השגחה פרטית

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

השגחה פרטית

שליחה דורך שמעקעדיג »

די מעשה שטייט די חודש אין די מעלות.
מ'קען פון זינען אראפגיין פון אזא השגחה פרטית. אדער נישט?
וואס זאגט איר?

.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עקפערימענטירער?
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ס'פעלט די ערשטע ר''ת אות פונעם בריוו שיקער.
אזוי קומט עס:

ל.א.ל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: השגחה פרטית

שליחה דורך נופת צופים »

@שמעקעדיג, סתם פאר נייגעריגקייט, מיט דעם ספענדסט דו דיין צייט? מיט'ן ליינען מעלות?
סענט פראם מיי קאושער פאון...
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קודם וואס האט דאס מיט השגחה פרטית? א געווינס פאר דער קאר-סיעט געזעץ.

די מעשה מאכט מיך אבער דיזי. וואס איך פארשטיי נישט איז וויאזוי די קאר האט אנגעהויבן פארן און בעקן. איך וואלט געזאגט אז דאס איז א סימן פון הימל אז פרויען זאלן אנהייבן דרייוון און זיך אויסקענען מיט אזא מאשין, און סיי ווער ס'דרייווט זאל נישט לאזן די שיפטער אין סיי וועלכן געיר אויסער פארק איידער מ'גייט ארויס פון קאר. אויב איז די מעשה ווי זי שרייבט, א קאר האט זיך אומשולדיג אנגעהויבן רוילן קען זי סוען די קאר קאמפאני צוזאמען מיט דעם דרייווער. קארס, ווי ווייט ס'לאזט זיך גלייבן, פארן נישט אליינס, און אז מ'דרייט דעם שליסל הייבט דאס נישט אן בעקן. עפעס פעלט פון דער מעשה, אבער א גוטס.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

ווי אויך איר מאן איז ארויס און ער האט נישט באמערקט אז עס פארט, נאכדעם האט זי אנגעהויבן צו באמערקן אז עס פארט.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

א איד האט געשריבן:ווי אויך איר מאן איז ארויס און ער האט נישט באמערקט אז עס פארט, נאכדעם האט זי אנגעהויבן צו באמערקן אז עס פארט.

אויב ס'האט אנגעהויבן בעקן בארג אראפ, דאן מאכט סענס אז ס'איז געווען קודם אויף דרייוו. און אז מ'האט נישט געגעבן קיין געז איז דאס געפארן שטייט. דעם דרייווער קומט זיך באדעם ליין אפאר געזונטע פעטש פארן זיין פארנאכלעסיג אויף צו א פאטאלן גראד, און השגחה פרטית איז געווען די וויכטיקייט פון האבן א קאר-סיעט נישט נאר אין א פאל ווען א פאליציאנט קוקט אריין אין קאר. א משוגע'נע מעשה with all due respect.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ווי זאגט בערל, זייט'ס נישט נאאיוו...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ווען מ'זאגט אויף א מעשה אז ס'איז השגחה פרטית איז משמע אז סתם אזוי איז נישט. די לעדי דארף חיזוק אין אמונה. מרת, רופטס שוין טל של תחיה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: השגחה פרטית

שליחה דורך א איד »

בכלל מאכט עס נישט קיין סענס, זי איז געזיצן ווארטנדיג, און ווען האט עס אנגעהויבן פארן, פון איר ווערסיע קורט אויס א גוטע פאר מינוט נאך איר מאן איז ארויס.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: השגחה פרטית

שליחה דורך נופת צופים »

העמק דבר?
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב האט געשריבן:קודם וואס האט דאס מיט השגחה פרטית? א געווינס פאר דער קאר-סיעט געזעץ.

די מעשה מאכט מיך אבער דיזי. וואס איך פארשטיי נישט איז וויאזוי די קאר האט אנגעהויבן פארן און בעקן. איך וואלט געזאגט אז דאס איז א סימן פון הימל אז פרויען זאלן אנהייבן דרייוון און זיך אויסקענען מיט אזא מאשין, און סיי ווער ס'דרייווט זאל נישט לאזן די שיפטער אין סיי וועלכן געיר אויסער פארק איידער מ'גייט ארויס פון קאר. אויב איז די מעשה ווי זי שרייבט, א קאר האט זיך אומשולדיג אנגעהויבן רוילן קען זי סוען די קאר קאמפאני צוזאמען מיט דעם דרייווער. קארס, ווי ווייט ס'לאזט זיך גלייבן, פארן נישט אליינס, און אז מ'דרייט דעם שליסל הייבט דאס נישט אן בעקן. עפעס פעלט פון דער מעשה, אבער א גוטס.

יואב: דא איז אין פלאץ נאכצוזאגן א גוט ווארט פון הרה"צ יארמער רב שליט"א. מרגלא בפומיה פונ'ם הייליגן רב..."עטץ ווילטס פרעגן קשיות, אדער הערן א מעשה"... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווי וואלט יואב געזאגט אמאל מעגן די מצוקים מנצח זיין די אראלים אויך.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לענ"ד איז די גיער געווען אויף נוטראל ופשוט הוא.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ריכטיג האט געשריבן:לענ"ד איז די גיער געווען אויף נוטראל ופשוט הוא.

שוין גארנישט אזוי פשוט ערעב ריכטיג. אם כדברך, מה לך הרכב כי תנוס לאחור דוקא דערנאך וואס אונזער השגחה-פרטית'אנקע האט געדרייט דאס אזויגערופענע שליסל? אויב איז דאס געווען אויף N, דאן פארוואס איז דאס געפארן אויף פאראויס מתחילה, ס'איז דאך אויף א בארג, ניין?
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: השגחה פרטית

שליחה דורך הויזן טראגער »

פשטות געווען אויף דרייוו אין זויווי סיז א בארג האט ער נישט געמערקט אז ספארט אין ווען סווייבל האט אויסגעלאשן ס׳ענדשזין איז עס געווארן זויווי נוטראל אין זויווי ס׳בארג האט זיך עס גענומען בעקן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואב האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:לענ"ד איז די גיער געווען אויף נוטראל ופשוט הוא.

שוין גארנישט אזוי פשוט ערעב ריכטיג. אם כדברך, מה לך הרכב כי תנוס לאחור דוקא דערנאך וואס אונזער השגחה-פרטית'אנקע האט געדרייט דאס אזויגערופענע שליסל? אויב איז דאס געווען אויף N, דאן פארוואס איז דאס געפארן אויף פאראויס מתחילה, ס'איז דאך אויף א בארג, ניין?

איז לאמיר איינזעצן אז ס'איז נישט געווען קיין בארג (ס'איז נישט מבואר אז ס'איז יא געווען ) נאר לויט די חפצים וואס זענען גלעגען אינעם קאר האט דאס געשטיפט דעם קאר אין איין דירעקציע, און ווען די פרוי האט געטוישט איר פאזיציע צו קענען דרייען דעם שליסל האט זי בטעות דורכדעם געלייגט געוויכט אויפן פארקערטן דירעקציע.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ריכטיג האט געשריבן:

 זי שרייבט קלאר די קאר – נאכן דרייען דאס שליסל – איז געפארן שנעלער און שנעלער "בארג אראפ". אלזא מוז זיין אז ס'איז געווען אויף א בארג, און וויבאלד ס'איז געווען אויף דרייוו אן געבן גאז, איז דאס צושטייטלעך געקראכן אויף פאראויס.

בכלל הייבט נישט א קאר אן צו "פליען" אויב ס'איז אויף נויטראל און ס'איז אויף א גראד פלאץ – אלץ צוליב דעם אזויגערופענעם "וואג" וואס די פרוי האט אוועקגעשלעפט פון איין זייט קאר, און דאס מנדב געווען צו דער צווייטער זייט.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותי זעצט ענק לערנען, אזוי טיף צו אפלערנען א מעשה וואס איינער האט אויסגעטראכט.

#עקספערימענטער
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב נישט אריינגעשטעלט דעם אשכול אין העמק דבר כדי זיך צו טענה'ן אין וועלכע גיער די קאר איז געווען...

מיין קשיא איז דא צי איינער זעהט די געוואלדיגע השגחה פרטית, מיט א אויספיר פון הודו לה'? אז מען האט אינעם באקלאפט די ביינער אזש אלע ביינער זענען צובראכן געווארן נאר דער קאפ איז געבליבן גאנץ איז עס דען א השגחה פרטית? אדער אפשר יא, אז פונקט דאס איז געבליבן גאנץ?

אבער מי עביד קוב"ה דינא בלא דינא, מסתמא אז אלעס האט זיך צובראכן און געפלויגן, איז זיך דאס (בנוסף צו איר קורצע טראומאטייזינג שרעק) איר פילייכט געקומען אלס אן עונש פאר א געוויסע קלענערע עבירה וואס פאדערט נישט קיין מיתת ילדים אלס תיקון. אויב אזוי, וואס איז די ביג דיעל? אה, אפשר איז די דיעל אז דער עונש איז געקומען אזוי גענוי מיט אזא פונקטליכקייט?

בכל אופן די ווארט "השגחה פרטית" קוקט מיר נישט אויס פאסיג דא. אדער בין איך ראנג. זאל מען מיר ביטע אויפקלערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין רבי ז"ל פלעגט צוזאגן אז די השגחה פרטית איז א לעסן אז נעקסט טיים זאל מען זיין מער פארזיכטיג.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב נישט אריינגעשטעלט דעם אשכול אין העמק דבר כדי זיך צו טענה'ן אין וועלכע גיער די קאר איז געווען...

מיין קשיא איז דא צי איינער זעהט די געוואלדיגע השגחה פרטית, מיט א אויספיר פון הודו לה'? אז מען האט אינעם באקלאפט די ביינער אזש אלע ביינער זענען צובראכן געווארן נאר דער קאפ איז געבליבן גאנץ איז עס דען א השגחה פרטית? אדער אפשר יא, אז פונקט דאס איז געבליבן גאנץ?

אבער מי עביד קוב"ה דינא בלא דינא, מסתמא אז אלעס האט זיך צובראכן און געפלויגן, איז זיך דאס (בנוסף צו איר קורצע טראומאטייזינג שרעק) איר פילייכט געקומען אלס אן עונש פאר א געוויסע קלענערע עבירה וואס פאדערט נישט קיין מיתת ילדים אלס תיקון. אויב אזוי, וואס איז די ביג דיעל? אה, אפשר איז די דיעל אז דער עונש איז געקומען אזוי גענוי מיט אזא פונקטליכקייט?

בכל אופן די ווארט "השגחה פרטית" קוקט מיר נישט אויס פאסיג דא. אדער בין איך ראנג. זאל מען מיר ביטע אויפקלערן.

זע מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול. איך זע דא א געווינס פאר דער קאר-סיעט געזעץ און פאר סיעט-בעלט אקטיוויסטן, בנוסף צו אפאר געזונטע פעטש פאר דעם אומ'אחריות'דיגן בעל עגלה.

השגחה פרטית? אוודאי! אז מ'וויל קען מען אריינלייגן גאט אין יעדעס-איינציגסטער זאך.  און נישט נאר איז דאס השגחה פרטית, נאר אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה, און ווער ווייסט אויב דרייט זי נישט דעם שליסל מיטן פינגער נאר לייגט בלויז וואג אזוי ווי ריכטיג שלאגט פאר, קען זיין די קאר וואלט געמאכט א דאבל-טאמבל-סאס אויף פאראויס און דאס קינד צוזאמען מיט דער מאמע וואלטן געהאט אזא סוף ווי אלעקסיי נאך אן אומדערפאלגרייכן קפיצת הדרך אין וואס דער צדיק האט באשלאסן צו באגיין זעלבסמארד.
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

השגחה פרטית

זיצט זיך א אידל אויף א עראפלאן און צוויי מינוט פאר די עראפלאן הייבט זיך דערמאנט ער זיך אז ער זיצט לעבן א פרוי. שטעלט ער זיך אויף און פאנגט אן צו שרייען און פארפירן.
מען שטעלט אפ דעם עראפלאן און מען פאנגט זיך אן בעטן מיט גוטן און שיינעם, און עס העלפט נישט. מען רופט אויס "ווער וויל זיך טוישן די זיץ"? און קיינער וויל נישט.
מען פאנגט איהם אן צו שטראשען און האלט זיך ביי זיינס. ער וויל א נייעם זיץ אדער וויל ער אראפ גיין פון עראפלאן.

דער עראפלאן פארט צוריק צום טערמינאל אין ער נעמט צוזאם זיינע זאכען און פאנגט אן אראפ צו גיין.

ממש פאר די טיהר איז געזיצען אן אלטער איד, נישט א פרומער און ווי ער גייט אדורך שטעלט ער איהם אפ און זאגט איהם דו קענסט זיצען איך וויל טישען מיט דיר.

פרעגט ער איהם, פארוואס האסטו געווארט ביז יעצט?

זאגט איהם דער אלטער... איך ווייס וואס גייט געשעהן, דו גייסט אראפ גיין פון עראפלאן און דער עראפלאן גייט קראכען און נאך דעם גייסטו זאגען "השגחה פרטית" דו זעסט? איך בין נישט געזיצען לעבן א פרוי און איך בין געבליבן לעבן. ניין ר' איד, אויב דער עראפלאן קראכט, קומסטו מיט!
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
פארשפארט