די שטאט געהערט נישט צו דיר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

די שטאט געהערט נישט צו דיר

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אין א דערנעבעדגיע אשכול וואס כבאב יעצא אריין געבאמפט זעה איך ווי די עולם שעלט אוועק היתכן ממאכט פון מאנסי א געהעריגע שטאט, סנישט די ערשטע מאל כזעה אזא מין נושא דא אין ק"ש אין כהאב שוין כמה פעמים געהערט פון ידידים וואס רעדן זיך אפ אז מאנסי איז שוין נישט וואס סאיז געווען וגו'
כוויל דא אראפ ברענגן א שטיקעל וואס ר' לייבעלע האט שיין געשריבען היינט

לייבעלע האט געשריבן:הערטס אבער טייער אידען, וואלאמרט טאקע נישט, אבער די פארקינג גייט אוועקימען פון דארט, מען פלאנירט אויפצושטעלען דארטען א ריזיגע דעוועלאפמענט פון ארום ~850 דירות!!!!!!!!! רייבט דיך דיינע אויגען? איך אויך, דער גאנצע פראפערטי איז כלל נישט צי גרויס נאר מען וועט ארויפציהען הויכע שטאקען, ס'טייטש מען מוז דאך צישטעלען פאר אינזערע טייערער קינדערלעך צי וואוינען, ניין??? מען שמיעסט אין די גאס אז נישט די מאנסיע דעוועלאפערס מאכען דאס, נאר גאר ווימס"ב'גע דושינסקי ראבינאוויטש וואס זענען טרויעריג באקאנט פאר די טייערע הייזער וואס זיי בויען און העכערען די מארקעט פרייזען און די וועליא פון די דירות צו גאר הויעכע ציפערען, זיי האבען די העזה צו קומען אין אינזער מאנסי און מאכען א חורבן, אויב וועלען זיי מצליח זיין וועלען זיי בלי ספק גיין וויייטער,
אבער חוץ פין די דירות טראכטס אריין וואסערע ריזיגע טרעפיק דאס גייט גורם זיין אויף דעם עריע,עס איז גלייך לעבען עווגרגרין ווי מען ליידט שוין יעצט פון די טרעפיק און נעקסט דאאר גייט מען אריינשטיפען 850 דירת, אין מאנסי דרייווט כמעט יעדער און ביי אסך משפחות אויכט די פרויען, קען זיך איינער מצייר זיין און אויסדמיונע'ן ווי שרעקליך די טרעפיק גייט זיין?"?? און מען לאסט עס צו?? קיינער איז נישט מוחה?????? וועלכער פערד האט געגעבען די הסכמה און אפראווט אזא מייסטער סטופיד פלאן???


ר' לייבעלע טייערע, ממש כ׳פארשטיי נישט וואס איר רעדסט,
פארוועם בויט מען די דירות? נישט פאר דיינע קינדער? נישט פאר דיין שכן'ס קינדער? וואס ווילסטו פונקטלעך? מזאל מחליט זיין א געוויסע נומבער וויפיהל משפחות מעגן וואינען אין מאנסי אין איינמאל מדעגרייכט די מספר זאל מען קלוזין שאפ?
זאג נאר איר מיינט איר זענט בעה״ב אויף מאנסי? די רעדסט דא כאילו סדיינס א פריוואטע רעקל,
טאמער איז דא מענטשן וואס גיין קויפן די דירות אין ווילן יא וואינען צוקוועטשט ווי משגועים, גוט פאר זיי, דאס קענט איר נישט צירוק האלטן,
כ׳פארשטיי גוט, סזייער נישט באטאמט, ביסט צו געוואינט צו א רואיג לעבן, אבער tough luck, ביסט נישט בעה״ב איבער מאנסי, טאמער ווילט איר לעבן קאנטרי לייף איז צייט זיך אינצופאקן די פעק אין פאהרן קיין נעברעסקא, דארט קענט איר קויפן הונדרעט עיקער פאר א דולר פיפציג.
מענטשן אין בארא פארק האבן מיט געמאכט די זעלבע מיט יארן צירוק, פארפאלען ס'געווארן א ביז שטאט, מאנסי איז נישט אנדריש.

געגאנגען א מענטש אין ב"פ, געבויט א הויז מיט צוואנציג יאר צירוק געבויט ביזן לאט ליין, יעצט האט א צווייטע געקויפט נעקסט דור אין האט עיהם פאר בויט אלע פענצטער, ״שייגץ, שייגץ, נעמסט מיר צו די לייט״
האלוי? ביסט אינגאנצען משוגע? ביסט עפעס בעה״ב אויף נעקסט דור? דאנק גאט האסט געהאט לעכטיגקייט די לעצטע צוואנציג יאר, נעקסט טיים בוי נישט ביזן לאט ליין, ווילסט לייט? גיי צוזאם לייבעלע אין קויפ אין נעברעסקא, דא איז מאנהעטטען דא קאסט א פענצטער גראב געלט,

כפראביר נישט צו פארטיידגען די ריזיגע דיוועלעפרעס וואס האקן אינטער די פיס פון אנדערע אין צאלן איבער, אבער טאמער איז דא א דימענד צו וואינען אין מאנסי, נישט קיין נפק"מ פארוואס קענט איר גארנישט טוען דערוועגען, איך וויל קומן קיין מאנסי וואינען מארגן מיט נאך הונדרעט משפחות, טוע מיך עפעס, יא יא יא יא יא דייקו מאנסי, אזוי וויל איך די זיפקאוד איז נישט דיינס
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: די שטאט געהערט נישט צו די

שליחה דורך אויסגערוט »

געלייקט האב איך דיר פאר דער חלק.
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:געגאנגען א מענטש אין ב"פ, געבויט א הויז מיט צוואנציג יאר צירוק געבויט ביזן לאט ליין, יעצט האט א צווייטע געקויפט נעקסט דור אין האט עיהם פאר בויט אלע פענצטער, ״שייגץ, שייגץ, נעמסט מיר צו די לייט״
האלוי? ביסט אינגאנצען משוגע? ביסט עפעס בעה״ב אויף נעקסט דור? דאנק גאט האסט געהאט לעכטיגקייט די לעצטע צוואנציג יאר, נעקסט טיים בוי נישט ביזן לאט ליין

אבער אויף די איבריגע בין איך מחולק מיט דיר. פארדעם איז דא אין יעדער שטאט געזעצן פאר quality of life ווי למשל זאונינג און ווי ס'מעג זיין א סטאור וכדומה.
שטעל דיך פאר מארגן מופט אריין א שכן נעקסט דאור וואס האט ליב צו שפאצירן אין גארטן ווי אדם הראשון אין גן עדן, וואלסטו אויכעט געזאגט אז ער מעג טון וואס ער וויל. ווייל ער טוט עס אויף זיין פראפערטי?
די המון עם אין אפסטעיט-און אויך די אידן וואס האבן זיך געצויגען אהין פאר פערציג פופציג יאר צוריק-האבן אויסגעקליבן דעם פלאץ ווייל ס'איז rural און שטיל. און פארדעם האט מען דארט געמאכט די סארט געזעצן עס צו האלטן אזוי. איך פארשטיי אז מען האט היינט א גרויסער בלאק וואוט און ממילא קען מען גרינגער ערלעדיגען צו טוישן די געזעצן, אבער די אלט געזעסענע-און יא די אידן רעגן זיך אויכעט נאר ציטערן צו עפענען דאס מויל-האבן אלע רעכטן זיך צו רעגן
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: די שטאט געהערט נישט צו די

שליחה דורך אויסגערוט »

און בד"וו בתוך בארא פארק אנוכי יושבת מיום היולדי
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שטילע, האסט א נקודה למחשבה, אבער לדבריך קען קיינער נישט קאמפלעינען נישט אין ווילי און נישט אין ב"פ אויף גארנישט, נישט אויף הויכע רענט פרייזן און נישט אויף די טראפיק וכדו', יעדער קען טון וואס מען וויל, די וועלט איז דאך הפקר, מען מעג בויען נעקסט-דאר צו דיין הויז נאך א פרידאם טאוער פון 250 שטאק מיט 80,000 דירות מיט א פארק צו שפילן ווייל מען בויעט עס דאך פאר אונזערע קינדער – גענצליך "לשם שמים". העק, מען מעג עס אפילו בויען פאר גויים און ארטיסטן, ווייל ס'איז נישט דיין זיפ קאוד...

כ'מיין אז מענטשליכקייט מעג אויך ווערן אין גענומען אין באטראכט ווען מען מאכט א דעסישען.
וירח ה' את ריח הניחוח
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

לייבעלע איז טאקע נישט בעל הבית אין מאנסי, אבער לייבעלע מיט שייעלע מיט יענקעלע מיט נאך טויזענטער יחידים, זענען די בעלי בתים פון די שטאט ווי זיי וואוינען, זיי וועלן איין די געזעצגעבער, און זיי האבן די פולע רעכט מחליט צו זיין וויאזוי זיי ווילן וואוינען. צו עס זאל זיין צושפרייט צו אסאך הייזער צאמגעשטופט וכו'.

יעצט איה"נ אויב איז די דעת הקהל בעד די פילע דעוועלאפמענס וואס בויען זיך, קען לייבעלע גארנישט טוהן זיי צו צווינגען נישט צו בויען, אבער פארוואס זאל ער נישט נוצן זיין קאנסטעטוציאנאלע רעכט פון פרידאם אוו ספיטש, צו פראבירן אויפקלערן און אויפהערן צו פראבירן איבערדרייען דעם דעת הקהל זיי זאלן האלטן ווי אים, און אזוי צווינגען צו באגרעניצן די דעוועלאפער.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

שטילע, וואלסט הייליג גערעכט געווען 5 יאר צוריק, ווען מאנסי האט זיך געבויט פון יעדע איין-פאמיליע הויז געווארן מיט א טענענט צו צוויי.

אבער די לעצטע פאר יאר האבן די דעוועלאפערס זיך גענומען אויף די ביינער און אנגעהויבן צו פארבויען מאנסי מיט זעצערס, אפאר הונדרעט דירות אויפן פארנומענסטע רעזידענטשעל גאס אין מאנסי שוין ביז דאן, רוט 306, ועוד ידם נטוי'. טאקע באותו מקום, מיט נאך אפאר הונדרעט דירות. (חוץ פון די נייע פלאן פון א דעוועלפמענט אויף רוט 306 אנקעגן ווינער דר. מיט קרוב צו טויזענט! דירות) אויף די פארנומענסטע גאס אין ראמאפא, רוט 59 איבער 500 דירות.
די גאסן איז ממש א פחד צו דורך פארן.
די סוער סיסטעם קען עס נישט דערהייבן.
פארן אפאר גאסן אינדערפרי צו ביהמ"ד נעמט 15-20 מינוט. וואקן נעמט עס נאר 5.
קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן ווייל עס קומט אויס בעסער צו פארבויען די בעקיארד מיט נאך אפאר דירות.

קיינער האט קיין טענות נישט געהאט ווען מרת מיסקי האט כעבויט אירע פאר הונדרעט דירות. לעבן 59 טאקע, אבער אן קיין טרעפיק,א נייע פריוואטע גאס, געמאכט א פרישן סוער סוסטעם וכדו'.

אבער אלע אנדערע רעכענען זיך נישט מיט קיינעם. ממילא איז עס חב לאחריני ווען מען פארבויט אזוי מאנסי, און די אינפעסטראקטשער קען עס נישט דערהייבן.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווינער דרייוו? וואו קומט דאס אויס? א משפחה מיינער זאגט מיר לעצטע וואך אז ביי יוניאן/וויאלא קומט א מעכטיגע דעוועלאפמענט. דו רעדסט פון די זעלבע זאך?
וירח ה' את ריח הניחוח
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

ווייסט איינער ווי בי ענד עידש גייט בויען אין טשעסטנאט רידזש?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

@שמעקעדיג אנקעגן ווינער דר. ביי 306 ביידע זייטן פון קירסינג פארקוועי איז דא א גרויסע שטח. יוניאון רד ביי וויאלע איז צוואנציג מינוט אוועק. כמעט ביים עק פונעם היימישן געגענט (אינעם מייל פון שיכון סקווירא...)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

איך זעי אז מען פארקריכט אביסעל פינעם פותח האשכול...
@שטילע אינגערמאן איך 100 % מיט דיר, אזוי גייט וועלט גראדע איז אינטערסאנט צי וויסען אז מאנהעטען איז אויך אמאל געווען א פארעם, יעצט שטעלט ענק פאר אז מען שטעט טוישען זיך נישט

בכלל דע אלע וואס האבע געקויפט הייזער און דע יארען ווען מאנסי האט מען געבויט איין הויז אויף א לאט, זענען יעצט אויפ געלעבט געווארען, זיי קענען פארקויפן זייער לאט מיט 4 מאל אזויפיל, אידן וואס מאכען יעצט זייער 3טע 4טע קינד שטעלן זיך אויף דע פיס, איז דען דא א שענערע זאך פין דיעם?

איין זאך וואס מען דארף זיך אפלערנען אז כלל ישראל וואקסט ב"ה און יעדע אידישע שטאט נישט קיין חילוק ווי סיי און אמריקע סיין און ארץ ישראל און סיין אייראפע, ווי אימער אידען וואינען שטייגט דארטען דע ריעל עסטיעט משיגע, פארוואס זאל א אינגערמאן נישט קויפען א הייזקע אינדרויסען פין היימישער געיגנט פאר בילגער, כאטש עס איז אביסעל שווער, אבער וויסענדיג אז און 10-15 יאר ארים ווען ער וועט אנהייבען צי חתונה מאכען זיינע קינדער,וועט עס ווערד ווערן 5 מאל אזויפיל, און וועט האבען א שטיקעל קרקע צי מאכן א פאר טאלער
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

מרס מיסקי האט געטון גאר א שיינע זאך מיט בויען אפאר הונדערט דירות, נאר אזוי ווי דיסקרימינאציע האט געשפילט דארט א שטארקע ראלע, און פאר קיין געלט האט מען נישט פארקויפט דארט פאר קיין שטאטישע מענטש (זייער גערעכט, מיט די מהלך המחשבה פון פרעזערוו ראמאפא), בלויז מאנסיע איינוואונערס האבן דארט באקומען דירות, דעריבער איז נישט געבליבן קיין ברירה פאר די שטאטישע אימיגראנטן נאר אליין צו בויען, און ווען זיי בויען טוען זיי עס אויף זייער סטייל.

איך נעם נישט קיין צד, נאר אויב האסטו אריינגעהאקט א פלאקן מיט מיסקי, האסטו דיין ענטפער..
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: די שטאט געהערט נישט צו דיר

שליחה דורך petergrifin »

באטטעם ליין ווי אזוי גייט מען בויען אין שמעקעדיג'וויל? אזוי ווי אין דער קראקע/ווילי געטא אדער ווי מאשקע'ס הויז אין דארף ביים פריץ?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

די שטאט געהערט נישט צו מיר, אבער זינג נישט די ניגון אז דו בויעסט עס פאר אונזערע קינדער, בעת וואס אלע נייע דעוועלעפמענטס זענען פיל מיט די שטאטישע מענטשן, און זיי הייבן די פרייזן אין מאנסי אויף כח, דאס אז די רענט איז ארויפגעשרויפט געווארן אזוי הויעך איז א דאנק די שטאטישע מענטשן, וואס האבן נישט קיין דירות אין שטאט, קומען זיי אויף מאנסי.
בעת ווען אין שטאט האבן זיי געצאלט פאר א פינף רומיגע אפארטמענט באלד 3 אלפים, קומען זיי אהער און זיי אפערן 2 אלפים און זיי באקומען עס, פאר די שטאטישע איז עס א מציאה רבה, זיך געשפארט א טויזענטער א חודש, אבער פאר די מאנסיע אידן האסטו יעצט מייקר געווען את השער, און די זעלבע זאך איז מיט קויפן, ווער וויל פארדינגען אדער פארקויפן פאר א מאנסי מענטש ווען ער ווייסט אז די שטאטישע זענען וויליג צו צאלן אסאך מער, מוז די מאנסיע עולם אויך צאלן מער.
די שטאט געהערט טאקע נישט צו מיר, אבער צו דיר אויך נישט.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

@א איד וואס האלסטי דארף דער איד וואס וואינט און שטאט טיען, האסט אמאל געהערט מען זאגט "א איד" פין א צווייטע שטאט קום נישט אהער ווייל דורך דיעם ווערט טייער דער הייזער,

איך טראכט זייער ערנסט אריבער צי קימען וואנען אויף מאנסי (איך ווארט אז מיין וויב זאל מסכים זיין...)איך האב נישט קיין רעכט פארדיעם
און זאג נאר אפשר ווייסטי אז דע גאנצע חסידישע עולם וואס היינט און מאנסי איז נישט געווען לריחו פין דע פריעדיגע תושבים פין מאנסי, איז מאי חזי דדמא דודך סומק טפי
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

[tag]הבא ללמד[/tag] איך האב בכלל נישט געזאגט אז זיי זאלן נישט קומען זיי זענען נאכמער ווי וועלקאם דא.
כהא נאר געזאגט אז זינג נישט אז דאס איז פאר אונזערע קינדער, עס איז פאר די שטאטישע אידן, והא ראי' אז מען ווייסט צו בעטן טייער רענט ווייל עס איז דא א ריזיגע דימענד, קומטס אהער און שטעלטס ענק צו.
און בד"וו די וועג איז נישט צו קומען קיין מאנסי און ארויפשרויפן די פרייזן, נאר טוהן וואס די מאנסי אידן האבן געטוהן בימים ההם, ארויסגערקומען לארץ לא זרועה און געבויעט א שטאט, טוטס עס אין דזשערזי סיטי, בלומענבערג, לעיקוואד וכו'.
מיט דעם אלעם אז איינער וויל נישט אהינגיין נאר קומען קיין מאנסי, הי איז מאר דען וועלקאם, נאר פליז בי סיטעד אנטיל איטס יור טוירן (דאס מיינט שרויף נישט ארויף די פרייזן דא).
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

[tag]א איד[/tag] קודם ישר כח פארן וועלקאמען דא
יעצט וועגען דע פרייז: דע פרייז ווערט געמאכט לויט דע סאפליי און דעמענד, די טראכסט טאקע אז א שטאטישע איד איז גרייט צי צאלען 2000 דאלער און דע צייט וואס ער קען נאר באצאלען 1500 דאלער פשוט ווייל עס איז ביליגער ווי דע סיטי?
יעדער וויל דע ביליגסטע, נאר ווי מער תובעים עס איז דא אלטס מער שפרינגט ארויף דע פרייז
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

ווען ער דארף א דירה איז ער גרייט צו צאלן 2000 אנשטאט דריי
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

נישט ווען עס איז דא פאר 1500
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

והא ראי' און מאנסי איז געווען 1500 און די שטאטישע האבן עס ארויפגערוקט צו 2000, דאס האבן מיר אפאר לענדלארדס געזאגט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

עס האט זיך ארויף געריקט ווייל עס איז געווארן א גרעסער דעמענד פינטעל
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

איך מעג האלטן אנדער ווי דיר יא?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

שטילע אינגעראמן במחילת כבדך פארזעעסטו דעם פינטעל , איך ווייס נישט ווי די וואינסט אבער סקוקט ניש אויס אז דו פארשטייסט די מציאת הדברים,

אויב איז ריכטיג וואס דו טאנעה'ט דעמאלט פארוואס האבען די עסקנים ביי די וואלאמארט מערכה איבערגעדרייט דעם שטאט? וועגען טרעפיק. און קליינע געשעפטען וועלען זיך פארשפארען. און נאך. וואס איז ? עס איז דיין זיפ קויד? דיין בליט איז רויטער'ס פין וואלמארטס? דו ביסט נישט באלעבאס אויף דעם פלאץ ,מארגן וויל וואלאמארט עפענען א ריזיגע גרויסע געשעפט דייקא אין די היימישע געגענט און די קענסט קוקען און קריצען מיט דיינע צייין, עס איז זייער זיפ קויד פינקט ווי דיינע, עס איז נישט דיין פריוואטע רעקעל,

זיין אן היפאקריט האט אויכט א שיער, מען קען ניש האבען די קעיק און אויפעסען אויכט די קרים, נעמען אלעס פאר זעך און גארניש פאר יענעם. עס איז נורמאל דרך העולם אז מען רעכנעט זיך אביסעל מיט שכינים און מנהגי המקום. מען טרעפט עס אפי' אין חז"ל. עס פאסט זיך צי פירען כמנהגי המקום. קענסט ניש Zיין א חזיר און מאכען א סיטי פון א שטעטעלע. ביי וואלאמרט האסטו עס פארשטאנען פארשטיי עס יעצט אויכט,

מען בויט אויף אלע גאסען פון די היימישע געגענט און מער וויינגער איז ניש גיפערלעך. אז איינער וויל בויען אויף זיין לאט פון א קליינע דירה א גרויססע הויז פאר פינעף איינווינער קען ער טאקע ריאיג טין וואס ער וויל לויט די געזעץ. אבער טין משיגענע ווילדע זאכן ווי בויען הונדערטע דירת פרויעקטן אין קליינע געגנטער אן געניג פארקינג און געפערליכ טרעפיק און מאכען פילען ווי אין געטא דאס איז נישט נורמאל און נישט יושר נאר דעס פארקעטע. ווייל דו האסט געלט און די פארווייטאגטע איינווינער זענענן פשוט'ע אידען וואס האבען נישט איינגעקלאפט מיטן טאון סופרווייזער און שמירען נישט ווי מען דארף און איז ידך על העליונה מיינט נאך נישט אז דו ביסט גערעכט און ביושר און האסט א פעס צו טין וואס די ווילסט אקעגען דעם רצון פון רוב איינווינער נאך דערצי אז דו זייעסט אהן שנאת ישראל. און ביים וואוטען קומט מען די עסקנים ווויינען און דערשרעקען אז עס איז עק וועלט מען מיז וואוטען פאר זיי וועגען די גויים האבען שנאת ישראל,
מזל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל

שליחה דורך מזל »

שטילע האט געשריבן: געגאנגען א מענטש אין ב"פ, געבויט א הויז מיט צוואנציג יאר צירוק געבויט ביזן לאט ליין, יעצט האט א צווייטע געקויפט נעקסט דור אין האט עיהם פאר בויט אלע פענצטער, ״שייגץ, שייגץ, נעמסט מיר צו די לייט״
האלוי? ביסט אינגאנצען משוגע? ביסט עפעס בעה״ב אויף נעקסט דור? דאנק גאט האסט געהאט לעכטיגקייט די לעצטע צוואנציג יאר, נעקסט טיים בוי נישט ביזן לאט ליין, ווילסט לייט? גיי צוזאם לייבעלע אין קויפ אין נעברעסקא, דא איז מאנהעטטען דא קאסט א פענצטער גראב געלט,



איך קען נישט קיין חושן משפט אבער איך מיין עס איז א שאלה און גמרא בבא בתרא דף כב. איך ווייס אבער נישט וואס גיייט זיין הלכה למעשה
פארשפארט