פאטשקערייען איבער פאעזיע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

פאטשקערייען איבער פאעזיע

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איך האב וואס צו זאגן, אבער ווייס נישט וואס. עפעס פילט מיין איך, אבער דאס הארץ קען עס נישט באנעמען. בעצם, וויל דער מוח זיך דערמיט בכלל נישט אפגעבן.

ס'איז א געדאנק, אבער נישט מער. א סימן פון עפעס תוכן איז דא, אבער צו לופטיג, ווייניג, שיטער.

איינער רעדט, אבער דאס מויל איז נישט צום געפינען. איך וויל אים פרעגן, אבער ער ווייזט, אן פינגערס, אויף אן אויער וואס וויל נישט באשאפן ווערן.

א ניצוץ-רעיון וויל געבוירן ווערן, ארויסרייסן זיך צו יענעם מציאות וואו באשאף פאדערט כלים; קען זי, די מחשבה, נישט פועל'ן זיך צוצושטעלן צום צמצום.

א געדאנק – אינגאנצן רונדיג, כל-כולו קרייז, וועט אין פירקאנטיגע ווערטער זיך נישט אריינזעצן. אזוי האט גע'פסק'נט יענץ געזעץ, וואס אדם הראשון האט אין גן-עדן איבערגעלאזט. (יש אומרים בטעות.)

וואס – פרעגט ער, און דווקא אן ארויסלאזן קיין פיפס – ווילסטו פון מיר האבן: איך וויל דען נישט דערזאגן? עס פעלט מיר דאך – איז ער ממשיך מיט'ן זעלבן ניגון – דאס מאטעריאל וואס מאכט פון אותיות ווערטער.

און ער איז נעבעך גערעכט. וואס זאל טאן עמיצער, וואס איז אנטלאפן א רגע פאר "ויהי אור"?

בלייבט ער זיך פלאנטערן אין יענער נישט-דעפינירטער גרעניץ, וואס טיילט אפ ערב-כאאס פון פּאסט-סדר.

סיסטעמאטישקייט, איינהייטליכקייט, ארדענונג. מאדנע ווערטער; כ'פארשטיי נישט ווי זיי קומען דא אריין, טראכט ער צו זיך מיט א קאפ בּלי מוח.

אינגאנצן צען זאכן זענען געבליבן מיט אים אין יענעם ערשטן בין השמשות. בלעמ'ס אייזל און דער ערשטער צוואנג ווייסן אבער נישט קיין סך מער. אויך זיי זענען געבליבן מיט די בליקן געוואנדן צום צפון, און אויף אייביגע צייטן וועלן זיי בלייבן ווארטן אויפ'ן חידוש.

א סך איז געשען זינט דעמאלט, ווען צייט האט זיך אליין נאכנישט געקענט. (חלל האט דעמאלט געבלאנזשעט א מרחק רב אוועק.) "נעשה אדם" איז פון די קלייניגקייטן. אויך דיבור האט דעמאלט דערזאגט דאס ערשטע ווארט, אגב.

אבער דאס אלעס איז פון צמצום און ווייטער. דער פונק וואס האט זיך פאר'עקשנ'ט אנגעקלעבט אויף א שארבן וועט אויף אייביג רצוא-ושוב'ן פון כתר עליון ביז שבירת הכלים.

כך עלה במחשבה...

פארשטייט איר, מורה נבוכים איז פאר בלאנזשנדע; דער כוזרי רעדט שוין תכלית. איך האלט אבער נאך פאר מחשבה. איך שפעקוליר וועגן טראכטן. דיבורים? קאנקרעטע זאכן? א נעכטיגער טאג!

שעיקספיער, זיין נשמה, האט אמאל דא איבערגעלאזט אן אסתפקתא: צו טראכטן אדער נישט צו טראכטן? אינדערצווישן האט ער זיך אנגעטאן א גוף און אנטלאפן...

געבליבן בין איך אליין – הגם איך ווייס נישט וואס דאס מיינט.

אין אין-סוף, פארשטייט איר מיך, איז נישט פאראן קיין היפוכו קעגן וועלכן דער דבר זאל זיך לאזן דערקלערן. קיין הינטערשלאג, אויף וועלכן צו אילוסטרירן, איז נישט בנמצא. בלייבן די געדאנקען ביי כתר אין דער קעשענע.

און איך? איך שטיי און גאף אויף זיך אליין: איך יתקיימו שניהם?

נאר הערט א מעשה. דער אויבערשטער האט זיך מרחם געווען און אריינגעשטעלט א שפאלט אין דער בריאה. גערופן האט ער די שפארע "יצירה". דארט, האט כביכול צוגעוויזן די צוקוקערס, קענט איר דערציילן פאר די ווייניג וואס זענען גרייט צו הערן. אדרבא, האט א בת קול איבערגענומען דאס ווארט: רעדט אן מיילער, פלוידערט אן קול, דערציילט אן דיבורים, און שטעלט אריין דעם טייטש אינעם חלל פון די אותיות.

*

אזוי ארום, טייערע אידן, איז אויף דער וועלט אראפגעקומען די פאעזיע. זי איז א צינור פון דאהי ביז עולם היצירה. עס באניצן זיך מיט איר נפשות, וואס קענען נישט דערזאגן וואס דאס הארץ וויל במילא נישט דערציילן. איז, לייענט, אבער למען השם, פארשטייט אז דאס געלייענטע וויל נישט פארשטאנען ווערן.

דאס אלעס.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

איך בין ווערטערלאז!!! :like :like
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

וואס ווילן זיך נישט פארשטיין
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

ערשט קלאסיק

שליחה דורך שלום בערגער »

א דאנק.
[NAMELESS]

Re: פאטשקערייען איבער פאעזיע

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אבער ס'קריעטיוו ווי משוגע
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ראשעקאל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אבער ס'קריעטיוו ווי משוגע


ביזט דאך ממש מסביר וואס ער זאגט, קריעטיוועטי האט נישט מיט דאס ווארט. דאס ווארט איז א צמצומ'דיגע לבוש.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דאס אלעס.
:like
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך בין מסופק צו ראובן האט אויסגעפיגערט ווי אזוי מגיב צו זיין א ליידיגע תגובה, אדער מכוון געווען צו דעם ריכטיגן קאליר פון די בעקגראונד. נאנדהעלעס לויט ווי מיר קענען אים איז דא זעראו טשאנסן אז ער וועט ארויס געבן דעם סוד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

זייער אריגינעל און קלאר ארויסגעברענגט, [tag]אבטולמוס[/tag] :D
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: פאטשקערייען איבער פאעזיע

שליחה דורך נופת צופים »

מאטי האט געשריבן:איך בין מסופק צו ראובן האט אויסגעפיגערט ווי אזוי מגיב צו זיין א ליידיגע תגובה, אדער מכוון געווען צו דעם ריכטיגן קאליר פון די בעקגראונד. נאנדהעלעס לויט ווי מיר קענען אים איז דא זעראו טשאנסן אז ער וועט ארויס געבן דעם סוד.

ער האט כאטש פארדינט א לייקל פון דיר.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
פארשפארט