קו התאריך- בענין ספירת העומר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

קו התאריך- בענין ספירת העומר

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]די נושא פון קו התאריך איז ברייטע נושא. דהיינו די פאקט אז מען האט קובע געווען אז עס עקזעסטירט אזא זאך ווי קו התאריך. אזוי אויך ווי דאס איז. דא רעדט זיך אז עס איז דא א פלאץ ווי די דאטום טוישט זיך. איך אליינס בין נישט קלאר וויאזוי דאס ווערט נקבע, אבער אזוי איז די פאקט אז עס איז דא ערגעץ אויף די וועלט וואס הייסט קו התאריך. עס א דיסקוסיע דאס אליינס ווי דאס איז. די מציאות איז אז דא קען זיין איין דאטום אין ביי די צווייטע זייט פון די קו התאריך זאל זיין א צווייטע דאטום. יעדעס מאל מען פארט קיין יאפאן אדער קיין טשיינע פארלירט מען א טאג. יעדעס מאל מען פארט צוריק פארדינט מען א טאג.

דאס האט מעורר געווען זייער א סאך שאלות במשך השנים. 1 בנוגע ווען איז שבת? 2 בנוגע ימים טובים? 3 בנוגע ז' נקיים? 4 תענתים, און אזוי ווייטער. זייער א סאך תשובה ספרים פון די לעצטע זיבעציג אכציג יאר זענען פארנומען מיט די אלע שאלות. עס איז דא א ספר פון רבי בצלאל שטערן (די ברודער פון די דעברעצינער רב) וואס איז דן אין מערער שאלות וואס איז נוגע קו התאריך.

אין די תשובות איז פאראן א שאלה בנוגע די ימי ספירה. אויב א מענטש פארט פון דא קיין אסטראליע, און ער פארט אריבער די קו התאריך (איך מיין אז עס איז דא א לענגערע וועג וואס פארט נישט אריבער די קו התאריך) במשך ימי ספירה פארלירט ער א טאג. וואס טוט מיט ספירה? די זעלבע אויב ער קומט צוריק פארדינט ער א טאג. וואס זאל ער טוהן מיט די ספירה.

איך געדענק נישט די נעמען פון יעדער שיטה אבער יש אומרים אז ער זאל ציילן אהן א ברכה מיט די מספר פון די מקום ווי ער איז באותו יום. ויש אומרים ער קען אלץ ציילן מיט א ברכה כמספר פון די מקום ווי ער איז באותו יום, אפילו אויב ער לאזט אויס א טאג אדער ער חזר'ט איבער א טאג צוויי מאל. יש אומרים אז אויב ער ווייסט פון אהנהייב אז ער גייט דארפו פאהרן די קו התאריך, זאל ער באלד פון אהנהייב ציילן צוויי מספרים. דאס הייסט היום שני ימים כמנין במערב, ושלשה ימים כמנין במזרח, וכדומה. אזוי זאל ער ציילן ביז ער קומט אהן צו זיין לעצטע דעסטענאציע פון די ימי הספירה, וואס דעמאלס בלייבט ער נאר מיט איין ציילונג אזוי ווי דער פלאץ ווי ער איז. ממילא איז עס תמימות ווייל ער האט דאך אלע טעג אויך געציילט די מנין פון דעם זייט וועלט.

דער ליובאוויטשער רבי זי"ע האט א חידוש אויף דעם נושא עס ווערט אראפגעברענג באריכות אין די ספר שערי המועדים.

ער זאגט אז אין תורה שטייט וספרתם לכם, חז"ל דרשנ'ן שתהא ספירה לכל אחד ואחד. אנדערש ווי ביי שמיטה און יובל וואס דארט איז די מצוה פון ציילן נאר אויף בית דין. אבער ספירה איז א מצוה על כל אחד. ממילא זאגט ער אז דער יחיד ווערט נישט נגרר נאכן רבים. יעדער הייבט אהן ציילן די צווייטע טאג פסח. און ער ציילט טאג ביי טאג. נישט קיין חילוק אויב ער איז אריבער די קו התאריך צו נישט דארף ער ציילן ווי ער האלט. ולכן אויב איינער וועט פארן קיין אסטראליע וועט ער אלץ האלטן איין טאג אינטערשטעליג. אויב ער קומט אהער פון אסטראליע וועט ער אלץ האלטן איין טאג פאראויס מיט די ימי הספירה.

ער איז מחדש ווייטער וויבאלד אז שבועות איז תלוי אין חמישים יום, ממילא וועט אזא מענטש האלטן אנדערש די יום טוב שבועות. איינער וואס פארט קיין אסטראליע וועט האלטן שבועות ווען דארט איז ז' און ח' סיון. איינער וואס קומט קיין ניו יארק פון דארט וועט האלטן שבועות ה' און ו' סיון.

ער זאגט אז אויב איינער קומט פון אסטראליע אהער און ער האלט שבועות ה' און ו' סיון זאל נישט זאגן ביי קידוש און שמו"ע 'זמן מתן תורתינו'. ווייל בה' סיון איז זיכער נישט ניתנה תורה. דער מגן אברהם זאגט טאקע אז שבועות איז נישט דוקא פארבינדן מיט מתן תורה. נאר וויבאלד אונזער לוח איז נקבע אז שבועות איז ו' און ז' סיון זאגן מיר זמן מתן תורתינו. ולכן וויבאלד דער איד מוז האלטן שבועות ה' סיון, קען ער נישט זאגן זמן מתן תורתינו.

דער הוראה האט ער געהאלטן למעשה. נאר היות אז עס איז מתמיהים אויף דעם שיטה, האט ער געהייסן אז מען זאל נישט דורך פאהרן די קו התאריך במשך פון די ימי ספירה, אויסער לצורך גדול.

רבי יואל כהן פארציילט אז בשנת תשכ"ב איז געפאלן שבועות אזויווי היי יאהר, דהיינו זינטאג און מאנטאג. ער געהאט א גאסט ביי זיך וואס איז געקומען פון אסטראליע. האט ער אים געזאגט אז די רבי האלט אז ער דארף האלטן שבועות שבת און זונטאג. דער גאסט האט געטענה'ט אז עס קען נישט זיין, ער האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא פסק. האט רבי יואל אים גע'עצה'ט אז ער זאל שטיין אויף די וועג וואס די רבי גייט ארויס פון בית המדרש און זעהן צו די רבי וועט אים עפעס זאגן. אויף די וועג ארויס האט די רבי יעדן געגריסט גוט שבת. ווען ער האט געזעהן דעם איד האט ער אים געזאגט גוט שבת גוט יום טוב!

רבי יואל פארציילט ווי זיין ווייב האט סערווירט פאר די גאסט די מאכלים וואס זי האט צוגעגרייט פאר יום טוב ווייל ביי אים איז יום טוב.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר