועות או עד יום א' של הגבלה חוץ מל"ג בעומר, ואף שנוהג ב' חומרות הסותרות זו לזו אינו ככסיל ההולך בחושך, כיון שעושה כן רק מחמת ספק שאינו יודע איזה מנהג הוא העיקר, ומ"מ א"צ לעשות כן אלא יכול לתפוס איזה מנהג שירצה, ואין לו לחוש שמא מנהג המקום ההוא אינו כן, דכיון שהוא רק מנהג בעלמא אין להחמיר בספיקא. אבל אם ידוע לו מנהג המקום אין לו לשנות בין להקל ובין להחמיר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כמדומה לי אז ס'איז דא א שיטה וואס רעכענט די 33 טעג פון נאך פסח ביז ר"ח סיון, חוץ ר"ח און לג בעומר.
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

סזאל ח״ו קיינמאל נישט געשען אבער להלכה ולא למעשה טאמער איינע פון די חברי ק״ש איז געקומען צו א מצב וואס ער דארף מקיים זיין די מצוה פון וכתב לה ספר כריתות דארף מען דאך שרייבען די כנוי אין די גט איז דארף מען ארויסשרייבען די ניק וואס מהאט ?
און אויב האט מען א ניק אין אייוועלט אויך דארף מען דאס אויך שרייבן ?
אפשר ווענט זיך עס וואו משרייבט מער?
אפשר ווענט זיך עס וואו באזעצט מאיז אויף ק״ש ? וואו אפט מגייט אהין ?
סקען זיין אז א שריפטליכער כנוי הייסט נישט קיין כנוי און סדארף זיין דמתקריא מזאל ארויסזאגן מיטן מויל .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חאצקעל שניידער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפרעגט א שטיקל בקי בטיב, ס'איז א מחלוקת אחרונים בנוגע אן אינטערשריפט וואס מ'רופט נישט און מ'פסק'נט אז נישט.
א אימעיל חתימה קען זיין א שאלה.
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]
פארשפארט