קו התאריך- בענין ספירת העומר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס? האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]ער זאגט אז אויב איינער קומט פון אסטראליע אהער און ער האלט שבועות ה' און ו' סיון זאל נישט זאגן ביי קידוש און שמו"ע 'זמן מתן תורתינו'. ווייל בה' סיון איז זיכער נישט ניתנה תורה. דער מגן אברהם זאגט טאקע אז שבועות איז נישט דוקא פארבינדן מיט מתן תורה. נאר וויבאלד אונזער לוח איז נקבע אז שבועות איז ו' און ז' סיון זאגן מיר זמן מתן תורתינו. ולכן וויבאלד דער איד מוז האלטן שבועות ה' סיון, קען ער נישט זאגן זמן מתן תורתינו.
.[/justify]

דער מקור פון'ם מג"א, איז דאכט זיך א תשובת הריב"ש, (און א חינוך?) אז בזמן הבית, ווען דער מולד האט נאכנישט געהאט קיין קביעות, און ניסן האט געקענט זיין חסר, האט שבועות געקענט געפאלן אויף ה' סיון. און ס'האט טאקע נישט מיט זמן מתן תורה.

דאס אז עס האט געקענט פאלן אין אנדערע טעג, איז אן אפענע גמרא.
(חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז זיי שרייבן אז מ׳זאל נישט זאגן זמן מתן תורתינו).

יא, דער ריב"ש ברענגט טאקע דער גמרא, און ער רעדט אויך פון נישט זאגן זמן מתן תורתינו. אבער ס'דארף צוגעצייכנט ווערן, אז ס'דא אסאך גמ' וואס זאגן אז שבועות האט דייקא יא מיט מתן תורה. און די צל"ח און פסחים ס"ח ע"ב פארענטפערט אז אלע 3 טעג ד"ה ה' ו' ז' ווערן אנגערופן זמן מתן תורתינו. ווייל לויט א מאן דאמר איז נעשה ונשמע געווען אויף ה' און ו' וז' איז דא דער תירוץ פון בכוח און בפועל (שוין כאב שוין נישט קיין כח, גיי זיי מסביר).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואליש האט געשריבן:דאס אז מ'ווערט נגרר נאכן מקום מושב דערמאנט מיך אז מיין קליינע שוועסטער האט מחדש געווען אז פונקט ווי א איד פון ישראל האלט נישט יו"ט שני און חו"ל ווייל אזוי איז ער זיך נוהג אינדערהיים, אזוי אויך טראגט זי אן אן עירוב אין ברוקלין ווייל אין איר וואוינארט איז יא דא אן עירוב.

פארדעם טאקע איז כל המלמד את בתה תורה כאילו מלמדה תיפלות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואליש האט געשריבן:והשם הטוב יכפר.

אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו :oops:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אנשולדיגט ראש ישיבה, אבער ער דערמאנט דעם קרבן, אבער ער ענטפערט נישט. דער קרבן איז א ציבור'דיגע, נישט אויפ'ן יחיד. דער איסור צו ברענגען מנחות פונ'ם נייעם תבואה איז אויפ'ן יחיד און דער ציבור. יעצט וואס וועט מען טוהן וועגען דער קרבן.
ער פרעגט א קשיא און מ'וועט זיך אפשר דארפען קוועטשען צו פאר'ענטפערען, ווי שטימט דער דרשה פון ספירה לכל אחד ואחד מיט'ן הלכה'דיגע מציאות אז שבועות איז א יו''ט אויפ'ן ציבור, הן מצד דער קרבן אי מצד דער מקרא קודש. ער אליינס דערמאנט א הערה אז ספיה''ע בזה''ז איז דרבנן און שבועות איז א דאורייתא. עכ''פ זיין מקור פונ'ם דרשה איז גאר א קליין חלק פונ'ם סוגיא, און דער פשטות פון שבועות איז נישט ווי איהם. ער פראבירט צו מאכען דער חידוש פארקערט, אבער למעשה איז דאס נישט מעגליך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט