רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט ווערן

קאווע שטיבל איז די פאסיג ארט אויס צו געבן אונזערע פראבלעמען וואס דריקען אונז פון טיפעניש פון הארץ, ס׳דא וואס נעמען עס אן פאר אויף געקלערט, כפירה וכדומה, אבער איך זאג אייך די אמת רוב פראבלעמען פון וואס מיר רעדן דא האט שוין געדריקט פאר אונזערע עלטערן, נאר זיי האבן נישט געהאט קיין סאושל מידיע אדער קאווע שטיבל אז סזאל קענען ווערן ארויס געברענגט.
ברוך השם מיר האבן יא קאווע שטיבל במילא איז א חיוב אויף אונז ארויס צו ברענגען אונזער וויי געשריי, אזוי אז אפילו מיר וועלן זיך אפשר נישט טוישן אבער אונזערע קינדער ווען זיי וועלן באשליסן זיך צו טוישן זאלן וויסן אז זיי טוען די אויסגעהאלטענע זאך, סהאט שוין געדריקט פאר דעם פאריגן דור, ויש על מי לסמוך.
ליידער איז געווארן איינגעפירט א מנהג אז העכער די בר מצוה מוז יעדער גיין מיט רבינו תם מכנסים, ווען סוואלט ווען געוועהן געמאכט פון א פיינע דינע Soft סחורה החרשתי, אבער ליידער מאכט מען עס פון א הארטע, אום פיינע, נישט געשמאקע סחורה, סאיז עפעס א מין סחורה וואס איז זיכער נישט געמאכט פאר א מענטשליכער מין אנצוטאהן אויף זיין זעהל, מ׳קען אפיר זוכן יעדער סארט אונטערוועש וואס איז נאר דא אויפן מארקעט, קיין איינס דערפון איז נישט פון די סארט הארטער סחורה, סאיז א פשוטער זאך אז די סארט וועש קומט פון א פיינערע סחורה, און די גוישער וועלט וואלט אזא סארט נישט געהאט קיין איין קאסטעמער, די סחורה קומט אפשר פאר טישטעכער.
איך בין זיכער אז דער איינפיר פון אנטאהן די הארטע אומענטשליכער מעשה, איז מצער רוב יודן וואס טראגן דאס נישט בלויז אויף א טעגליכער פארנעם נאר אויף א מינוט׳ליכער פארנעם, דער עולם דרייט זיך ארום פארשוויצט, סאיז נישט דא וואס סזאל איינזאפן די שווייס ווייל כאמור איז אט דער סארט בגד נישט געאייגענט דערפאר, דער עולם ציט זיך די הויזן מיט די פאסיג, טייל קענען נישט באשליסן צו פאסיגעס אדער הויזן טראגער איז בעסער צו האלטן די הויזן אויך העכסטן שטאפל ארויף, נאך יעדער דריי מינוט וואקן מוז מען געבן א צי די אונטערשטע פון די הויזן אויף ארויף, איך רעד שוין נישט פון די זומער טעג ווען יעדער וואקט מיט א קנייטש, מיט א שופשוף, טרייענדיג אריינצוכאפן וואס מער פון די הויזן צווישן די פיס, העלפן העלפט עס א מכה, מ׳קען זעהן די אלטע יודן וואס און זייערע צייטן האבן נאך די היימישע קלאדינג סטארס נישט איינגענומען די הויזן פון אינטען זיי גייען מיט די הויזן ביז די האלטז, אזאש אז זיי קענען זיך חלילה דערווערגן....
א קיצור טויזענטער יודן זענען זיך מצטער יעדער מינוט, כמעט קיינער טראכט נישט אז סאיז קיין איסור אנצוטאהן עפעס אנדערשט, שטייט נישט און שולחן ערוך אז ממוז אנטוהן רבינו טעם׳ס, (אפילו די רבינו תם אליינס איז נישט געגאנגען דערמיט, און זיכער נישט די ר״י אדער רש״י) סאיז מותר לכל הדיעות - און לכאורה אפילו א שטיקעל חיוב צו טוישן אויף עפעס אנדערשט, סיי משום בעל תשקצו, סאיז א גרויל צו זעהן ווי יעדער היימישער יוד שלעפט זיך פון אונטען, סאיז זייער נישט קיין שיינע זאך צו טאהן, ווי אויך א פשוטער חילול השם עס צו טוהן לעבן א נישט יודישער, ווי אויך איז עס פשוט נישט קיין צניעות, פינטעל, סאיז נישט קיין צניעות נישט שיין זיך שלעפן די הויזן, פוי....
איך ווייס נישט ווען סהאט איינגעפירט אט די שיגעון פון וואס רוב פון אונז האט אויסצושטיין ליידער, אבער דאס איז קלאר אז סאיז צייט פאר א טויש.
פארוואס דער וואס האט עס געמאכט האט אויסגעוועלט דייקא די סחורה, איז א מיסטערי, איך גלייב אז די גרעסטע פארשער און די וועלט וועלן דאס נישט קענען פותר זיין, סמוז זיין אדער אז דאס איז די ביליגסטע סחורה אויפן מארקעט, אדער אז ער האט גענומען א טישטוך און געמאכט דערפון גאטשעס און זייט דעמאלטס איז עס ביי דעם געבליבן.
תישבי יתרץ....

Re: רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט וו
איך האב טאקע נישט אויסגעהאלטען צו גיין מיט די רבינו תם'ס און כ'האב געטוישט צו באקסערס. כ'האב אויך געמוזט אויפהערן צו גיין אין מקוה. ווייל ווי משוגע דאס סאונדט גייט מען רבינו תם'ס נאר ווייל מ'האט מורא וואס יענער גייט זאגן ווען ער זעהט זיין גאטשעס אין מקוה!!
נישט צו גלייבן וואסערע משוגענע וועלט דאס איז

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- אויסגערוט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 206
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט וו
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב טאקע נישט אויסגעהאלטען צו גיין מיט די רבינו תם'ס און כ'האב געטוישט צו באקסערס. כ'האב אויך געמוזט אויפהערן צו גיין אין מקוה. ווייל ווי משוגע דאס סאונדט גייט מען רבינו תם'ס נאר ווייל מ'האט מורא וואס יענער גייט זאגן ווען ער זעהט זיין גאטשעס אין מקוה!!
נישט צו גלייבן וואסערע משוגענע וועלט דאס איז
גם אני מצטרף להנ"ל און ס'איז בדוק ומנוסה אז ס'איז באקוועמער און מער מענטשליך. לגבי אויפהערן גיין אין מקוה האביך אלס איסטנית
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט וו
מיט דער צודרייטקייט פון טראגן ספעשיל גאטשעס אז דער מנוול אין מקוה וואס איז ביזי קוקן אויף יעדענ'ס גאטשעס ומה שנמצא לפנים זאל זיין העפפי, בין איך מסכים .
אבער ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט אז דער עולם ווייסט נישט אז ס'איז דא א קאמפעני - כ'מיין ס'שטאמט פון ישראל - וואס מאכט דעי זעלבע לאנגע ר"ת פון א ווייכע געשמאקע סחורה אזויווי די אונטער-העמדער. איך טראג עס שוין זינט מ'האט עס אנגעהויבן פארקויפן דא, ס'איז א נחת.
כ'געדענק נישט יעצט דער נאמען אבער באלד קען איך גיין קוקן.
מ'פארקויפט עס אין אלע געשעפטן.

סענט פראם מיי קאושער פאון...
- אויסגערוט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 206
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט וו
איך האב דעס אויכעט געטרייט און ס'איז אויך נישט באקוועם. דער סחורה איז נישט דער איינציגער פראבלעם, דער גאנצער געדאנק פון גאטשעס ארוכים איז אומבאקוועם וכמו שנתבאר למעלה
די מציאות אין אינזער היימישער קאמיוניטי איז אז מיר זענען דייעגנאזט ליידער מיט די "יענע" מעשה .. מיר טוען צענדליגער זאכן מידי יום ביומו אלטץ פאר יענער יענער יענער... בין לטב ובין לרע (איך מיין נישט טוב ורע באט יאו גאט דע פוינט ..)
אינטערעסאנט איז נאר אז לגבי פעולות וואס מיר טוען גענויגט צום פרומען זייט יאווען זיך תגובות ואשכולות ווי שוואמען נאך א רעגן .. ווידעראום פארקערט ווען מיר לעבן פארן שכן מיט מאדנע וואדי עלען ברילן (וואס פון די גלעזער פלעגן אינז אלע חוזק מאכן . הע .. קעצעלע גלעזער .. שווארץ קוקער'ס ...) הערט מען נישט קיין פיפס פון די (פארשטענדליכע ...) אידן ,
גראדע איך גיי מיט ביידע סארט ( נו , גילוי !! ) איך פאר מיר זע נישט די חילוק !

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:56 pm
- האט שוין געלייקט: 111 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
Re: רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט וו
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס עס שטערט מיר בכלל נישט?
א איד האט געשריבן:ניין מיר שטערט עס אויך נישט
+3
אויסגעלאפן פין זאכן זיך אפצירעדן?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:56 pm
- האט שוין געלייקט: 111 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
Re: רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט וו
געוואלדיג האט געשריבן:די סחורה פארשטיי איך נישט און עס שטערט מיר נישט, אבער די אריכות און ברייטקייט איז כדי שלא יראה ערוותך עליו וד"ל.
אלס דעם פעלט נישט אויס ר"ת, רש"י איז גענוג גיט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב טאקע נישט אויסגעהאלטען צו גיין מיט די רבינו תם'ס און כ'האב געטוישט צו באקסערס. כ'האב אויך געמוזט אויפהערן צו גיין אין מקוה. ווייל ווי משוגע דאס סאונדט גייט מען רבינו תם'ס נאר ווייל מ'האט מורא וואס יענער גייט זאגן ווען ער זעהט זיין גאטשעס אין מקוה!!
נישט צו גלייבן וואסערע משוגענע וועלט דאס איז
ווער איז משוגע, דער וואס גייט מיט רבינו תם'ס ווייל ער וויל גיין אין מקווה און ער שעמט זיך? צי דער וואס גייט נישט אין מקווה ווייל ער וויל גיין מיט באקסערס און ער שעמט זיך?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.