די נייע עשרת הדברות!
די נייע עשרת הדברות!
[center]הקדמה קצרה:[/center]
נאכן צווייטן וועלט מלחמה, האט דער באשעפער געזען אז די אלטע תורה, און די שפיץ דערפון - די עשרת הדברות, זענען צו ווייניג פאר אונז קריגס געליטענע, האט דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו אונז געגעבן אן אויסגעבעסערטע ווערסיע פונעם עשרת הדברות, דורכן הייליגן סאטמארער רב, און נאך קדושי עליון נבג"ם וזצוק"ל.
אויב איז אייך נישט אויסגעקומען צו ליינען דעם אינהאלט פון די נייע צען געבאטן, האט איר דא די שטיקל לוחות וואס כ'האב אפירגעקראצט פון אונטערן בארג סיני שב'וויליאמסבורג הבירה.
הרי שלך לפניך:
[center]פרק א'.[/center]
(א) און גא-ט האט איבערגעגעבן זיינע געבאטן אין די מויל פון יואל רבינו זיין קנעכט, און אינעם מויל פון נאך רבי'ס אזוי צו זאגן: (ב) רעד צו די אידישע קינדער און זאג צו זיי, איך האב מחליט געווען צו געבן א פרישע עשרת הדברות פאר די אידישע קינדער: (ג) גיי און זאג פאר זיי אז די נייע געזעצן שטימען נישט מיטן שכל, אבער דאס זענען 'חוקים בלא טעם': (ד) איז יואל געגאנגען צו די אידישע קינדער און געזאגט צו זיי אלעס וואס דער אייבעשטער האט אים באפוילן: (ה) האבן די אידן געענפערט 'נעשה ונשמע', אלעס וואס דער רבי בעט וועלן מיר טון און הערן: (ו) און יואל האט צוריקגעקערט די ווערטער פון די אידן צו גא-ט, און עליונים ששו ותחתונים עלזו: (ז) דאס זענען די צען געבאטן וואס דער אייבערשטער האט איבערגעגעבן פאר די אידישע קינדער, אינעם מויל פון יואל און אנדערע זקני העדה:

[center]פרק ב'.[/center][center]נוהגין לקרות בטעם עליון, לשון כעס.[/center]
[center]דיבור א' - אנכי ה' אלקיך.[/center]
[justify](א) איך בין אייער גא-ט, און די גא-ט פון אברהם יצחק און יעקב, פון תנאים אמוראים און רבנן סבוראי: (ב) דער גא-ט פון גאונים ראשונים און אחרונים: (ג) דער גא-ט פון בעלי מחשבה און בעלי קבלה: (ד) דער גא-ט פון בעל שם טוב, און גא-ט פון אייער רבי: (ה) וואס איז דער שליח פון אייבערשטן צו נעמען קוויטלעך פונעם עולם, זאגן שאלעשידעס תורה, גיין מיט א זילבערנעם שטעקן, און טיילן שיריים: (ו) דינט דעם צדיק און גלייבט אין אים, און גלייבט נישט אין זיך זעלבסט:[/justify]

[center]דיבור ב' - לא יהי' לך אלהים אחרים.[/center]
[justify](ז) גלייבט נישט אין קיין אפגעטער וואס האבן נישט די ריכטיגע מסורה, פון ליטוואקעס ביז יעקעס, פון ספרדים ביז תימנים, פונעם עקידה ביזן רמב"ם: (ח) גלייבט נישט ח"ו אינעם ערגסטן אפגאט - דער בעל פעור, דער מדינה הציונות, ווייל בעסער זיך צו ביקן צו א צלם זיבעציג מאל ווי זיך צו לערנען איין ווארט פון זייער טריפה'נעם שפראך: (ט) דער וואס שרייט נישט קוק ימ"ש וועט פון גיהנום קיינמאל נישט ארויסגיין: (י) איך בין א פארכט-צימליכער גא-ט, און איך בין נוקם דער וואס לייקענט אין די צדיקים, ווייל זייער 'קפידא' טוט אייביג שאטן:[/justify]

[center]דיבור ג' - לא תשא את שם ה' לשוא.[/center]
[justify](יא) איך לאז נישט דערמאנען מיין נאמען אומזיסט, אויב איינער דערמאנט מיין נאמען - למשל דורך א תהלים'ל, מוז דאס זיין פאר געלט צו שטיצן די מוסדות הקדושים: (יב) אזוי אויך איז בעסער אפצולאזן דעם תהלים'ל אינגאנצן, און אנשטאטס דעם זאל מען זאגן פרשת המן דינסטאג בשלח, צינדן לעכט לע"נ ר' מענדלע רימנובער, זאגן אלקא דמאיר ענני, אריינלייגן א פרוטה אין קופת העיר, זאגן נשמת ביים כותל, אנטון א רינגל מיט איינגעקריצטע שמות, און זאגן פרק שירה פערציג טעג נאכאנאנד: (יג) ווען איינער פאר'עקשנ'ט זיך צו זאגן א פסוק תהלים, זאל דאס נישט זיין נארמאלערהייט, נאר אדער זאגן תמניא אפי, אדער תהלים החיד"א: (יד) אויב שוין יא דערמאנען א קאפיטל תהלים נארמאלערהייט, זאל דאס נישט זיין אומזיסט, זייט מוחל און זאגטס דאס בחצות הלילה, אדער געבט דאס געלט פארן תהלים כולל:[/justify]

[center]דיבור ד' - זכור את יום השבת לקדשו.[/center]
[justify](טו) ווי באקאנט זענען די אבותן געגאנגען מיט שטריימלעך מיט זשופיצעס. געדענקט צו גיין מיט שטריימלעך און האלט דאס "טייער": (טז) גייטס צו די טישן פרייטיג צו נאכטס, ווייל מצות עונה שטייט נישט אין די עשרת הדברות אבער 'טיש גיין' יא: (יז) אויב עטס ווילטס גיין צו א צדיק אמת זאלטס עטס וויסן די סימנים מובהקים: (יח) א זילבערנע בעקיטשע מיינט א צדיק, א גאלדערנע בעקיטשע מיין א גרויסע צדיק, א ווייסע בעקיטשע מיינט א הייליגער צדיק, און א בלויע בעקיטשע מיינט אן ענדע צדיק: (יט) די תורה וואס א רבי זאגט דארף מען נישט אויסהערן, ווייל דער עיקר איז צו 'זיין' ביים צדיק און נישט מער: (כ) און אויך וויבאלד דער רבי אליינס הערט עס אויך נישט אויס: (כא) ביי די סעודות געדענקטס צו לייגן א דגוש אויף עסן פיש מיט די הענט דוקא: (כב) ווער ס'עסט נישט קיין פערפל וועלן זיינע עבירות נישט פארפאלן ווערן, און ווער ס'עסט נישט קיין קוגל וועט אים דער קרעטשניפער נישט פארצייען דעם חילול שבת: (כג) מען מוז עסן אייער מיט צוויבל, ווייל אן צוויבל גייט ער צו די קליפות - אזויווי די רבי'ס האבן מעיד געווען: (כד) שאלעשידעס עסן איז א גרויסע מצוה - ספעציעל נאך א טשולנט פון קישקע/מארך/ושאר מרעין בישין: (כה) הערטס שאלעשידעס תורה ובפרט אין שובבי"ם, מתקן צו זיין חטאת זקנים:[/justify]

[center]דיבור ה' - כבד את אביך ואת אמך.[/center]
[justify](כו) גיבטס אפ כבוד פאר אייער עלטערן, וואס וועלן זיך שעמען אויב דו ווערסט נמאס פון 'סאסייעטי': (כז) דערפאר זאלסטו אייביג טון וואס איז אין נארמע, אין די אויגן פון קליינקעפיגע שלעכטגייציגע מענטשן: (כח) פאר נישט מיט קיין בייק איינמאל דו האסט בר מצוה, וכל המחמיר תבוא עליו ברכה: (כט) דיין ווייב טאר נישט דרייוון קיין קאר, און אויב יא האסטו נישט קיין מוסד פאר דיינע קינדערלעך: (ל) גיי מיטן טלית קטן אויפן העמד, און ס'זאל זיין וואלענע ציצית דווקא, שעם דיך נישט אז דו ביזט א שוטה: (לא) שטיצן די בארד אז אן עוון בל יכופר, באלד ווי א פרוי וואס גייט מיט אייגענע האר אדער מיט ביי-האר: (לב) אבער אויב איינער פון די עלטערן טראכט אינדרויסן פונעם באקס און איז געקומען לידי גט, איז הותר דמו בטל כבודו, און מ'טאר אים נישט מכבד זיין אדער אפילו ליב האבן:[/justify]

[center]דיבור ו' - לא תרצח.[/center]
[justify](לג) הרג'עטס נישט קיין איראנער, נאר קישט זיי און האלזט זיי, ווילאנג מיר זענען נאך אין גלות: (לד) הרג'עטס נאר ענקערע ברודער וואס גייען נישט אין שפאן, על דרך הסלולה הברורה והמסורה: (לה) הרג'עטס אויך די וואס גייען צום 'ברודער', ובפרט שמיני עצרת ווען מ'ווארפט אוועק די אלטע תורה: (לו) הרג'עטס אבער נישט קיין פארגוואלטיגער און שמוציאנען, זיי זענען אומשולדיג ווייל זיי זענען קרבנות פון זייערע מלמדים: (לז) א ציוני איז א מצוה צו באווארפן מיט שטיינער שיש בהם כדי להמית, און א ציוניסטישע מיידל דארף מען אנשפייען און אנשרייען פרוצה:[/justify]

[center]דיבור ז' - לא תנאף.[/center]
[justify](לח) מען טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אינדערהיים, דער עצם אינטערנעט איז יחוד מיט זונות: (לט) די פרוי מוז גיין מיט א סינטעטישע שייטל, און אייגענע האר איז פון די שלש חמורי"ם: (מ) א פרוי טאר נישט גיין מיט שמאלע, געפאסטע, רעש'יגע, דורכזיכטיגע, קורצע, אויפרייסערישע, שיינע קליידער, מ'מעג נאר גיין מיט ברוין אדער שווארץ: (מא) ווער עס חזיר'ט מיט יונגלעך איז נישט קיין נואף, אבער ווער ס'גייט א לאנגע שייטל איז א נואפת: (מב) א בחור'ל מיט שיינע גלעזער אדער גלאנציגע פיאות, איז בלתי שום ספק עובר אויף דאס 'ארגסטע': (מג) ס'איז אויך כדאי נישט צו רעדן מיט א שוויגער נארמאל, ווייל מאנכע רבי'ס באקומען הרהורים:[/justify]

[center]דיבור ח' - לא תגנוב.[/center]
[justify](מד) כולל יונגעלייט טארן נישט גנב'ענען, אבער גבירים וואס די רבי'ס זענען מכבד מעגן בא'גנב'ענען א האלבע שטאט: (מה) פון די אמעריקאנע רעגירונג מעג מען גנב'ענען, און פון די איזרעאל'ישע רעגירונג איז א 'מצוה' צו גנב'ענען [-לדעת סאטמאר הגירסא: טאר מען נישט נהנה זיין, משולחן איזבל]: (מו) די הייליגע מוסדות מעגן רויבן סיי פון די שטאט און סיי פון ענקער טאש און סיי מאכן אומשולדיגע מלוה מלכה'ס: (מז) עס איז א גנב'ענען קינדער פון עלטערנ'ס שויס, אויב זיי גייען נישט אינגאנצן אין שפאן: (מח) דיינים וואס נעמען נישט קיין שוחד, מעגן 'נעמען' וויפיל זיי ווילן פון וועמען זיי ווילן פאר שכר בטילה:[/justify]

[center]דיבור ט' - לא תענה ברעך עד שקר.[/center]
[justify](מט) מען טאר נישט רעדן שלעכטס אויף איינער וואס גלייבט שטארק אינעם רבי'ן: (נ) ווער עס רעדט אויפן רב'ין אפילו נאר במחשבה, וועט ער קיינמאל נישט זען פני משיח: (נא) אבער אויפן צד שכנגד איז א מצוה צו רעדן שקרים, ווייל זיי זענען נישט בכלל 'רעך': (נב) מען מעג בארעדן א בחור וואס האלט נישט ביים לערנען, אז ער טוט כל דבר אסור: (נג) שקר איז נאר אסור אין בית דין, דערפאר קען מען זיך פטר'ן דורך גיין אין ערכאות: (נד) א רבי זאגט קיינמאל נישט קיין ליגנט, און אלע חסיד'ישע מעשיות זענען אמת לאמיתה, און מ'דארף גלייבן אז 'ס'וואלט געקענט געשען': (נה) אויף ציונים, ליטאים, 'גייסטישע ספרד'ישע מנהיגים', און לינקע מעג מען מאלן וואסער, ווייל אויב די אמת וועט ארויפשווימען וועט נישט טויגן: (נו) אלעס וואס טעלער דערציילט איז אמת, און קייןן ליגנט איז פארהאן אין דער בלאט:[/justify]

[center]דיבור י' - לא תחמוד.[/center]
[justify](נז) מען טאר נישט גלוסטן צו קיין שטיקל סטעיק, ווייל דאס איז תאוות, מ'מעג נאר גלוסטן שלישקעס מיט קוגל: (נח) ווער עס גלוסט דעם רבי'נס קעדילעק, גבאים, טשערילייט, מיליאנען, ביל געיט'ס הויז, גאלדענע בעקיטשע, פוסטקייט, אדער קינדערישקייט, לא ינקה פון זיינע חסידים: (נט) אבער רבי'ס מעגן גלוסטן דיין פדיון און זיין ברודער'ס חסידים: (ס) מען טאר אפילו נישט גלוסטן צו פארשטיין גא-ט, ווייל דעמאלס וועסטו וועלן פארשטיין דיין רבי: (סא) גלייב מיט אמונה פשוטה אינעם צאדיק, אפילו ווען זיינע חסידים טוען לשמו כל דבר אסור: (סב) רבנים מעגן גלוסטן פרעמדע פרויען, כדי צו וויסן די פירצות הדור: (סג) מען טאר נישט גלוסטן ארויסצוקריכן פון די באקס - דערפאר איז 'קאווע שטיבל' טריף, און ליינען דעם אשכול איז דער אבי אבות רח"ל:[/justify]
[center]וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים ואת וויליאמסבורג עשן,
וירא כל העם וינועו ויעמדו...[/center]
מ---ר---ח---ו---ק.

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
וואס טוט זיך דא? ווען איך האב מגיב געווען איז עס געווען אויף די גאנצע עשרת הדברות אין איין לאנגער הודעה. יעצט זע איך אז מ'האט מפריד געווען בין הדבקים, און איך בין אליינס אריינגעפאלן צווישן די שורות.
(אבי איך שטיי אין די עשרת הדברות...)
(אבי איך שטיי אין די עשרת הדברות...)
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

אויך לאמיר נישט פארגעסן דער גירסא הישנה, פון שנת 2013.
עשרת הדיברות 2013 פון מרן בעל נטעי ההרים זי"ע

Under influence
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויך לאמיר נישט פארגעסן דער גירסא הישנה, פון שנת 2013.
עשרת הדיברות 2013 פון מרן בעל נטעי ההרים זי"ע
וויי איז מיר, כ'האב געמיינט אז ס'איז מיין קאפשטיק, דערווייל זע איך אז קדמני אחר.

- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל