זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

דער בחור זיצט נאך למעשה?
אלעס מיט א שמייכל
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

יעצט אויף די מינוט שטייט ער אפשר, אבער בדרך כלל זיצט ער נעבאך, און האט נאך אפאר יארעלעך צו גיין
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אונז זיצען אויף קאווע שטיבעל ווען אימער, אבער איין בחור "ממצוייני ומובחרי ישיבתנו נקדושה" זיצט און לערנט פלייסיג...
ער איז אויך "עומד איתן ברוחו בנעימות וגבורות".
ער האט מסיים געוועהן מסכת שבת מיט מהרש"א "בעמל ויגיע ושקידה מופלאה יומם ולילה זה שנתים וחצי - אשרי מי שעמלו בתורה!"...
אוי ווען ער וואלט נאר געלערט יענע נאכט אנשטאט גיין באזוכען און פארברענען א צווייטען למען קדושת רע-בעינו שליט"א...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך צדיק נסתר »

"מגדולי מקדשי שם שמים המופלאים"... נעבעך א ביטער געלעכטער.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

מתנהג בחסידות כחשכה כאורה :lol:
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס באדערט מיר מער דער אינטער באוויסטזיין דעם עקמומית'דיגע מהלך המחשבה וואס ליגט אינטער דעם .. ווי די עד אליינס !
בלייבט נישט איבער מער ווי צו נאך זאגן א נוסחה . בשם ר' בינם פון פארשיסחה .
וואס האט גע'טענ'עט צום נורא אלילה .
באשעפער זיי צופרידן . לייז אינז אויס אלטץ מענטשן ווי איידער אלטץ בהמות חלילה .
ובזה יצאתי חובת מחאתי ,
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

דער 'מקדשי שם שמים' איז זייער מיאוס. איך זע נישט מיט וואס דאס איז אנדערש פון זשיהאד. אין קומענדיגע פארברעכנס וואס וועלן דארט פארקומען, וועט מען מסתמא קענען ניצן אזא דאקומענט אין געריכט צו איבערצייגן אז די אגרעסיע איז א טייל פון דער אפיציעלער פרעדיגונג. ווייסט עמיצער וואו ס'איז פובליצירט געווארן? איז דער דאקומענט אויטענטיש?
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

צדיק נסתר האט געשריבן:"מגדולי מקדשי שם שמים המופלאים"... נעבעך א ביטער געלעכטער.

ניין עס איז נישט קיין געלעכטער נאר א בכי' לדורות
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

[tag]דולה ומשקה[/tag], פון וואו האסטו באקומען דעם שטיקל? דו ווייסט וואו ס'איז געווען געדרוקט?
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

פלאוויוס האט געשריבן:[tag]דולה ומשקה[/tag], פון וואו האסטו באקומען דעם שטיקל? דו ווייסט וואו ס'איז געווען געדרוקט?


וואס הייסט ווי עס איז געוועהן געדריקט? קוק 'אונטערן בילד' האב איך אנגעגעבען א פונקטליכע מראי מקום, דער פארגאנגענע וואך אין בחצר הקודש.
'בחצר הקודש' שמיני תשעה גליון כו שנה כא

אה גערעכן פארגעסן דעם מספר הדף... גיב א קוק אויף עמוד מג

אקעי, נאדיר דעם לינק
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 18&gil=126
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מקבל כל אדם בסבר פנים "מאירות".....
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

לא יאומן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

טאקע א געוואלדיגע זאך וואס איז ראוי באגריסט צו ווערן

אוי טאטע ותקרא לשבוים דרור ולאסירים פקח קוח שאול יחזקאל בן שרה מרים שתוציאו מאפילה לאורה

שאולי שאולי נעבעך אין דיינע שענסטע יארן זיצטו נעבעך פארשקלאפט וועגן קינדערישע אקטן אבער ב"ה דיין קעת איז נישט אין תפיסה און דו פארנעמסטוך מיט די גמרא ס'איז זיכער די גרעסטע מליצה ישרה פאר אידישע קינדער און דאס איז זיכער מקרב משיח

לך בכוחך זה נוץ אויס די צייט וכשם שזכית לסיים מסכתא זו זאלסטו זוכה זיין ווייטער זיך מענג צו זיין מיט די הייליגע תורה און בקרוב ענדיגן דיין מסכת מכות און זוכה זיין צו מס' קידושין און אויפשטעלן א לעכטיגע אידישע שטוב אזוי ווי ס'איז דיין רצון ולהוי אנא עבדך פקידא בגוי צדיקיא
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

איך וויל נישט דא פארענטפערן חלילה די עוולה וואס דער בחור האט געטוהן מיט אפאר יאר צוריק, אבער די וועג וויאזוי די עולם דא טראכט פון אים איז פשוט נישט ריכטיג!!

ווען ער איז געווען 18 יאר אלט מיט היציגע בלוט, און ארום גענומען מיט אים געוואונטשענע עקסטרעימע עלמענטען, האט ער נישט געוויסט עפעס מער ווי "סקווירא" "רבי" "מתנגד", דאס איז געווען וואס ער האט געהערט און גערעדט א גאנצע טאג, און ווי א יונג בחור'ל האט ער מחליט געווען צו נעמען די זאך אין האנט אריין, זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע, און זיך מיאוס פארפאטשקעט!

היינט זייענדיג אין תפיסה, ארויס פון די סקווירא באקס, קומענדיק און קאנטאקט מיט אסאך נערמאלע מענטשן, צו די באזיכער, אדער דארך בריוו, איז ער אביסל ברייטער געווארן, רואיגער געווארן, נערמאלער געווארן.

און יא!! ער איז היינט א פריינטליכע בחור, אן ערליכע בחור, א מענטש וואס קען סובל זיין ווען איינער טראכט אנדערש פון אים, גלייבט אנדערש פון אים, פירט א לעבן אנדערש פון אים.

און צום יעצטיגן מעשה,
און די פארגאנגענע דריי יאר, זענען זיינע חברים חתנים געווארן, חתונה געהאט, טאטע'לעך געווארן,און ער... זיצט און שימעלט אין תפיסה.
און די צייט וואס זיין יונגערע ברודער האט שוין חתונה געהאט, זיצט ער און שימעלט אין תפיסה.

אבער איין זאך איז יא דא אפילו אין תפיסה, מיט וואס ער קען זיך אויפהייבן פון זיין מצב, דאס איז די הייליגע תורה! כי הם חיינו! דער בחור האט א חברותא א יעדן טאג אין יאר און לערנט מיט א געשמאק! פארגעסנדיג אביסל פון זיין מצב, פון די גאנמע ארים און ארים, פון זיין עבר הווה ועתיד.

יעצט צום דריטן יאר טאג פון ווען ער איז געווארן פון די יושבי חושך וצלמות (כפשוטו, נישט מיט ק"ש פשט :D ) האבן די חברים זיינע אים געוואלט אביסל אויפלעבן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה, היות ער ענדיגט יעצט מסכת שבת גפ"ת ומהרש"א, וועט מען מאכן א גאנצן עסק דערפון, מ'עט מאכן א גרויסע סעודת מצוה, מיט רבנים דיינים ובעלי דרשנים חברים וידידים, און האפענטליך וועט עס אריינבלאזן אין אים אביסל כח פאר די קומענדע יארן.

אזוי איז טאקע געווען, עס איז פארגעקומען די מסיבת סיום בפארה והדרה, (דאס צו באשרייבן פעלט אויס א באזונדערע לענגערע תגובה, ועוד חזון..).

און אלס די טשערי אן טאפ, האט מען אריינגעלייגט אן עד לכבוד זיין שמחה.
דא האט מען זיך שוין אויף וואס ארויף צי כאפן!!
כנהוג בזמנינו שרייבט מען אויף יעדעם אלע מינע מעלות און טיטלן, האט מען אויך דא ביי אים זיך געלאזט וואוילגיין און אים באטיטל'ט מיט כל הבא לידי הכותב, איין ביטערען טעות האבן זיי געמאכט! ס'איז זיי ארויס פון קאפ אז אויף קאווע שטיבל זענען דא תמימות'דיגע אינגערלייט, וואס וועלן מיינען אז יעדע ווארט אין די עד איז אמת, און ליידער.......... מיינען אז מ'דארף פארברענען מענטשן.. והא ראיה, און בחצר הקודש האט מען אויסגערימט דעם אנצינדער!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מבקר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאנצל האט געשריבן:טאקע א געוואלדיגע זאך וואס איז ראוי באגריסט צו ווערן

אוי טאטע ותקרא לשבוים דרור ולאסירים פקח קוח שאול יחזקאל בן שרה מרים שתוציאו מאפילה לאורה

שאולי שאולי נעבעך אין דיינע שענסטע יארן זיצטו נעבעך פארשקלאפט וועגן קינדערישע אקטן אבער ב"ה דיין קעת איז נישט אין תפיסה און דו פארנעמסטוך מיט די גמרא ס'איז זיכער די גרעסטע מליצה ישרה פאר אידישע קינדער און דאס איז זיכער מקרב משיח

לך בכוחך זה נוץ אויס די צייט וכשם שזכית לסיים מסכתא זו זאלסטו זוכה זיין ווייטער זיך מענג צו זיין מיט די הייליגע תורה און בקרוב ענדיגן דיין מסכת מכות און זוכה זיין צו מס' קידושין און אויפשטעלן א לעכטיגע אידישע שטוב אזוי ווי ס'איז דיין רצון ולהוי אנא עבדך פקידא בגוי צדיקיא

טאקע א געוואלדיגע זאך וואס איז ראוי באגריסט צו ווערן

אוי טאטע ותקרא לשבוים דרור ולאסירים פקח קוח ג'יימס איגאן בן אורליען ראוסמערי שתוציאו מאפילה לאורה

דשעימס דשעימס נעבעך אין דיינע שענסטע יארן זיצטו נעבעך פארשקלאפט וועגן קינדערישע אקטן אבער ב"ה דיין דעת איז נישט אין תפיסה און דו פארנעמסטוך מיט די גמרא ס'איז זיכער די גרעסטע מליצה ישרה פאר אידישע קינדער און דאס איז זיכער מקרב משיח

לך בכוחך זה נוץ אויס די צייט וכשם שזכית לסיים מסכתא זו זאלסטו זוכה זיין ווייטער זיך מענג צו זיין מיט די הייליגע תורה און בקרוב ענדיגן דיין מסכת מכות און זוכה זיין צו מס' קידושין און אויפשטעלן א לעכטיגע אידישע שטוב אזוי ווי ס'איז דיין רצון ולהוי אנא עבדך פקידא בגוי צדיקיא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מבקר, גוט געשריבן. אלעס פיין אלעס וואויל, באמת. אבער ביז שרייבן אויף אים אז דער איז א "מקדש שם שמים". די קאנסעקווענסן פון ארויסהייבן א מעשה רציחה אלס א טיטול גאר איז א בארעכטינגונג פאר א פלוס פון רציחה אין צוקונפט ועל זה אנו דנין.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

דו האסט נישט גוט אפגעטייטשט דעם מקדש שם שמים און דו האסט די וועלטס טענות
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מבקר זייער גוט געשריבען יעדע ווארט אמת ער איז אלעמאל געווען ערליך און פיין נאר א בחור איז פארט א בחור

ס'קומט אמאל צייטן וואס מענטשן ווערן אזוי פארהארטעוועט וועגן זייער אזשענדע אז נעשין כרשעים ממש

איינער קען מיר זאגן וואס מ'וויל פון דעם אומשולדיגן שעפעלע ? אנבעליוועבעל

ער איז געווען א יונג בחור ער האט געטון א ווילדע זאך וואס ס'איז שוין ליידער געטון געווארן ביי כלל ישראל אן זי קאנסעקווענצן ער האט עס געטון מכלומרשט אלס מצוה ער האט שוין 70000000 מאל חרטה וואס ווילסטו פון אים נישט צו פארשטיין ?????..?
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

[tag]מבקר[/tag], דער בחור אליין קומט נישט אריין אין דעם שמועס. איך פערזענליך האב א שטארקע סימפאטיע צו אים, נעמענדיג אין באטראכט זיין עלטער און סביבה בשעת ווען ער האט געטון דעם פארברעכן. די רעדע איז אויך נישט וועגן דעם שיינעם עד וואס מ'האט אריינגעלייגט, וואס דאס קומט זיך אים זיכער. די איינע זאך וואס רופט ארויס די רויטע לעמפלעך איז דער טיטל "מקדשי שם שמים מופלאים" וואס איז גארנישט תמימות'דיג.

דער שמועס האט נישט קיין שייכות מיט אנטי-סיסטעם, ווייל איך בין בדרך כלל נישט קיין חסיד פון זיך ווייקן אין די פראבלעמען פון אונזער אייגענעם חינוך (כאטש איך בין מסכים אז קריטיק דארף זיין, פעלט אבער אויס צו קענען גיין ווייטער פאראויס אין לעבן). אבער דאס וואס מיר רעדן יעצט איז עפעס אנדערש אינגאנצן. מיר רעדן וועגן אן אפיציעל-געדרוקטן וואונטש וואס לעגיטימירט פארברעכנס וואס ווערן באטראכט אין דער גאנצער וועלט אלס דאס ערגסטע (חוץ ביי איסלאמישע עקסטרעמיסטן). צו דערפילן א שמעק דערפון ביי אונז אינדערהיים מוז אונז אויפטרייסלען און מ'מוז עס פארדאמען מיט דער גרעסטער שארפקייט. מ'טאר נישט פרובירן עס צו פארווישן, ווייל ס'איז רציחה.

איך האף למעשה אז דער עד זאל באקומען דעם נויטיגן פרסום. דאס איז א קריטיש-וויכטיגער דאקומענט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס מיינען ענק, דער נעקסטער בחור וואס וועט וועלען טוהן אזא פאסקודנע מעשה וועט נישט טראכטען אפאר מאל? נו, זעסט דאך אז מ'קען זיך איינהאלטען, אפילו זייענדיג א בחור. אויב אזוי איז דער טורמע ערליך פארדינט, און מ'דארף קיין סאך רחמנות נישט האבען.
איך פרעג נאר, ס'איז טאקע אזוי? אין טורמע האט ער זיך געטראפען מיט אנדערע און געזען וואס פארא וועלט אין וואס ער לעבט? אדער ארבעט דער סקווערער סיסטעם אווערטיים איהם צו האלטען אינ'ם באקס, כדי שלא יפתח את פיו רח''ל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אויב איינער האט א ספק וואס שאולי האלט היינט, זאל ער זיך מטריח זיין, אן עהם גיין באזוכן, און אלע וועט איר הערן קליפ און קלאר אז ער איז א שטאלץ פאר סקווירא.
נאך אביסל, הפענטליך נאך שנעלער, וועט ער ארויסקומען, און ס'וועט נאך זיין בעסער פון בעסער, ער האט געמאכט א גוד דזשאב, און די איבריגע סוררים זענען נעלם, און די פארבליבענע שטיל און פארשטעקט אין זייערע זויער לעכער.
איין זאך שטייט נישט אין 'בחצר', גיי ווייס פארוואס. אז ס'געווען א הוק'אפ פון תפיסה, ווי ער האט גערעדט צו זיינע חברים און אלע אמת'ע חסידים, זיך צו האלטן פעסט און זיך נישט שרעקן פון די ערב רב וואס זענען פארהאנען בכל דור ודור.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

יא יא די ערב רב....
זאג מיר זענט עטץ נארמאל?
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:איין זאך שטייט נישט אין 'בחצר', גיי ווייס פארוואס. אז ס'געווען א הוק'אפ פון תפיסה, ווי ער האט גערעדט צו זיינע חברים און אלע אמת'ע חסידים, זיך צו האלטן פעסט און זיך נישט שרעקן פון די ערב רב וואס זענען פארהאנען בכל דור ודור.

שקר, שקר, שקר! אבי גערעדט!! האפסט אז קיינער וועט נישט דערציילען די אמת? ס'איז דיך נישט געלונגען.


ער האט זיך זייער שיין באדאנקט פאר אלע וואס האפן, טוהן, און בעטן, פאר אים.

נאך איין זאך וואס ער'ט געזאגט, און ציייקט אויף געזונטע כאראקטער, ער'ט געוואונטשען א ווארימע מזל טוב פאר זיין יונגערע ברודער וואס איז יענע טאג א חתן געווארן.

דאס און נאר דאס איז געווען וואס ער'ט גערעדט!
פארשפארט