יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

שליחה דורך פלאוויוס »

געווען איז דאס מיט יארן צוריק. די נאכט איז צוגעפאלן און די פייערונגען האבן זיך אנגעהויבן. איך האב אויף אן אופן מיטגעהאלטן פונדערווייטנס די אפיציעלע צערעמאניע וואס איז פארגעקומען אין ירושלים, וואו כ'האב געהערט אויסזינגען פסוקים פונעם תהלים, טיפע ווערטער פון לויב און דאנק אויף דעם טאג, און צום סוף האט זיך די צערעמאניע געשלאסן מיטן שיר המעלות אויף דער מעלאדיע פון "התקוה". די וואס קענען דעם "התקוה" ווייסן אז דאס איז למעשה א טיף-אידישליך ליד, וואס ענדלט מיט גארנישט צו די וועלטליכע מעלאדיעס. אויב די דייטשן זינגען וועגן זייער סופעריאריטעט איבער אנדערע פעלקער, און די פראנצויזן זינגען וועגן דעם בלוט פון די שונאים וואס וועט זיך גיסן ווי וואסער, זינגט זיך אינעם "התקוה" נישט מער ווי דער דורות'דיגער אידישער וואונטש, נישט צו פארגעסן פון ציון.

דאס איז נישט געווען וואס איך האב ערווארטעט צו הערן און זען ביי מענטשן וואס האבן זיך אויסגעקליבן צו זיין "ככל הגוים בית ישראל". די אידישקייט וואס האט געשטארט פון יעדן ווארט, די צעגאסענע געפילן פון דאנקבארקייט, וואו שמחה און תפילה פאלן זיך צוזאם, האט מיך דערמאנט אינעם מוצאי יום-כיפור. נישט אנדערש, נאר דער יום הזיכרון איז געווען דער ערנסטער טאג, דער טאג פון טרערן און אנדענק, און באלד צונאכטס אזא שמחה, ווען דאס גאנצע פאלק זינגט אין עקסטאז "אשרי העם שככה לו". אדער אפשר האט עס מיך דערמאנט אין דער מגילת אסתר וואס אידן ליינען אויפדערנאכט פון תענית אסתר, ווען דער פאסט-טאג גייט אריבער דירעקט פון טרויער צו שמחה.

איז דאס נישט כאראקטעריסטיש צו דער אידישער היסטאריע, אריבערצוגיין פון טרויער צו פרייד דוקא פלוצלונג, אין איין נאכט? אסתר האט געראטעוועט די אידן אין פרס אין א צייט וואס אידן האבן נישט געזען קיין אויסוועג, המן איז געפאלן פון שפיץ לייטער צום תהום אין איין טאג, און מיט ארום זיבעציג יאר צוריק האט זיך דאס אידישע פאלק אויפגעהויבן פון דער שוידערליכסטער ערפארונג וואס סיי וועלכע פאלק האט נאר אמאל געזען, זיך אפגעשאקלט די קליידער, און זיך דערזען מיט אן אייגענעם לאנד אין בלויז דריי יאר שפעטער (!). וועלכע פאלק וואלט געווען בכח אריבערצוגיין אזוי דראסטיש פון חורבן צו אויפבוי?

אין דעם טאג זאגן מיר נישט קיין הלל, ווייל מיר האבן זיך אליין געבינדן אין שטריק. אונזערע רבנים זאגן כסדר אז "מיר זענען מער נישט בכח איינצופירן תקנות היינטיגע צייטן". דערפאר קענען מיר נישט אריינשטעלן תשעה-באב קינות אויפ'ן לעצטן חורבן אין אייראפע, און דערפאר קענען מיר אויך נישט איינפירן הלל אין יום עצמאות. אבער דארף דען נישט שיבת ציון זיין די ענדע צו אונזער רעליגיעזן אומפאטענץ? דארף דען נישט שיבת ציון צוריקברענגען אונזער רעליגיעזע שעפערישקייט, ווי ס'איז געווען אין די צייטן פון די נביאים? קען דאס זיין אז אונזער כח איז אזוי שטארק אויסגעלאפן אין גלות אז מיר זענען שוין נישט ביכולת צו טון אפילו אזא קלייניגקייט, ווי אנערקענען אז עפעס א טויש האט זיך געשאפן אין דער היסטאריע פונעם אידישן פאלק?

א פיזישע גאולה איז טאקע נישט ווערד כל זמן ס'איז נישטא קיין רוחניות'דיגע גאולה, אבער מיר אליין זענען די וואס האלטן אפ די רוחניות'דיגע גאולה, מיט'ן עקשנ'ען זיך אז ס'איז נאכנישט געקומען די צייט. איך מיין נישט דערמיט די גאולה שלימה, ניטאמאל מיין איך די אתחלתא דגאולה, נאר איך מיין פשוט און גראד דאס וואס אונזערע אויגן זעען – דער אומקער פון אידן קיין ארץ-ישראל. דאס אליין איז גענוג א גרויסער טויש אין אונזער פיזישן מציאות וואס וואלט געמוזט נאכשלעפן א רוחניות'דיגע טראנספארמאציע.

אזעלכע אויסדרוקן ווי "אין אנו בקיאים", אדער "מיר האבן נישט די כוחות", און דאס גלייכן, מעגן שוין ווערן אוועקגעלייגט אין מיסט-קאסטן. דער אומקער פונעם אידישן פאלק צום לאנד פון די אבות מוז נאכברענגען מיט זיך אן אומקער פון דער אמת'ער שפרודלדיגער אידישקייט. טעארעטיש וואלט מען געקענט מחדש זיין דעם סנהדרין, אבער אפילו ווען מ'האט עס נאכנישט געטון מוז מען אנערקנען אז די רעליגיעזע מוסקלען האבן זיך ווידער געשטארקט, מ'קען ווידער איינפירן תקנות, מ'קען ווידער אויפלעבן די עבודת השם וואס איז געגאנגען א גאנג אין גלות און האט פארלוירן יעדן ברעקל חיות. מער מוז עס נישט זיין א מעכאנישער מאשין וואס קען זיך נישט צופאסן צו דער רעאליטעט פון דער צייט, ווייל אינאיינעם מיט שיבת ציון קערט זיך אום דער רוח הקודש צום אידישן פאלק.

שאי עיניך מרחוק, זע ווי אידן זענען געקומען צופארן פון אלע עקן וועלט, צעשפרייטע מינאריטעטן פון אלע ווינקלען, און האבן געשאפן א פאראייניגטע מערהייט אין דעם לאנד וואו זיי זענען געווען די מערהייט מיט צוויי טויזנט יאר צוריק. כולם נקבצו באו לך, אויף אן אופן וואס מ'האט נישט געזען אפילו בזמן בית שני. ווען מיר זעען ווי קליינע קינדער לויפן ארום אויף די גאסן פון ירושלים, ווי די בערג פון יהודה זענען ווידער אנגעפילט מיט אידישע פעלדער און וויינגערטנער, איז דא א אידיש אויג וואס קען בלייבן טרוקן? דאס הארץ פלאצט פון פרייד, און מיר זאלן נישט זינגען שירה?

קומט מיט מיר, ווער ס'קען, און לאמיר אינאיינעם זאגן הלל. מיט א הייליגן ציטער, מיט ברענענדיגע ליפן, לאמיר אנהייבן די ברכה, און דאנקען דעם באשעפער אויף דער אומגלויבליכער אנטוויקלונג וואס מיר האבן דערלעבט. מיט דעם וועלן מיר אויסדרוקן אונזער דאנק נישט בלויז אויף דעם שטיקל ערד, אויף דער טיילווייזער נחמה פון ציון, נאר אויך אויף דעם וואס מיר וואקסן אריין אין א דור וואו אידישקייט באקומט צוריק אירע אמאליגע פליגלעך, איר אמאליגע נשמה, און מיר קענען ווידעראמאל שפינען אונזער שנור פון די ימי התנ"ך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אפשר איז ליבערשט אז מיר זאל אויסווארטען אויף משיח צדקינו? איך רעדט נישט פון קיין רוחניותדיגע גאולה נאר דייקא פון א גשמיותדיגע, דער באשעפער האט אונז צוגעזאגט צו שיקן משיח, און לויט ווי דער רמב''ם שרייבט אין הלכות מלכים, גייט זיך דאן באנייען דער אידישער מלוכה, אזוי עס איז געווען בימי התנ''ך, דער אידישער מלך וועט באהערשען דער גאנצער וועלט, און די גוים נישט דער מערב וועלט און נישט די אראבער, וועלן קענען זאגון א פיפס קעגן די רעכטן פון אידישע קינדער אין ארץ ישראל, מען וועט נישט דארפן ציטערן אז איראן קען יעדע ליאדע רגע אפווישען אינזער הייליג באליבט לאנד פון די מאפע, אדער אז א פארשאלטענער אראבער זאל זיך אויפרייסן אין שיק מחנה יהודה... און חרדים וועלן נישט דארפן דינען אינעם ציוניסטישען מיליטער, נאר אינעם מיליטער פינעם מלך ישראל. איז דען נישט בעסער אזוי? ביטע... לאמיר נאך א ביסל צוווארטען דער אייבישטער איז גוט פאר זיין ווארט, אז ער האט געזאגט אז ער וועט שיקן משיח, לאמיר אים געבן א טשענס... לאמיר נאך א קליין ביסל צוווארטען, בסדר?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

http://jpupdates.com/2015/04/21/israel- ... countries/

אנצוקומען צו די ריכטיגע ציפער דארפסטו אראפרעכענען די חרדים און די אראבער (קריסטן און מוסלעמענער).


איין אינטערעסאנטע פאקט, נישט דווקא נוגע אהער.
The data shows that young people (aged 34 or less) tend to be more religious than the older age groups;
[NAMELESS]

Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישראל צו וויסן צי מדנ''י גיבט יא אדער נישט צו צו די רעליגיזיעטקייט ביי אידן דארפסטו מעסטן אידן אין מדנ''י קעגן אידן איבער די וועלט, ווי מען איז מער רעליגיעז, די ציפערן אין דעם ארטיקל זאגן גארנישט לגבי מדנ''י ווייל אידן בכלל זענען די ווייניגסט רעליגיעזע ראסע,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:ישראל צי וויסן צי מדנ''י גיבט יא אדער נישט צו צי די רעליגיזיעטקייט ביי אידן דארפסטו מעסטן אידן אין מדנ''י קעגן אידן איבער די וועלט, ווי מען איז מער רעליגיעז, די ציפערן אין דעם ארטיקל זאגן גארנישט לגבי מדנ''י ווייל אידן בכלל זענען די ווייניגסט רעליגיעזע ראסע,

ריכטיג, אבער פון פלאוויוס' ראזע טאן קען זיך דאכטן אז מען רעדט פון א לאנד וואו רעליגיע איז אויפן אויבנאן.
ווען מען מאכט יא א פונקטליכע חשבון דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז רוב רעליגיעזע מזרח אייראפעאישע אידן זענען געגאנגען קיין ארץ ישראל 1945-1950, און אז די אראבישע אידן זענען געווען פיל פיל מער רעליגיעז ווי זייער אייראפעאישע ברודער.

רעליגיעזע אידן זענען געגאנגען קיין ארץ ישראל, און די פרייערע זענען געגאנגען מאכן א לעבן אין אמעריקע (די וואס זענען שוין געווען אין אמעריקע פאר 1945 האבן אינוועסטירט זייער גאנצע אידישקייט און חינוך אין ציוניזם), שפעטער מיט די צפון אפריקאנער אידן ס'זעלבע מעשה, די רעליגיעזע זענען געפארן קיין ארץ ישראל און די שוואכערע קיין פראנקרייך, אמעריקע און קאנאדע.

די פראגע איז, מיט א רעליעזערע אימיגראנט געמיינדע וויאזוי האט מדנ"י אפגעשניטן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

דברים יקרים דברים מתוקים מדבש.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך האב פארשטאנען פון פלאוויוס, אז ער האט געזעהן א בילד, קען טאקע זיין אז עס איז נישט געווען דארט צו סאך רעליגיעזע אידן, אבער דער געדאנק אז אידן קומען זיך צוזאם לויבן דעם באשעפער פאר א גאולה (עכ''פ אין זייערע אויגן) מיט אזא אויסטעלישע שמחה, האט אים בארירט.
דעריבער האט ער געשריבען זיין געפיל אז ווען גאנץ כלל ישראל נעמט זיך צוזאם און מען גייט ארויף אויף ארץ ישראל, און דאס אידישע מליכה און דער אידישער קולטור אין א רעליגיעזער שטאנפוקט ווערן באנייט ווי עס איז געווען בזמן שבית המקדש היה קיים, ווי הערליך אין עמאציאנאל וואלט ווען געווען דער בילד? בלויז דער דמיון ווי גאנץ כללישראל נעמט זיך צוזאם פראווען א חג הגאולה מאכט דאס הארטץ אויסגיין פאר בענקעניש...
אזוי האב איך פון אים פארשטאנען, אבער ער וויל שוין ממש איצט... זיין בענקעניש איז אזוי אויסטערליש אז ער קען זיך קוים ערווארטען אויף משיח'ס אנקום.... האב אים אים געזאגט: אז כדי זיין דמיון זאל צושטאנד קומען בשלימות, וואס איז נישט שייך בעפארס משיח'ס אנקום, דעריבער לאמיר ווארטן אויף משיח, און דאן און בלויז דאן, ווען זיין דמיון צושטאנד קומען ביתר שאת ויתר עוז......
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע, די פראגע איז וואס מ'באטראכט אלס רעליגיע. אפילו אויב הלכה אין פראקטיק דאמינירט נישט דעם אויבנאן, קען מען זאגן אז אין טעאריע יא. דער טראדיציאנאליזם אין ארץ ישראל (אויפ'ן ארטאדאקסישן שטייגער) נעמט צוביסלעך איבער די אלגעמיינע ארענע, אויף אן אופן וואס איז אינגאנצן פרעמד אין דער מערב וועלט (נישט בלויז צווישן אידן). ס'איז אמת אז דאס איז א השפעה פון די עדות המזרח, אבער יעדנפאלס איז דאס דער מציאות.

דערנאך איז וויכטיג צו באמערקן אז אפילו די הלכה'דיגע אידישקייט גייט אריבער שטארקע שינויים אין ארץ ישראל (נישט נאר אין פארעם פון דער תשובה באוועגונג, נאר אויך אין פארעם פונעם רעליגיעז-נאציאנאלן לאגער - איך מיין נישט זייער פאליטישן בליק, נאר זייער רעליגיעזן כאראקטער). ס'איז א מין אידישקייט וואס איז פיל מער פארבינדן צו דער רעאליטעט און איז אינטים אריינגעוואקסן אין דער תורה. כ'מיין אז מ'וואלט זיך נישט געקענט חלומ'ען אזוינס אין אייראפע.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך ליין און וויין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

מאטי, איך האב געפילט דאס זעלבע בשעת'ן שרייבן.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

טייערער פלאויוס; פון דיינע הייליגע ווערטער זעהט מען אז ס'איז יא דא אן אויפוואכונג פון די אידישע גייסט, פון דער אור-אלטער קוואל פליסט ווידער, רוח הקודש קערט זיך אום! מכנף הארץ זמירות שמענו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

פלאוויוס שפתים ישק!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@פלאוויוס, האסט מיר געברענגט טרערען אין די אויגען, אזא מין בענקשאפט קיין ציון וערי יהודה, גיסט זיך פון דיין הארץ, אז מיינע יידישע געפילען זענען וידער ערשיטערט געווארען, די האסט אראפגעמאלען מיינע מחשבות אין זיי אויסגעקרוצט מיט גאלדענע אותיות, אין הלואי זאלען מיר שוין בקרוב האבן דעם שכל צו ארויסגיין בכוחות עצמינו פון דעם גלות הארורה אין זיך זעהן בקרוב בערי יהודה ובירושלים הבנוייה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב אמאל געהערט פון געראלד שראודער בשם א אטעאיסט א גרויסע פיזיקער, אז אלע ווינדער פון די חכמת הטבע האט אים נישט בארירט, 'but there is something spooky about the return of the people of isreal to the land of isreal'
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א הארץ וואס בענקט
א מח וואס געדענקט
די שיינקייט פון אונזער הייליג לאנד.

א בילד טוט זיך שפינען
און טרערן טוען רינען
ווען וועט אפגעטון ווערן אונזער שאנד.

פון שפאניע ביז וויניציע
גירושים און אינקוויזיציע
און א אידישע לאטע אויפן ארעמבאנד.

די אויגן ווערן נאסער
א קוואל פון וואסער
ווען וועט זיך טוישן אונזער צושטאנד.

מיט [tag]פלאוויוס[/tag]'ן מיטגעפילט
די סצענע אזוי שיין אפגעשפילט
מיר קענען קוים דערגיין מיט אונזער פארשטאנד.

א פייגל שעפשעט שטיל
מיר קומען אן צום ציל
מיט אזעלכע סצענעס וועלן מיר גיין העכער נאכאנאנד.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פלאוויוס דראפסט זיך נישט שעמען צו זאגן אז דו האסט געהעריג מיט געהאלטן, עס דערמאנט מיר פון די וואס הערן ראדיו אויפן באס..., און עס איז טאקע א מחזה הוד צו זעהן ווי די תינוקות שנשבו, די צווייגן וואס זענען נאך קוים עפעס באהאפטן צום בוים, זענען פארט נישט אינגאנצן אפגעריסן און ווען זיי זוכן צו לויבן איינעם איז עס פארט קוב"ה, און דורך די קאפיטלעך תהילים וואס אונזער קעניג און פאעט דוד האט פארפאסט קלאמערנדיג זיך צו גאט אין זיינע שווערסטע מינוטן, און השי"ת זאל טאקע העלפן אז משיח זאל שוין שנעל קומען נאך פאר אונז וועלן אליין ארויס פון די גלות הארורה און ער זאל אונז צוזאמענעמען אזוי אז אונז זאלן אלע אינאיינעם קומען און קיינער זאל נישט פעלן בב"א.

נ.ב. נישט זאגן הלל איז נישט ווייל אין אנו בקיאים און מיר האבן נישט די כוחות, נאר פשוט ווייל עס איז געווען עפעס א ישועה ארום גענומען מיט פיל טראגעדיעס רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צוגלייך.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: יום העצמאות אין ירושלים עיה"ק

שליחה דורך בר-כוכבא »

הערליך, פלאוויוס, הערליך. שיבת ציון איז שוין געשען, אפילו אויב נאר דער רוב און נאכנישט אלע אידן האבן זיך אומגעקערט. דער עיקר איז אז די נבואות ווערן פארווירקליכט אין אונזערע צייטן. דאס איבעריגע וועט נאכקומען.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ישראל צי וויסן צי מדנ''י גיבט יא אדער נישט צו צי די רעליגיזיעטקייט ביי אידן דארפסטו מעסטן אידן אין מדנ''י קעגן אידן איבער די וועלט, ווי מען איז מער רעליגיעז, די ציפערן אין דעם ארטיקל זאגן גארנישט לגבי מדנ''י ווייל אידן בכלל זענען די ווייניגסט רעליגיעזע ראסע,

ריכטיג, אבער פון פלאוויוס' ראזע טאן קען זיך דאכטן אז מען רעדט פון א לאנד וואו רעליגיע איז אויפן אויבנאן.

יא, וואספארא שאד טאקע אז די מערסט רעליגיעזע פראקציעס פון כלל ישראל האבן זיך אנטזאגט פון אנטיילצונעמען אין שיבת ציון אין דער ריכטיגער צייט, און האט אנשטאט דעם בלויז זיך משתתף געווען ווען עס איז שוין געווען לאחר המעשה, ווען מען האט שוין ווייניג געקענט אויפטון און האבן א השפעה אויף דער אידישקייט פון דער אידישער מדינה. דער אומרעליגיעזיטעט פון מדינת ישראל, אויף ווי ווייט ס'איז שייך, איז צום פארדאנקען דער פאקט וואס דער רעליגיעזער עלעמענט אין כלל ישראל האט פארלוירן דער קוואל פון זייער רעליגיע, און האבן זיך צוגעשטאפט די אויערן און די אויגן צו דעם וויי געשריי פון דאס אידישער פאלק אין אייראפע, ווארטנדיג ביז מען האט זיי פארגאזט צום טויט כדי ארויפצוגיין פון דעם בלוט דורכגעווייקטן אייראפעער ערד צום ארץ אשר נחלו אבותינו.
אויב וועט נאך דאס אידישע פאלק זיך פולקאם צוריקקערן צו איר אפשטאם, ווי עס האט שוין טיילווייז געטון, וועט דאס בלויז זיין א דאנק אזעלכע וויזיאנערן ווי הרב קוק וועלכע האבן פאראויסגעזען:
גם מתוך החול יגלה הקדש, וגם מתוך החופש הפרוץ יבא העול האהוב. עבותות זהב ישתרגו ויעלו גם מתוך השירה החפשנית. ותשובה מזהירה תצא גם מתוך הספרות החיצונית. זאת תהיה הפליאה העליונה של חזון הגאולה. יגמל זה הציץ, יפרח הפרח, יבושל הפרי, וידע העולם כולו, כי רוח הקדש מדבר בכנסת ישראל בכל תנועות רוחה, וסוף הכל הוא לתשובה המביאה רפואה וגאולה לעולם.
האדם לא נברא אלא להתענג
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

גוט געזאגט יאיר. די ווערטער פון הרב קוק זענען אפט מאל אזוי חידוש'דיג און אינטערעסאנט, אז זיי צווינגען אונז צו טראכטן טיפער פונעם אויבערפלאך און טאקע דערקענען נייע וועלטן אין אידישקייט. ס'גייט מיר נאכנישט אריין אין קאפ וויאזוי ס'איז ארויסגעוואקסן פון דער געווענליכער בורזשואזער אידישקייט אזא ריז. (ווייזט אויס, דאס איז דער כח פון ארץ ישראל!)

[tag]אדנירם[/tag], בארייכער אונז מער פון דיין פאעזיע. זייער שיין.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

האט איר שוין געזאגט הלל מיט א ברכה? אדער אן א ברכה
הרב קוק איז צוריק ביי אידיש רעדנדע מענטשן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פלאוויוס האט געשריבן:אדנירם, בארייכער אונז מער פון דיין פאעזיע. זייער שיין.

ר' [tag]פלאוויוס[/tag],

איך קען שרייבן און שרייבן
און ס'וועט כסדר איבערבלייבן
נאך נושאים אויסצורייבן
איך ווייס נישט וואס אויסצוקלייבן
און וואס וועלן אנדערע פארטרייבן
איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן
טו מיר בנאמנות גלייבן...
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

איש את רעהו האט געשריבן:האט איר שוין געזאגט הלל מיט א ברכה? אדער אן א ברכה
הרב קוק איז צוריק ביי אידיש רעדנדע מענטשן

יא יא, מ'האט שוין פאר אסאך יאר געלאכט אז ווער קוק'ט נאך היינט, ס'איז גארנישט געבליבן פון אים.
אבער דער אידישער היסטאריע איז א לאנגער. מ'קען נישט מעסטן אין אפאר יאר. הרב קוק זצ''ל פלעגט זיך אויסדרוקן '' אלוקי ההיסטוריה ''.
אין דע לאנג ראן וועט ער נאך האבן א שענערע פנים ווי זיינע מתנגדים, נישט נאר אין די אלגעמיינע חרדי'שע וועלט, נאר אפילו ביי די וואס רעדן אידיש.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט