חאצקעל שניידער האט געשריבן:יצא קום הייסט די קוים פון חסד וגבורה, כהאב גוט פארשטאנען?
שיינע רעיון, כאטש לא לזה התכוונתי, וכנראה זיי אליינס אויך נישט.
מפוזרי האט געשריבן:אפאר הערות:
1)ר' מענדל'ע האט מען גערופן דעם יונגען וואורקער. דער טיטל האמצעי איז נאר געווען ביי די חסידים פון זיין זון ר' בונימ'ל, זייענדיג אן אומגעלונגענר פרואוו אראפצומאלן כאילו די דינאסטיע ציט זיך ווייטער אין וואורקע.
2)ר' מענדל'ע האט גענומען נישט נאר די גרעסערע חלק נאר די גאנצע מעשה, אמשינוב איז בלויז געווען אן אופ-שוט.
3)נישט ריכטיג אז ר' מענדל'ס הנהגה איז געווען א שארפע. ער איז טאקע געפארן קיין קאצק, און ווייל ער האט ווייניג גערעדט האט ממילא יעדעס ווארט געהאט אין זיך חריפות און טיפקייט, אבער ער איז געווען רצוף אהבה, ער האט נישט נאר נישט געשריגען אויף די חסידים, נאר ער האט זיי געצויגען מיט א מורא'דיגע ליבשאפט. דאס וואס חסידים דערציילן אלץ פון די גרויסע ליבשאפט וואס האט געפלאקערט אין וואורקע איז בעיקר פון זיין תקופה. אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
אדנירם האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
גערעכט ביזטו אז די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן נאך אים, אויב מיינסטו מרמז צו זיין אויף זיין זוהן - דער אטוואצקער'ס הנהגה.
מפוזרי האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
גערעכט ביזטו אז די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן נאך אים, אויב מיינסטו מרמז צו זיין אויף זיין זוהן - דער אטוואצקער'ס הנהגה.
איך מיין נישט נאר דעם אטוואצקער וואס ביי אים איז עס געווען באופן קיצוני עד מאוד. דער גאנצער וואורקער חדר, ככלל, האט פון ביאלע און ווייטער גענומען א שארפע נייגונג אויף רעכטס, און פון פרייליכע לוסטיגע הולטייעס זענען זיי געווארן פארפרומטע און אלט מאדישע און אינגאצן פארלוירן די וואורקער גוט-מוטיקייט.
בן אדם האט געשריבן:ווער איז דער ביאלע ? ר' מענדעלע האט געהאט נאך זון חוץ פון דער אוטבוצקער ?
א איד האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag] האסט אונז נישט אנטוישט, איין טאג נישט דא געווען, און איך קום צוריק און עס איז דא וואס צו ליינען.
איך וועל דיר זאגן דאז איז די ערשטע מאל וואס איך לייג זיך אריין אינעם נושא פון אמשינוב, אוודאי האט מען שוין געהערט דערפון אבער יעצט הייב איך אן צו לעבן דערין.
אבער מצד שני (באקלאפ מיר נישט די ביינער) האט עס א נעגאטיווע זייט אויך? איך זעה ווי יעדער רעדט נאר נוסח אמשינוב - פאזיטיוו, בין איך נייגעריג צו עס האט א צד שני?