ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קנאות מיינט עקסטרעם
א נייע זאך, אפשר זאגט איר אינז פין ווי די נעמסט עס?
ראש הישיבה האט געשריבן:איך האב געפרעגט א סקווערע. ער איז נישט קיין גלויביגער. וואס איז פשט אין די ווערטער מגדולי מקדשי השם? האט ער מיר געזאגט אז מען מיינט זיין התנהגות אין די תפיסה. ווי ער איז מקדש שם שמים ער האלט זיך שטארק אידיש און זיצט און לערנט דארט וכדומה. מען האט בכלל נישט אינזין געהאט זיין ערשטע מצוה פון שריפה.
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מנשה כהאב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס די האלסט זיך פאר א לץ, פאר א בדחן.
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אדם מיינט מען דעם צדיק, און טאמער איז ער צעפרידן פון מיר, דארף איך גארנישט מער.
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מנשה כהאב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס די האלסט זיך פאר א לץ, פאר א בדחן.
איך וואלט מיך קיינמאל נישט געהאלטן פאר א לץ און פאר קיין בדחן, אויב נישט ענק וואס שטיצן מיר..
הערט אויף צו לאכן אויף מיינע שטיק!
און ערנסט גערעדט, בין איך א גלייביגע יוד ברמ''ח ושס''ה, כאטש איך טוה נישט אלעס וואס כ'וואלט געדארפט טון צודעם, אבער די אלע לאכערייקעס זענען פשוט א סייד דזשאב, נישט מיין לעבנס ציל, מיין לעבענס ציל איז 'למצוא חן בעיני אלוקים ואדם - אדם מיינט מען דעם צדיק, און טאמער איז ער צעפרידן פון מיר, דארף איך גארנישט מער.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מדינה און א סאסייעט"י מוז האבען געזעצען. מ'קען נישט צולאזען אז א טינעידזשע"ר זאל זיך קענען צו היצען און מיינען ער וועט זיך קענען באהאלטען נאך דעם. אזוי ווי אלע עונשים, דאס איז למען ישמעו ויראו.
כ'האב מיך אלס געוואונדערט ווער די שוטרי בני ישראל אין מצרים זענען געווען .......ווען ער וואלט עפעס חרטה געהאט, וואלט איך אפשר אביסל רחמנות געהאט. אבער אויב מנהש איז גערעכט און ער האלט נאך ביי זיינס, האב איך טאקע נישט קיין רחמנות. ער איז געבוירען א מענטש און ער מעג נאך האבען אביסל אויגען אין קאפ צו לערנען פון זין איבערלעבענישען וויאזוי די וועלט דרייט זיך.
גאנצל האט געשריבן:צוויי זאכן איז קלאר איינס אז א בחור וועט מער אזעלכע זאכן נישט טון און אז סקווירא איז פטור געווארן פון אזעלכע הר' חיים אהרן ראטענבערגס וואס האט פראבירט -מיט א ווידיאוי געכאפט דורך זיין שותף דער צווייטער פארזארגער פון כלל ישראל יוסף וואלדמאן- זיך אהער צו שטעלן ווי גאר א נארמאלער אומשולדיער גוטער פערזאן קיין איינער איז נאר נישט איבערגענומען געווארן פון זיין פאלשע געמויזעכץ חוץ דער איבערגעקלוגטער טיפער ארייןטראכטער און בלויז אמת זעיער ליטוואק
גאנצל האט געשריבן:סקווירא איז פטור געווארן פון אזעלכע הר' חארא ראטענבערגס וואס האט פראבירט -מיט א ווידיאוי געכאפט דורך זיין שותף דער צווייטער פארזארגער פון כלל ישראל יוסף וואלדמאן- זיך אהער צו שטעלן ווי גאר א נארמאלער אומשולדיער גוטער פערזאן קיין איינער איז נאר נישט איבערגענומען געווארן פון זיין פאלשע געמויזעכץ חוץ דער איבערגעקלוגטער טיפער ארייןטראכטער און בלויז אמת זעיער ליטוואק