כוויל דא אראפ ברענגן א שטיקעל וואס ר' לייבעלע האט שיין געשריבען היינט
לייבעלע האט געשריבן:הערטס אבער טייער אידען, וואלאמרט טאקע נישט, אבער די פארקינג גייט אוועקימען פון דארט, מען פלאנירט אויפצושטעלען דארטען א ריזיגע דעוועלאפמענט פון ארום ~850 דירות!!!!!!!!! רייבט דיך דיינע אויגען? איך אויך, דער גאנצע פראפערטי איז כלל נישט צי גרויס נאר מען וועט ארויפציהען הויכע שטאקען, ס'טייטש מען מוז דאך צישטעלען פאר אינזערע טייערער קינדערלעך צי וואוינען, ניין??? מען שמיעסט אין די גאס אז נישט די מאנסיע דעוועלאפערס מאכען דאס, נאר גאר ווימס"ב'גע דושינסקי ראבינאוויטש וואס זענען טרויעריג באקאנט פאר די טייערע הייזער וואס זיי בויען און העכערען די מארקעט פרייזען און די וועליא פון די דירות צו גאר הויעכע ציפערען, זיי האבען די העזה צו קומען אין אינזער מאנסי און מאכען א חורבן, אויב וועלען זיי מצליח זיין וועלען זיי בלי ספק גיין וויייטער,
אבער חוץ פין די דירות טראכטס אריין וואסערע ריזיגע טרעפיק דאס גייט גורם זיין אויף דעם עריע,עס איז גלייך לעבען עווגרגרין ווי מען ליידט שוין יעצט פון די טרעפיק און נעקסט דאאר גייט מען אריינשטיפען 850 דירת, אין מאנסי דרייווט כמעט יעדער און ביי אסך משפחות אויכט די פרויען, קען זיך איינער מצייר זיין און אויסדמיונע'ן ווי שרעקליך די טרעפיק גייט זיין?"?? און מען לאסט עס צו?? קיינער איז נישט מוחה?????? וועלכער פערד האט געגעבען די הסכמה און אפראווט אזא מייסטער סטופיד פלאן???
ר' לייבעלע טייערע, ממש כ׳פארשטיי נישט וואס איר רעדסט,
פארוועם בויט מען די דירות? נישט פאר דיינע קינדער? נישט פאר דיין שכן'ס קינדער? וואס ווילסטו פונקטלעך? מזאל מחליט זיין א געוויסע נומבער וויפיהל משפחות מעגן וואינען אין מאנסי אין איינמאל מדעגרייכט די מספר זאל מען קלוזין שאפ?
זאג נאר איר מיינט איר זענט בעה״ב אויף מאנסי? די רעדסט דא כאילו סדיינס א פריוואטע רעקל,
טאמער איז דא מענטשן וואס גיין קויפן די דירות אין ווילן יא וואינען צוקוועטשט ווי משגועים, גוט פאר זיי, דאס קענט איר נישט צירוק האלטן,
כ׳פארשטיי גוט, סזייער נישט באטאמט, ביסט צו געוואינט צו א רואיג לעבן, אבער tough luck, ביסט נישט בעה״ב איבער מאנסי, טאמער ווילט איר לעבן קאנטרי לייף איז צייט זיך אינצופאקן די פעק אין פאהרן קיין נעברעסקא, דארט קענט איר קויפן הונדרעט עיקער פאר א דולר פיפציג.
מענטשן אין בארא פארק האבן מיט געמאכט די זעלבע מיט יארן צירוק, פארפאלען ס'געווארן א ביז שטאט, מאנסי איז נישט אנדריש.
געגאנגען א מענטש אין ב"פ, געבויט א הויז מיט צוואנציג יאר צירוק געבויט ביזן לאט ליין, יעצט האט א צווייטע געקויפט נעקסט דור אין האט עיהם פאר בויט אלע פענצטער, ״שייגץ, שייגץ, נעמסט מיר צו די לייט״
האלוי? ביסט אינגאנצען משוגע? ביסט עפעס בעה״ב אויף נעקסט דור? דאנק גאט האסט געהאט לעכטיגקייט די לעצטע צוואנציג יאר, נעקסט טיים בוי נישט ביזן לאט ליין, ווילסט לייט? גיי צוזאם לייבעלע אין קויפ אין נעברעסקא, דא איז מאנהעטטען דא קאסט א פענצטער גראב געלט,
כפראביר נישט צו פארטיידגען די ריזיגע דיוועלעפרעס וואס האקן אינטער די פיס פון אנדערע אין צאלן איבער, אבער טאמער איז דא א דימענד צו וואינען אין מאנסי, נישט קיין נפק"מ פארוואס קענט איר גארנישט טוען דערוועגען, איך וויל קומן קיין מאנסי וואינען מארגן מיט נאך הונדרעט משפחות, טוע מיך עפעס, יא יא יא יא יא דייקו מאנסי, אזוי וויל איך די זיפקאוד איז נישט דיינס