קאך_לעפל האט געשריבן:איך מיין אז דו האסט א שטיקל טעות,
קודם אלעס איז געווען געבויעט אויף הצעות באלפור: א בריטישער לארד האט ארויסגעגעבן א דעקלאראציע אז יודן האבן אן היסטאריש רעכט אויף ארץ ישראל, ווייל אזוי שטייט אין די בייבל, און די בריטשע אנערקענען דעם בייבל.
תיקון טעות: עס הייסט הצהרת בלפור, ד.מ. די דערקלערונג פון לארד באלפור - נישט הצעות וואס טייטש זיין פאָרשלאַג
אויף יודיש הייסט עס באלפור'ס דעקלעראציע - http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%99%D7%A2
---------------
אגב, בן גריון האט דאכט זיך יא געגלייבט אין די תורה. ער האט טאקע נישט אנגענומען די ארטאדאקסישע אויסטייטש אז אלעס וואס שטייט דארט איז פאקטיש היינט מחייב, דערפאר האט ער נישט געזעהן פאר וויכטיג צו לייגן תפילין, אבער ער האט עס בכלליות אנגענומען אלס אמתדיגע היסטארישע פאקטן און איז דערפאר געוועהן שטארק טראדיציאנאל געשטימט. ער האט אויך בעצם שטארק געגליכן דעם תנ"ך.
מ'קען עס שטארק זעהן אין דער דיקער בוך "ארץ ישראל" וואס ער האט געשריבן צוזאמען מיט בן צבי (אין יודיש)
ער איז געוועהן קעגן הפרדת דת מהמדינה און האט שטארק געשעצט חרדישע יודן (ער האט געגעהבן דעם פטור פאר ישיבה בחורים וואס זענען תורתם אומנתם, ער האט גערעדט זייער פאזיטיוו איבערן "חזון איש" נאך א באזוך וכו' וכו')