יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

היינט פאלט אויס דער יו"ט 'חג העצמאות' - ה' אייר, וואס דער רבנות הראשית האט קובע געווען אלס יום משתה ושמחה, מיט זאגן הלל, וכן נוהגין רבבות אלפי ישראל בארצינו הקדושה - מדינת ישראל.
עהההההההה, זייער א שוואכע אנהייב.
אלזא, לאמיר גיין צום נקודה:
'נער הייתי' - א יונגע נאר בין איך געווען, גלייבנדיג היבש וואס סאטמאר האט פארקויפט, גלייבנדיג אז די באשעפער האט נישט וואס צו טון ווי צו קלאגן אויף די 'מרידה' פון אפאר פארריקטע פרייע אדער גאר צובראכענע שארבנס נאך קריג, וואס האבן זיך געוואלט דערקוויקן מיט אן אייגענעם מדינה.
וואס? 'דערקוויקן'? זיי האבן פשוט מער נישט געוואלט 'שטארבן על קידוש השם' אזויווי ביז די התייסדות המדינה. אבער שוין ווייטער פארקריך איך פון די נקודה.
'גם זקנתי' - אין זקן אלא מי שקנה חכמה, און אז מ'קריכט ארויס פונעם סאטמארן נארע [ב"ה איך בין קיינמאל נישט געווען] - איז מען שוין א חכם, ווייל ס'שטייט שוין אין קדמונים אז: 'אין השיטה הק' בוער אלא בלב הפנוי מן החכמה'. אלענפאלס, דאס ביסל השפעה וואס סאטמאר האט געהאט אויפן אמעריקאנעם אידנטום איז שוין אויך אונטערגעגאנגען, און האקן אויף ציונות איז Out of style, ס'איז געבליבן א נחלת הצימערמאנים ופיליפאנים.
'ולא ראיתי צדיק נעזב' - כ'זע נישט אז מ'זאל שוין צורו לאזן דעם סאטמארן רב. כ'מיין כ'פארשטיי אז ער האט געקענט - און געמעגט - האבן עקסטרעמע שיטות, פונקט ווי ער האט געקענט - און געמעגט - האבן א טעות אין זיינע שיטות [וואס זאל איך טון אז ס'מיר מער ניחא צו זאגן אז ער האט געמאכט א טעות, ווי איידער צו זאגן אז אלע אנדערע האבן געמאכט א טעות]. אבער צו וואס צימבלען דעם רבי'ן? צו וואס לייגן דעם ויואל משה אמת צו שאנד און צו שפאט? צו וואס נעמען זיין גרעסטע טעות, און זיך איינ'עקשנ'ען אז דאס - און נאר דאס - איז געווען מפעל חייו?! לאזט אים שוין לעבן אין רוה! לאז די וועלט פארן ווייטער!
האט איינער אמאל געזען א חסיד פון א צווייטן רבי'ן רעדן כל ימי חייו פון זיין רבי זצ"ל'ס עסקנות וואס איז שוין נישט נוגע? מ'רעדט פון צדקות, עבודת ה', חסד פאר א צווייטן, כח התורה, מידות נשגבות, צו קפידות מיט מופתים..., אבער צו רעדן 80% פון קנאות וואס געבט נישט צו צום דערהאבן בילד און פילפארביגקייט פון סאטמארער רב, איז אבסורד! ס'גרעניצט זיך זאגאר מיט רשעות, צו נעמען א איד וואס האט געקאנט לערנען, געדאוונט אש להבה, געווען א שארפזיניגע מח און נאך שארפערע צינגל, איינער וואס האט באשיינפערליך מחזק און מעודד געווען אן א שיעור מענטשן נאכן קריג, וכו' וכו', אויף אים גייען זיינע חסידים נאר פארקויפן זיין שוואכקייט אלס יסוד היסודות ועיקר העיקרים פון זיין לעבן???!!!
בין איך געקומען צום החלטה, אז ס'מוז זיין אז די סיבה איז ווייל:
וזרעו מבקש לחם - נאר פון דעם האט סאטמאר א כח הישרדות. נאר צוליב דעם מדינה הטמאה. נאר וויבאלד דער באשעפער האט נאך איבערגעלאזט ברוב רחמיו וחסדיו אפאר ציונים אויפן וועלט, קען סאטמאר נאך האבן א תירוץ פארוואס צו האבן א קיום. שטעלטס ענק פאר משיח קומט מארגן. וויזשניץ גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'שבת קודש'. גור גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'קדושה'. באבוב גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'נגינה'... חב"ד גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'חסידות'. און אזוי מיט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס קענען זיך באהאלטן אונטערן גרויסן פארטוך וואס רופט זיך תורת החסידות [איין גאט ווייסט וואס דאס באדייט...].
אבער סאטמאר, למען ה', סאטמאר גייט גיין ב-א-נ-ק-ר-א-ט-!!! זיי - וואס זענען דאך מודה אז נשתכחה תורת הבעל שם טוב - וואס פארקויפן יעצט נאר קנאות קעגן די קליפה הארורה של הציונות, זיי וועלן פשוט נישט האבן קיין ציל ברעט וואס זאל נאך בארעכטיגן זייער עקזיסטענץ. דערפאר, טוט סאטמאר ארויסהייבן כסדר דער נקודת הקנאות פון סאטמארער רב, וויבאלד נאר דאס איז דער בארעכטיגונג פאר די מציאות התקיימות החסידות הלז.
נו, ממילא טייערע ברודערלעך, טעלע"רלעך און פילי"פינען, היינט ביום המר והנמהר ה' אייר הידוע לשמצה, הערט אויף צו וויינען און קלאגן, און גענוג געווען מיט די תעניתים און אראפגעלאזטע נעזער. פרייטס ענק טייערע פריינד, מיט דעם יום הנבחר, און לויבטס און דאנקטס דעם באשעפער וואס שטעלט צו קעפלעך יעדע וואך אין די אידיש"ע-שונד-בלעטע"ר, דורכן לאזן די מדינה הטמאה אנגיין, אפילו ווען דער רבי ניבא - וידע מה ניבא - זאגנדיג אז די מדינה וועט נישט האבן קיין קיום פאר קיין יובל יארן, והדברים ידועים ואסור להעתיק בספרו של געלבמאן אזאנע דברי קפירע. און זייטס ווייטער מתפלל לשלומה של מלכות פון די פרייע יונגען, וואס ווילאנג זיי האבן שליטה אין ארץ ישראל קען מען ב"ה מוחה זיין מיט גאר געלונגענע נטרונא רעקלאמעס וואס שוידערן אויף יעדן רעכטדענקנדן מענטש וכו', און סאטמאר קען ווייטער אנגיין.
אסיים מעין הפתיחה: צוויי קרייזן געדענקן נאך אז דער טאג 'ה' אייר' צייכנט אפ דעם התייסדות המדינה: די מזרח'יסטן, און די סאטמערע. אלע אנדערע אינטרעסירט דאס נישט. יעצט זעען מיר אז כאטש די מקור פון זיי צוויי שטאמט פון פארקערטע שטרעמונגען, זענען זיי ביידע יעצט גלייך מיט זייער אגענדע: די מדינה זאל ווייטער אנגיין, פאר יעדע פרייז אין די וועלט!...
און יעצט, ווען מ'שלעפט שוין אוועק די מייק, און מ'גרייט זיך שוין מיך אנצוהאקן די ביינער, בין איך שנעל מוסר ומודעה: כ'האב גארנישט געמיינט, ס'איז אלעס נאר ליצונותא דע"ז פון ה' אייר, און 'ויואל משה אמת ותורתו אמת'!
לחיים, לחיים!...
גילוי דעת: דער ארטיקל, 3 אזייגער ביינאכט, נאכן שלאפן די לעצטע 100 שעה ווייניגער פון 15, איז מעגליך געשריבן געווארן צו שארף און אומפאסיג, און אפשר פארקערט... אבער ביטע נעמען אין קענטעניס.

צו הערשט א פרייליכען יו"ט לא היו יו"ט לישראל כה' אייר וכיום כו"אב שע"י שניהם היה לישראל הכח להתקיים בגלותם, והם שעמדו לאבותינו ולנו צו בלייבען אויפן יידישען וועג, אלזא היינט איז טאקע א פרייכליכען דערהויבענע טאג פאר אונז אלע ואי לאו האי יומא כמה יואל'יס איכא בשוקא
ועל זה כבר אמרו יודעי דבר ש'עיצומו' של יום מכפר.
מדערציילט אז א מזרחיסט איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד אין יו"ט פון חג העצמאות נאכען זיך טויבלען לכבוד היום, אין געזיכט א ספר זיך דערקוויקען ס'הארץ אין אזוי אריינגיין אין די עניינים און באקומען די השפעות פונעם יום הבהיר, דער מזרחיסט זוכט א ספר זאל רעדען פונעם יו"ט אין טרעפט נישט, ג'עטער איינער א פרעג צו ער ווייסט א ספר וואס זאל רעדען פון דעם יו"ט, זאגט מען עם אז די איינציגע ספר וואס רעדט ארום דעם יו"ט איז נאר 'ויואל משה'....
אי לאו האי יומא וואלט זיך שוין דריי פערטעל פון די געבליבענע יידישען פאלק שוין לאנג נישט געבליבען קיין איד'ן אזוי ווייסט מען כאטש אז אונזער פאלק עקזעסטירט אין אונזער פאלק האט א לאנד וואס איז הייליג ביי יעדען אידישע הארץ וואס איז זיך משתוקק לציון עיר הקודש.
לחיים לחיים!
עלינו לשבח לאדון הכל אז שלא שם חלקינו כהסיקריקים והנטורים השפילים שונאי המדינה וגורלינו ככל המונם שהם משתחוים לאחמדינג'אד וערעפאת, המה כרעו ונפלו און אונז וועלען בקרוב זעהן אלע אראבער אין שונאי ישראל אין ים אריין אין די אתחלתא דגאולה פון אויפשטעלען די מדינה זאל ממשיך זיין די גאולה השלימה בקרוב אין די אלע וואס פאסטען מארגען אין זאגען קינות אין זיך נוהג באבילות אויף דעם אז די שכינה הקדושה גייט שוין ארויס פון גלות קענען בלייבען אין זייער שיינע פאלאצען אין מאנארא והגללים אין באקרוינען הרב [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אין אחמדינג'אד פאר זייער משיח שקר, זיי אינטרעסירען קיינעם נישט אויזער מוחמד.

אלערט פאר די יוצאי אונגערען והגללים חסידי סאטא-מארא, לרגל יום המר והנמהר ה' אייר, אין מניחים התפילין(לאלו הנוהגים להניח) בבוקר אלא בשעת המנחה כמו בתשעה באב ויה"ר שבקרוב נזכה לראות בחורבן המדינה של גיהנום הטמיאה ותהא לשריפת אש, ובקרוב נזכה לראות מדינת פאלאסטיין המפוארה בבניינה ע"י אחינו היקרים הערביים בני ישמעאל המסולאים חסידי מוחמד הנביא ונאמר בפה מלא שירה הקריאה הקדושה: אללה הוא אכבר.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
שמעקע, דיין תגובה שמעקט פון סיקריקישקייט אויפן העכסטען גראד,
בדו"ו, אויב וועסטו מיר קענען אויפקלערען דיין השכמת הפוקר אזוי פרי היינט אין די צייט וואס מלייגט תפילין נאר פארנאכט'ס אין מ'פאסט לכל הפחות ביז נאך חצות, אדער לכל הפחות ביז נאכ'ן שריפת הדגל הטמא חוץ אויב ס'קען זיין אז די פאסט נישט היינט אבער כ'ויל נישט זיין קיין חושד בכשרים אויף אזא ביטערע עבירה פון נישט פאסטען אין די יומא דצומא רבא.
על כל פנים כ'וינטש דיר אפרייליכען יום טוב והמקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי קרתא דישמעאל ו....... שוין כ'ויל נישט ממשיך זיין וואס כ'האב צו זאגען.
אבער אז די וועסט נאך אמאל כאפן א בליק אויף מיין חתימה וועסטו שוין אליין פארשטיין וואס כ'ויל ממשיך זיין אין אגב שמוסענדיג פון מיין פריערדיגע חתימה איז גוט אז די געדענקסט כ'זעה האסט גוט צוגעטראפען כ'האב דיר אויך אינזינען גיהאט בשעתו:

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אתא קלילא האט געשריבן:שמעקע, אויב וועסטו מיר קענען אויפקלערען דיין השכמת הפוקר אזוי פרי היינט אין די צייט וואס מלייגט תפילין נאר פארנאכט'ס אין מ'פאסט לכל הפחות ביז נאך חצות, אדער לכל הפחות ביז נאכ'ן שריפת הדגל הטמא חוץ אויב ס'קען זיין אז די פאסט נישט היינט אבער כ'ויל נישט זיין קיין חושד בכשרים אויף אזא ביטערע עבירה פון נישט פאסטען אין די יומא דצומא רבא..
טאקע וועגן דעם, כ'בין אויפגעשטאנען פרי צו טרינקען א קאווע בעפאר איך פאסט איין..
וירח ה' את ריח הניחוח
סדר אמירת ההלל ליום חגינו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?
ס'שאלה בכלל, מזאגט הלל השלם מיט רצה יעלה ויבוא אין על הנסים בנשימה אחת.
דער חילוק צווישען אונז און די סיקריקים איז נאר אז אונז עסן נישט פאר קידוש אין זיי עסן נישט פאר די מצוות שריפת הדגל הטמא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
כ'האב שוין געזען חסידים וואס יעדע צווייטע ווארט דערמאנען זייער רבין, און יא כ'האב שוין אויך געזעהן חסידים תמומי לב וואס כאפן נישט און אנשטאט רעדן פון זייער רבינ'ס פילע אמת'ע מעלות, מיינען זיי נעבעך אז אויך זיינע חסרונות זענען מעלות פון וואס מען דארף רעדן און זיך אפלערנען.
כ'האב שוין אויך געזעהן חסידים שוטים ובורים וחולי רוח, וואס האבן גארנישט וואס צו פארקויפן עפעס פאזעטיוו פון זייער אייגענעם רבי, נאר אנשטאט וועלן זיי זיין ביזי יומם ולילה צו גיסן פעך און שוועבל אויף זייער רבינ'ס בר פלוגתא, שוין נעבעך וואס קען מען טוהן.
אבער דאס האב איך נאכנישט געזעהן, אז א קלוגער פארשטענדליכער אינגערמאן, א אנגעליינטער ידען און וויסענשאפטליכער, זאל ווידמען יעדע דריטע תגובה זיינע, אקעגן איין געוויסן רבינ'ס חסרונות, אזאנס האב איך נאכנישט געזעהן.

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
אחד העם האט געשריבן:.
אויב דער יונגער ארטיסט איז נישט דא געווען ווען די ארט איז געווען יונג אין די אויגן פון אלטע. זאל ער אוועקווארפן די בראש?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
אדנירם האט געשריבן:בין איך געקומען צום החלטה, אז ס'מוז זיין אז די סיבה איז ווייל:
וזרעו מבקש לחם - נאר פון דעם האט סאטמאר א כח הישרדות. נאר צוליב דעם מדינה הטמאה. נאר וויבאלד דער באשעפער האט נאך איבערגעלאזט ברוב רחמיו וחסדיו אפאר ציונים אויפן וועלט, קען סאטמאר נאך האבן א תירוץ פארוואס צו האבן א קיום. שטעלטס ענק פאר משיח קומט מארגן. וויזשניץ גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'שבת קודש'. גור גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'קדושה'. באבוב גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'נגינה'... חב"ד גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'חסידות'. און אזוי מיט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס קענען זיך באהאלטן אונטערן גרויסן פארטוך וואס רופט זיך תורת החסידות [איין גאט ווייסט וואס דאס באדייט...].
צו דארפן בוחר זיין רע במיעטו איז סאטמאר פון די ליבעראלסטע קלאבס פאר חסידים זיך צו צושטעלן צו קאפריזן און מוח וואשערייען, א גרויס חלק סאטמאר איז שוין בעצם בכלל נישט פארנומען מיט קנאות בעת אין די אנדערע קלאבס פייניגט מען די אינטערטאנען צו גלייבן אז איר פירער פליעט אין הויעכע ספערן.
די אלע דינאמיקס וואס דו האסט ארויסגעהויבן ביי א יעדן איז לגמרי נישט דאס וואס קלעבט צוזאם די פארטיי, איגנארענץ, פונדאמענטאליזם געמישט מיט אביסעלע סאציאלאגיע און רעסיפראציטיע, איז וואס האלט צוזאמען דעם מאדנעם קלעבאכץ וואס רופט זיך "א חסידישע הויף", און מיט דעם זענען זיי אלע מער ווייניגער גלייך, און סאטמאר איז בעצם אויבן אויף די ליסטע וואס פארלאנגט די ווייניגסטע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל