די נייע עשרת הדברות!
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
Wow!! דאס איז אן ערשט קלאסיגע 'שבת בלעטל' ארטיקל.
אגב, ווען דו לאזט עס ווען אלעס אין איין לאנגע תגובה וואלט עס ארום געפארן וואטסעפפ ווי א ווירוס. אזוי ווי עס איז יעצט קען מען עס נישט ארום שוקן.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ויאמר ה' ליואל לאמר: דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם: אתם ראיתם כי מן היואל משה דיברתי עמכם: בית המדרש ישן תבנו לי על מקום חמש מאות בבעדפארד עוועניו: הוא המקום אשר יבחר ה' אלקיך לשכן שמו שם: שמה תבכו בעת שתשקע החמה ביום השבת ושמה תשמחו ותמחאו כף לכף ביום שמיני עצרת: והיה כי ימצא בית המדרש אחרת או שופט אחר או רב אחר בכל סביבות מקומי: ויצאו זקני העיר ומדדו אל העיר אשר סביבותיה: והיה כל השופטים והשרים אשר יהיו בתוך התחום של המקום אשר בחרתי ההוא: ונתצתם את מזבחותם וחרפתם את תורתם ותשברו את קהילתם: מחה תמחה אותם ואת בניהם ותלמידיהם: זכור אל תלכו לרעות בשדה אחרים: כי אם באותו איש ובאותו מקום הישן בחצר חמש מאות על בעדפארד עוועניו שמה תתפללו ושמה אבא אליך וברכתיך: והיה כאשר תצליחו לגרש כל שונאיכם מכל סביבותיכם: ופרצת ימה וקדמה צפנה ונגבה וגדיים יעשו תיישים בכוח של אותו זקן הוא רבינו יואל אשר שמתי לפני העדה: והיה כל מקום אשר תדרוך כף רגלו שמה תבנו בנינים גדולות ובצורות לשמים ושמה אבא אליך וברכתיך:
וביום עשרים ואחד לחודש התשיעי חג ההצלה יום צאת רבינו יואל מארץ גרמניה עם אשתו: כשהציל אותו האיש קאסטנער וחביריו הציונים בשעה שנהרגו כל קהילתו וחסידיו ותלמידיו ומכיריו ונאבדה הספינה וניצל קברניטה: ובתו של רבינו ובעלה כבר ניצלו על ידי לקיחת סערטיפיקאט ציוני ועלו לארץ שהיתה קדושה ונעשתה טמאה: ביום הזה תחוגו לי בתופים ובמחולות ובעשרת אלפים ככר בשר אדם: ככה תאכלו הבילקעס והדגים, חמשה עשר מעלות מצד זה וחמשה עשר מעלות מצד זה: ועליהם תאספו כל בחור ואיש זקן וילדים קטנים: ויבא רבינו יואל או אחד מבניו או מבני אחיו אשר ימלוך בימים ההם: וילבוש בגדים לבנים ומצנפת גדולה עם שערי בעלי חיים עבים ושחורים אשר יקנו בעד ששת אלפי שקל כסף עובר לסוחר: ויעמוד בקרב קהל עדת חסידיו ויזמרו חסדי ה' כי לא תמנו עשרים פעמים: ואחר כך יזמרו בך בטחו אבותינו שלשים פעמים: ובכל פעם יגביהו את הקולות ואת הלפידים וירא העם וינועו אמות הסופים: והיה ביום הזה לא תחוגו כי אם בתוך בנין הנקרא ארמארי, וביום הזה שמה אבא אליך וברכתיך מלבד במקום הישן בחמש מאות בעדפארד עוועניו: ובכל שנה ושנה תזכרו את הציונים שהצילו את רבינו ואת משפחתו ותאמרו ארורים האנשים אשר בגללם ניצל רבינו: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת: ואמרת אליו כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה ולא בצדקתי וביושר לבבי כי נשתכח דרך הצדק והיושר והמוסר מקרב עדתינו:

האדם לא נברא אלא להתענג
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
You can clearly see traces of J in this text, and he only used the godly names of Joel and Joel Moshe. He also portrays Joel as a wrathful egoistic maniacal a*&hole as J always does.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: די נייע עשרת הדברות!
כוכב האט געשריבן:לייק פאר די קריעטיוויטי דיסלייק פאר די פוסטע ליצנות און דעמאגאגיע.
עס איז א בושה פאר ק''ש אז יעדע מאל ווען איינער קומט איבערחזר'ן צום ווער ווייס וויפעלטע מאל די נערישע כיתה ג' דזאוקס ווערט יעדער הייפער און פרייליך, כאילו ווער ווייסט וואסערע חכמה מען האט דא מגלה געווען, (ויש בזה לא פחות פאנאטיזים מתושבי אייוועלט רק ע''ד ההפוך)
זענען מיר שוין טאקע אויסגעלאפן פון אינטעלעקע נושאים?
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
א יעדער איינער האט אן אנדערע זאך וואס זיי שעמען זיך מיט. איך גיי נישט אויסרעכענען מיין ליסטע, אבער איך בין זיכער אז ס'דא וואס האלטן אז עס איז א בושה... שוין איך וועל מיך איינהאלטן דאס מאל. אבער איך בעט ענק, הערט אויף גרעפצען. ס'געפעלט דיר נישט א טאפיק, מיש איבער צו אן אנדערע בלעטל און שווייג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:לייק פאר די קריעטיוויטי דיסלייק פאר די פוסטע ליצנות און דעמאגאגיע.
עס איז א בושה פאר ק''ש אז יעדע מאל ווען איינער קומט איבערחזר'ן צום ווער ווייס וויפעלטע מאל די נערישע כיתה ג' דזאוקס ווערט יעדער הייפער און פרייליך, כאילו ווער ווייסט וואסערע חכמה מען האט דא מגלה געווען, (ויש בזה לא פחות פאנאטיזים מתושבי אייוועלט רק ע''ד ההפוך)
זענען מיר שוין טאקע אויסגעלאפן פון אינטעלעקע נושאים?
עטליסט די סאקמירע דארפן נישט פארלאזן דער אשכול אן געבן א לייק
.
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: די נייע עשרת הדברות!
כוכב האט געשריבן:לייק פאר די קריעטיוויטי דיסלייק פאר די פוסטע ליצנות און דעמאגאגיע.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
I'm back האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:לייק פאר די קריעטיוויטי דיסלייק פאר די פוסטע ליצנות און דעמאגאגיע.
עס איז א בושה פאר ק''ש אז יעדע מאל ווען איינער קומט איבערחזר'ן צום ווער ווייס וויפעלטע מאל די נערישע כיתה ג' דזאוקס ווערט יעדער הייפער און פרייליך, כאילו ווער ווייסט וואסערע חכמה מען האט דא מגלה געווען, (ויש בזה לא פחות פאנאטיזים מתושבי אייוועלט רק ע''ד ההפוך)
זענען מיר שוין טאקע אויסגעלאפן פון אינטעלעקע נושאים?
עטליסט די סאקמירע דארפן נישט פארלאזן דער אשכול אן געבן א לייק
כ'בין נישט קיין סאטמארער אבער כ'האב געלייקט ווייל איך האלט אויך אזוי
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אין די יארן בעפאר די צווייטע וועלטס מלחמה האט זיך דער נגע הציונות אנגעהויבן צו פארשפרייטען אין אייראפא, און "אלע" גדולי ישראל זענן ארויס געגאנגען אין א פייערדיגע מלחמה קעגן ציונות, און עס איז טאקע נישט געווען כמעט קיין היימישע אידן וואס האבן געהאט א פארקער מיט דעם טמא'נעם רעיין הציוני:
די צרות וואס כלל ישראל האט געליטן אין דער צווייטער וועלטס קריג, האט ליידער אפעקטירט א גרויס חלק פינעם כלל ישראל, אריין גערעכענט אדמור''ם און רבנים, און מען האט זיך געפינען א טרייסט אין ציונות... נישט ווייל דער תורה הק האט זיך ח''ו פארענדערט, דער באשעפער מיט זיין הייליגע תורה זענען פארבליבן די זעלבע, אבער די צרות האבן גורם געווען אז מען זאל נישט קענען געהעריג טראכטן, און מען זאל פארבלענד ווערן אין דער ציוניסטישע כפירה.
פון די איינציגסטע צדיקים וואס זענען טראץ די גרויסע צרות געבליבן אין גאנצען ביי די הייליגע אמונה איז געווען רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע. און ער האט אפגעראטעוועט א גאנצע דור פון טויזענעטער משפחות, אז זיי זאלן בלייבן ביי די ריינע אמונה, און ח''ו נישט אריין געשלעפט ווערן אין ציונות:
איז אזוי דער שטן קען דאס נישט פארליידן עס שטעכט אים דער פאקט אז א הייפעלע אידן דראפענען זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי די אמונה, האט ער געשיקט א פאר גיפטיגע שרייבער אויף קאווע שטיבל, אז זיי זאלן מיטן כוח פון לייצנות אפקילן אידישע קינדער פון די הייליגע אמונה,.
דעריבער מר' שטן נייס טריי..... די קענסט שיקן וועמען די ווילסט, אפי' אזעלכע אפיקורסים מיט ניק נעמן וואס שטאמען פון די הייליגע תורה פון די פרשת המשכן..... עס וועט דיר גארנישט העלפן.... שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, זאת התורה לא תהא מחלפת..... בשלטון הכופרים אנו מאמינים, אפי אזא כוח הלייצנות ווועט אונז נישט אפטיילן פון דיר הייליגע באשעפער. מיר וועלן ווייטער גלייבן אין און אין דיין הייליגע תורה.............

קאך_לעפל האט געשריבן:אין די יארן בעפאר די צווייטע וועלטס מלחמה האט זיך דער נגע הציונות אנגעהויבן צו פארשפרייטען אין אייראפא, און "אלע" גדולי ישראל זענן ארויס געגאנגען אין א פייערדיגע מלחמה קעגן ציונות, און עס איז טאקע נישט געווען כמעט קיין היימישע אידן וואס האבן געהאט א פארקער מיט דעם טמא'נעם רעיין הציוני:
די צרות וואס כלל ישראל האט געליטן אין דער צווייטער וועלטס קריג, האט ליידער אפעקטירט א גרויס חלק פינעם כלל ישראל, אריין גערעכענט אדמור''ם און רבנים, און מען האט זיך געפינען א טרייסט אין ציונות... נישט ווייל דער תורה הק האט זיך ח''ו פארענדערט, דער באשעפער מיט זיין הייליגע תורה זענען פארבליבן די זעלבע, אבער די צרות האבן גורם געווען אז מען זאל נישט קענען געהעריג טראכטן, און מען זאל פארבלענד ווערן אין דער ציוניסטישע כפירה.
פון די איינציגסטע צדיקים וואס זענען טראץ די גרויסע צרות געבליבן אין גאנצען ביי די הייליגע אמונה איז געווען רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע. און ער האט אפגעראטעוועט א גאנצע דור פון טויזענעטער משפחות, אז זיי זאלן בלייבן ביי די ריינע אמונה, און ח''ו נישט אריין געשלעפט ווערן אין ציונות:
איז אזוי דער שטן קען דאס נישט פארליידן עס שטעכט אים דער פאקט אז א הייפעלע אידן דראפענען זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי די אמונה, האט ער געשיקט א פאר גיפטיגע שרייבער אויף קאווע שטיבל, אז זיי זאלן מיטן כוח פון לייצנות אפקילן אידישע קינדער פון די הייליגע אמונה,.
דעריבער מר' שטן נייס טריי..... די קענסט שיקן וועמען די ווילסט, אפי' אזעלכע אפיקורסים מיט ניק נעמן וואס שטאמען פון די הייליגע תורה פון די פרשת המשכן..... עס וועט דיר גארנישט העלפן.... שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, זאת התורה לא תהא מחלפת..... בשלטון הכופרים אנו מאמינים, אפי אזא כוח הלייצנות ווועט אונז נישט אפטיילן פון דיר הייליגע באשעפער. מיר וועלן ווייטער גלייבן אין און אין דיין הייליגע תורה.............
ביי אונז סענז סטריט יודן האט מען זיך נוהג געווען צו ענטפערן מיט פיר ווערטער:
ווען דו ענדיגסט, פלאש!...

און אביסל אן ערנסטערע תגובה פאר דעם לוחם מלחמת השטן ונגע הציוני, עי' כאן: viewtopic.php?p=269107#p269107.
איבערגייענדיג אלטע אשכולות, האב איך מיך אנגעשטויסן אין די תגובה אין דעם אשכול:
[center]הקדמה קצרה:[/center]
[center]נאכן צווייטן וועלט מלחמה, האט דער באשעפער געזען אז די אלטע תורה, און די שפיץ דערפון - די עשרת הדברות, זענען צו ווייניג פאר אונז קריגס געליטענע, האט דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו אונז געגעבן אן אויסגעבעסערטע ווערסיע פונעם עשרת הדברות, דורכן הייליגן סאטמארער רב, און נאך קדושי עליון נבג"ם וזצוק"ל.
אויב איז אייך נישט אויסגעקומען צו ליינען דעם אינהאלט פון די נייע צען געבאטן, האט איר דא די שטיקל לוחות וואס כ'האב אפירגעקראצט פון אונטערן בארג סיני שב'וויליאמסבורג הבירה.
הרי שלך לפניך:[/center]
[center]פרק א'.[/center]
(א) און גא-ט האט איבערגעגעבן זיינע געבאטן אין די מויל פון יואל רבינו זיין קנעכט, און אינעם מויל פון נאך רבי'ס אזוי צו זאגן: (ב) רעד צו די אידישע קינדער און זאג צו זיי, איך האב מחליט געווען צו געבן א פרישע עשרת הדברות פאר די אידישע קינדער: (ג) גיי און זאג פאר זיי אז די נייע געזעצן שטימען נישט מיטן שכל, אבער דאס זענען 'חוקים בלא טעם': (ד) איז יואל געגאנגען צו די אידישע קינדער און געזאגט צו זיי אלעס וואס דער אייבעשטער האט אים באפוילן: (ה) האבן די אידן געענפערט 'נעשה ונשמע', אלעס וואס דער רבי בעט וועלן מיר טון און הערן: (ו) און יואל האט צוריקגעקערט די ווערטער פון די אידן צו גא-ט, און עליונים ששו ותחתונים עלזו: (ז) דאס זענען די צען געבאטן וואס דער אייבערשטער האט איבערגעגעבן פאר די אידישע קינדער, אינעם מויל פון יואל און אנדערע זקני העדה:
[center]פרק ב'.[/center][center]נוהגין לקרות בטעם עליון, לשון כעס.[/center]
[center]דיבור א' - אנכי ה' אלקיך.[/center]
[justify](א) איך בין אייער גא-ט, און די גא-ט פון אברהם יצחק און יעקב, פון תנאים אמוראים און רבנן סבוראי: (ב) דער גא-ט פון גאונים ראשונים און אחרונים: (ג) דער גא-ט פון בעלי מחשבה און בעלי קבלה: (ד) דער גא-ט פון בעל שם טוב, און גא-ט פון אייער רבי: (ה) וואס איז דער שליח פון אייבערשטן צו נעמען קוויטלעך פונעם עולם, זאגן שאלעשידעס תורה, גיין מיט א זילבערנעם שטעקן, און טיילן שיריים: (ו) דינט דעם צדיק און גלייבט אין אים, און גלייבט נישט אין זיך זעלבסט:[/justify]
[center]דיבור ב' - לא יהי' לך אלהים אחרים.[/center]
[justify](ז) גלייבט נישט אין קיין אפגעטער וואס האבן נישט די ריכטיגע מסורה, פון ליטוואקעס ביז יעקעס, פון ספרדים ביז תימנים, פונעם עקידה ביזן רמב"ם: (ח) גלייבט נישט ח"ו אינעם ערגסטן אפגאט - דער בעל פעור, דער מדינה הציונות, ווייל בעסער זיך צו ביקן צו א צלם זיבעציג מאל ווי זיך צו לערנען איין ווארט פון זייער טריפה'נעם שפראך: (ט) דער וואס שרייט נישט קוק ימ"ש וועט פון גיהנום קיינמאל נישט ארויסגיין: (י) איך בין א פארכט-צימליכער גא-ט, און איך בין נוקם דער וואס לייקענט אין די צדיקים, ווייל זייער 'קפידא' טוט אייביג שאטן:[/justify]
[center]דיבור ג' - לא תשא את שם ה' לשוא.[/center]
[justify](יא) איך לאז נישט דערמאנען מיין נאמען אומזיסט, אויב איינער דערמאנט מיין נאמען - למשל דורך א תהלים'ל, מוז דאס זיין פאר געלט צו שטיצן די מוסדות הקדושים: (יב) אזוי אויך איז בעסער אפצולאזן דעם תהלים'ל אינגאנצן, און אנשטאטס דעם זאל מען זאגן פרשת המן דינסטאג בשלח, צינדן לעכט לע"נ ר' מענדלע רימנובער, זאגן אלקא דמאיר ענני, אריינלייגן א פרוטה אין קופת העיר, זאגן נשמת ביים כותל, אנטון א רינגל מיט איינגעקריצטע שמות, און זאגן פרק שירה פערציג טעג נאכאנאנד: (יג) ווען איינער פאר'עקשנ'ט זיך צו זאגן א פסוק תהלים, זאל דאס נישט זיין נארמאלערהייט, נאר אדער זאגן תמניא אפי, אדער תהלים החיד"א: (יד) אויב שוין יא דערמאנען א קאפיטל תהלים נארמאלערהייט, זאל דאס נישט זיין אומזיסט, זייט מוחל און זאגטס דאס בחצות הלילה, אדער געבט דאס געלט פארן תהלים כולל:[/justify]
[center]דיבור ד' - זכור את יום השבת לקדשו.[/center]
[justify](טו) ווי באקאנט זענען די אבותן געגאנגען מיט שטריימלעך מיט זשופיצעס. געדענקט צו גיין מיט שטריימלעך און האלט דאס "טייער": (טז) גייטס צו די טישן פרייטיג צו נאכטס, ווייל מצות עונה שטייט נישט אין די עשרת הדברות אבער 'טיש גיין' יא: (יז) אויב עטס ווילטס גיין צו א צדיק אמת זאלטס עטס וויסן די סימנים מובהקים: (יח) א זילבערנע בעקיטשע מיינט א צדיק, א גאלדערנע בעקיטשע מיין א גרויסע צדיק, א ווייסע בעקיטשע מיינט א הייליגער צדיק, און א בלויע בעקיטשע מיינט אן ענדע צדיק: (יט) די תורה וואס א רבי זאגט דארף מען נישט אויסהערן, ווייל דער עיקר איז צו 'זיין' ביים צדיק און נישט מער: (כ) און אויך וויבאלד דער רבי אליינס הערט עס אויך נישט אויס: (כא) ביי די סעודות געדענקטס צו לייגן א דגוש אויף עסן פיש מיט די הענט דוקא: (כב) ווער ס'עסט נישט קיין פערפל וועלן זיינע עבירות נישט פארפאלן ווערן, און ווער ס'עסט נישט קיין קוגל וועט אים דער קרעטשניפער נישט פארצייען דעם חילול שבת: (כג) מען מוז עסן אייער מיט צוויבל, ווייל אן צוויבל גייט ער צו די קליפות - אזויווי די רבי'ס האבן מעיד געווען: (כד) שאלעשידעס עסן איז א גרויסע מצוה - ספעציעל נאך א טשולנט פון קישקע/מארך/ושאר מרעין בישין: (כה) הערטס שאלעשידעס תורה ובפרט אין שובבי"ם, מתקן צו זיין חטאת זקנים:[/justify]
[center]דיבור ה' - כבד את אביך ואת אמך.[/center]
[justify](כו) גיבטס אפ כבוד פאר אייער עלטערן, וואס וועלן זיך שעמען אויב דו ווערסט נמאס פון 'סאסייעטי': (כז) דערפאר זאלסטו אייביג טון וואס איז אין נארמע, אין די אויגן פון קליינקעפיגע שלעכטגייציגע מענטשן: (כח) פאר נישט מיט קיין בייק איינמאל דו האסט בר מצוה, וכל המחמיר תבוא עליו ברכה: (כט) דיין ווייב טאר נישט דרייוון קיין קאר, און אויב יא האסטו נישט קיין מוסד פאר דיינע קינדערלעך: (ל) גיי מיטן טלית קטן אויפן העמד, און ס'זאל זיין וואלענע ציצית דווקא, שעם דיך נישט אז דו ביזט א שוטה: (לא) שטיצן די בארד אז אן עוון בל יכופר, באלד ווי א פרוי וואס גייט מיט אייגענע האר אדער מיט ביי-האר: (לב) אבער אויב איינער פון די עלטערן טראכט אינדרויסן פונעם באקס און איז געקומען לידי גט, איז הותר דמו בטל כבודו, און מ'טאר אים נישט מכבד זיין אדער אפילו ליב האבן:[/justify]
[center]דיבור ו' - לא תרצח.[/center]
[justify](לג) הרג'עטס נישט קיין איראנער, נאר קישט זיי און האלזט זיי, ווילאנג מיר זענען נאך אין גלות: (לד) הרג'עטס נאר ענקערע ברודער וואס גייען נישט אין שפאן, על דרך הסלולה הברורה והמסורה: (לה) הרג'עטס אויך די וואס גייען צום 'ברודער', ובפרט שמיני עצרת ווען מ'ווארפט אוועק די אלטע תורה: (לו) הרג'עטס אבער נישט קיין פארגוואלטיגער און שמוציאנען, זיי זענען אומשולדיג ווייל זיי זענען קרבנות פון זייערע מלמדים: (לז) א ציוני איז א מצוה צו באווארפן מיט שטיינער שיש בהם כדי להמית, און א ציוניסטישע מיידל דארף מען אנשפייען און אנשרייען פרוצה:[/justify]
[center]דיבור ז' - לא תנאף.[/center]
[justify](לח) מען טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אינדערהיים, דער עצם אינטערנעט איז יחוד מיט זונות: (לט) די פרוי מוז גיין מיט א סינטעטישע שייטל, און אייגענע האר איז פון די שלש חמורי"ם: (מ) א פרוי טאר נישט גיין מיט שמאלע, געפאסטע, רעש'יגע, דורכזיכטיגע, קורצע, אויפרייסערישע, שיינע קליידער, מ'מעג נאר גיין מיט ברוין אדער שווארץ: (מא) ווער עס חזיר'ט מיט יונגלעך איז נישט קיין נואף, אבער ווער ס'גייט א לאנגע שייטל איז א נואפת: (מב) א בחור'ל מיט שיינע גלעזער אדער גלאנציגע פיאות, איז בלתי שום ספק עובר אויף דאס 'ארגסטע': (מג) ס'איז אויך כדאי נישט צו רעדן מיט א שוויגער נארמאל, ווייל מאנכע רבי'ס באקומען הרהורים:[/justify]
[center]דיבור ח' - לא תגנוב.[/center]
[justify](מד) כולל יונגעלייט טארן נישט גנב'ענען, אבער גבירים וואס די רבי'ס זענען מכבד מעגן בא'גנב'ענען א האלבע שטאט: (מה) פון די אמעריקאנע רעגירונג מעג מען גנב'ענען, און פון די איזרעאל'ישע רעגירונג איז א 'מצוה' צו גנב'ענען [-לדעת סאטמאר הגירסא: טאר מען נישט נהנה זיין, משולחן איזבל]: (מו) די הייליגע מוסדות מעגן רויבן סיי פון די שטאט און סיי פון ענקער טאש' און סיי מאכן אומשולדיגע מלוה מלכה'ס: (מז) עס איז א מצוה צו גנב'ענען קינדער פון עלטערנ'ס שויס, אויב זיי גייען נישט אינגאנצן אין שפאן: (מח) דיינים וואס נעמען נישט קיין שוחד, מעגן 'נעמען' וויפיל זיי ווילן פון וועמען זיי ווילן פאר שכר בטילה:[/justify]
[center]דיבור ט' - לא תענה ברעך עד שקר.[/center]
[justify](מט) מען טאר נישט רעדן שלעכטס אויף איינער וואס גלייבט שטארק אינעם רבי'ן: (נ) ווער עס רעדט אויפן רב'ין אפילו נאר במחשבה, וועט ער קיינמאל נישט זען פני משיח: (נא) אבער אויפן צד שכנגד איז א מצוה צו רעדן שקרים, ווייל זיי זענען נישט בכלל 'רעך': (נב) מען מעג בארעדן א בחור וואס האלט נישט ביים לערנען, אז ער טוט כל דבר אסור: (נג) שקר איז נאר אסור אין בית דין, דערפאר קען מען זיך פטר'ן דורך גיין אין ערכאות: (נד) א רבי זאגט קיינמאל נישט קיין ליגנט, און אלע חסיד'ישע מעשיות זענען אמת לאמיתה, און מ'דארף גלייבן אז 'ס'וואלט געקענט געשען': (נה) אויף ציונים, ליטאים, 'גייסטישע ספרד'ישע מנהיגים', און לינקע מעג מען מאלן וואסער, ווייל אויב די אמת וועט ארויפשווימען וועט נישט טויגן: (נו) אלעס וואס טעלער דערציילט איז אמת, און קייןן ליגנט איז פארהאן אין דער בלאט:[/justify]
[center]דיבור י' - לא תחמוד.[/center]
[justify](נז) מען טאר נישט גלוסטן צו קיין שטיקל סטעיק, ווייל דאס איז תאוות, מ'מעג נאר גלוסטן שלישקעס מיט קוגל: (נח) ווער עס גלוסט דעם רבי'נס קעדילעק, גבאים, טשערילייט, מיליאנען, ביל געיט'ס הויז, גאלדענע בעקיטשע, פוסטקייט, אדער קינדערישקייט, לא ינקה פון זיינע חסידים: (נט) אבער רבי'ס מעגן גלוסטן דיין פדיון און זיין ברודער'ס חסידים: (ס) מען טאר אפילו נישט גלוסטן צו פארשטיין גא-ט, ווייל דעמאלס וועסטו וועלן פארשטיין דיין רבי: (סא) גלייב מיט אמונה פשוטה אינעם צאדיק, אפילו ווען זיינע חסידים טוען לשמו כל דבר אסור: (סב) רבנים מעגן גלוסטן פרעמדע פרויען, כדי צו וויסן די פירצות הדור: (סג) מען טאר נישט גלוסטן ארויסצוקריכן פון די באקס - דערפאר איז 'קאווע שטיבל' טריף, און ליינען דעם אשכול איז דער אבי אבות רח"ל:[/justify]
[center]וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים ואת וויליאמסבורג עשן,
וירא כל העם וינועו ויעמדו...[/center]
[center]מ---ר---ח---ו---ק.[/center]
דערפאר, [tag]הוגה[/tag]'לע טייערע, לכבודך האב איך צאמגעשטעלט דעם גאנצן שטיקל, "ספעציעלע סערוויס"!הוגה האט געשריבן:Wow!! דאס איז אן ערשט קלאסיגע 'שבת בלעטל' ארטיקל.