א שטראל פון האפענונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

א שטראל פון האפענונג

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען אימער די נושא פון גיוס בני ישיבות ערשיינט פריש אויפן סדר היום ביים יהדות החרדית שפילט זיך אפ אין מיינע צווי הונדרעט און אכט און פערציג גלידער אן אזיל חיורא ואתי סומקא. דהיינו אין אידישע איבערזעצונג: די בלוט דרוק מיינע שיסט ארויף אויף הויכע מסוכנ'דיגע שטאפלן.

פארצייטענס פלעג איך דורכליינען יעדער אידישע ארטיקל געשריבן אויף די נושא פון גיוס בני ישיבות אין זיכן מיט ליכט בחורים ובסדקים אולי וועל איך טרעפן עפעס א שרייבערל וואס זאל נאר מרמז ברמז כל שהו אז די צד שכנגד האט עפעס א טענה אדער א קליינע נקודה... אבער מיר האלטן אנדערש... אבער חפשתיו ולא מצאתיו קייינער אנגעפאנגן ביים ליטווישן יתד; גערער המודיע; און גענדיגט ביים דעם סאטמארע איד און ארונישע בלאט עקזעסטירן נישט קיין צד שכנגד ווער רעדט פון צו טעקלן זייערע טענות.

מען איז כסדר פארנומען ביי אונז מיט די נאכפאלגן פון גיוס בני ישיבות וואס עס מיינט פאר אונז חרדים און וואס עס מיינט פאר א בן תורה זיך צוטרעפן אינעם ציוניסטישן מיליטער. אבער פארוואס אכציג פראצענט פון מדינת ישראל בירגער פארלאנגען אז חרדים זאלן זיך שטעלן צו לשכת הגיוס דאס איז אינגאצען נישט אונזער עסק. ווייל יעדער ווייסט זיי מיינען דאך נאך אונזער שלעכטס זיי האלטן נישט אויס אז עס נאך דא אידן אשר לא כרעו לבעל.

היינט צוטאגס ליין איך נאך אלץ יעדער ארטיקל איבער גיוס בני ישיבות אבער נישט ווייל איך וויל דארט טרעפן א דעה צלולה, ווייל פון דעם האב איך זיך שוין פון לאנג מייאש געווען (איך קלער אז דא וואלט אפי' ר' נחמן אליין מודה געווען אז יאוש יא פארהאן) נאר א יעדעס מאל ווען איך ליין און איך הער ווי נאנט דער גזירה האלט ביים פארוויקליכט ווערן העראיך א בת קול היוצא מהר חורב אז נצח ישראל לא ישקר. א יעדעס מאל ווען איך זעה א בילד פון א חרדי מיט בארד און פאות זעה איך א שיין פון האפענונג א ליכט און דעם סוף פונעם טונעל אז עדיין יש תקוה.

ווער עס פארשטייט נישט וואס איך רעד וועל איך מסביר זיין בקיצור נמרץ. דאס איז דאך א דבר פשוט אז מיר זענען גוט אינדערערד א יעדער בר דעת פארשטייט אז צולאנג וועט אונזער מהלך החיים, וואס גייט שוין אן א יובל שנים פלוס צוויי שמיטות, נישט קענען אזוי אנגיין (בפרט און ארץ ישראל) מען האלט יעצט אינמיטען א טראנסזישן פון א מצב קריטי צו א מצב אנוש. יעדער קוועטש און יעדער ברעטשעט איינער וועגן דירות קריזיס און א צווייטער וועגן לימודי חול, איטליכער וועגן ששה בכרס אחד און אלע וועגן עניות שמעבירות את האדם על דעתו ועל דעת קונו. מען קען היינט נישט זאגן קיין גאנצע הללו-קה (אפילו אין א פארשטיפטע בית מדרש) אן איבערגעהאקט ווערן מיט זיבן משולחים און פינעף פושקע קלאפערס אנגעפאנגען פון טאטן פון חתן דער ברודער פונעם חתן און דער חתן אליינס און אמאך אלע דריי צוזאמען.

און דאס פארשטייט אויך יעדער אז פון אונז אליינס וועט נישט קומען די ישועה מיר זענען אזוי פארפלאנטערט מיט מעמד פרנסה קהילה ווייב שווער און שוויגער אז רוב בעלי דעה ווען מאכן דעם חשבון אז סלוינט פשוט נישט אויף צו הייבן א שופר און א שאַל טוען א תרועה. ווייל מען וועט דעם שופר צו ברעכן פאר עס האט צייט צו ענדיגן דעם ערשטן תרועה.

און דער אייבישטע צוזענדיג דעם פיין פון זיין געפלאגט פאלק האט ער ברוב רחמיו וחסדיו צוגעפירט בהשגחה פרטית אז יאיר לפיד זאל געווינען 51 מאנדאטן אינעם כנסת און אויפרודערן דעם דעת הציבור אז עס איז העכסט צייט צו ענדיגן דעם פאראזיטישן חרדישן לעבןס סטייל. זיך נעמען לערנן לימודי חול מיט די קינדער; גיין אין מיליטער און באוואכען דאס לאנד גענוי ווי אלע בירגער און אין איינוועגס זיך צוגעוואוינען צו יגיעת כפים און נאכדעם גיין ארבעטען און ברענגן פרנסה בכבוד און נישט זיין קיין לאסט אויפן אלגעמיינע ציבור.

און אולי האי וכולי אזוי ענדליך ברעכן דאס קייט פון עניות ביי חרדים, דאס משוגעת פון די ליטווישע אז פון צוועלף שבטיים האט מען געמאכט איין גרויסע שבט לוי, און בני ברק האט מען פארוואנדעלט און אן עיר שכולה כהנים. און צוקנאקען דאס שוואכקייט ביי חסידים צו זיין סמוך על שלחן וממון של אחרים אזש אז בית שמש און ירושלים זענען פארוואנדעלט געווארן אין אן עיר שכולה בטלנים.

פארשטייט זיך אליינס אז דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט קעמפען אז דאס אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך התורה והיראה דהיינו די בחורים זאלן קענען דאווענען בציבור במתינות ובדביקות. האבן שיעורי תורה און שיעורים אין ספרי חסידות. נישט זיין אויסגעמישט מיט פרויען וכו' אבער זיך גענצליך ארויסדרייען פון אלע התחייבות פון א בירגער צו זיין לאנד קען אריינגיין (לויט געוויסע פוסקים) אינעם גדר פון פולשטענדיגע פאראזיטן.[/justify]
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

פארשטייט זיך אליינס אז דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט קעמפען אז דאס אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך התורה והיראה דהיינו די בחורים זאלן קענען דאווענען בציבור במתינות ובדביקות. האבן שיעורי תורה און שיעורים אין ספרי חסידות. נישט זיין אויסגעמישט מיט פרויען וכו' אבער זיך גענצליך ארויסדרייען פון אלע התחייבות פון א בירגער צו זיין לאנד קען אריינגיין (לויט געוויסע פוסקים) אינעם גדר פון פולשטענדיגע פאראזיטן.

פארוואס קעמפן אויף צוויי פראנטן, ראשית העוסק במצוה פטור מן המצוה, ובפרט במלחמת מצוה הותרו כל איסורין שבתורה כמבואר ברמב"ם, והשנית לוינט זיך נישט ארייינלייגען די פולע ענערגיע צו קעמפן אקעגן אונזערע שונאים וואס ווילן אונז פארשלינגן, זאל שוין קומען דער צייט אז ס'זאל הערשן שלום ושלוה צעווישן אלע ראסן און נאציאנען און מיר זאלן אלע ארבייטן געמיינזאם פאר די פארשריט פון אונזער צוקונפט, ויקויים בנו מקרא שכתוב וְכִתְּתוּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת לֹא יִשָּׂא גוֹי אֶל גּוֹי חֶרֶב וְלֹא יִלְמְדוּ עוֹד מִלְחָמָה.אכי"ר
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

איך בין נישט אזוי אפטימיסטיש ווי די איבער די שטראל פון האפענונג. איך האב נישט לאנג צוריק געלייענט אן ארטיקל דורך י. עפרויקין, געשריבן אין יאר 1939. ער באקלאגט זיך אויף דעם וואס אידן האבן זיך אזוי גרינג געלאזט פארטרייבן פון זייערע היימען. אויב יעדער יחיד וואלט געבליבן שטיין פעסט, האט ער גע'טענה'ט, אפילו אויב מ'הרג'עט אים (וואס די דייטשען האבן סיי ווי געטאן) וואלט געווען אוממעגליך פאר די נאציס אויסצופירן. מ'קען נישט גיין פון יחיד צו יחיד און "קעיר נעמען" פון יעדן עקסטרע. מיר קוקט עס אויס אז וואס די אידן האבן ליידער נישט געטאן אין יענע יארן טוען זיי יעצט אין ארץ ישראל. און ווילאנג יעדע בחור האלט זיך פעסט און לאזט זיך ארעסטירן (ווייל זיי האבן נישט די קלארע בליק ווי די, בענדזשאמין), זע איך נישט ווי עפעס גייט זיך דארט טוישען.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כ'פארשטיי נישט פארוואס זאכן וואס זענען אזוי קלאר צו מיר, זענען אזוי פארנעפלט פאר אנדערע, און פארוואס זאכן וואס לייגן זיך נישט אויף מיין שכל, זענען אזוי פארשטענדליך צו געוויסע.
כ'בין שוין מיד פון קרעכצן און הייזעריג פון שרייען. פארשידענע זאכן אין טראדיציאנס וואס זענען קריואז און א מיסטעריע מאכן שוין מער סענס ווי דעם זינלאזע מלחמה קעגן די גיוס. אפי' די סאטמארע חוק פון סיעמס, און דער חרדי'שע עיכול קעגן פור סלייס, זענען שוין מער עולה על הדעת ווי די מלאכי חבלה'נע שק ואפר ראליס, און די געלדגייציגע ויזעקו'ס פון די אגודה- קעגן דעם חוק הגיוס.
וואס אין דער וועלט ווילן די חברה? וואט אן עירט? איז שוין אמאל געוועהן, מאז עמדו רגלינו בהר סיני, אז רוב רובא פון כלל ישראל זאל בלינד זיין, טויב זיין און אזוי צו'חוש'ט זיין?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אפטעמיסט האט געשריבן:וואס אין דער וועלט ווילן די חברה? וואט אן עירט? איז שוין אמאל געוועהן, מאז עמדו רגלינו בהר סיני, אז רוב רובא פון כלל ישראל זאל בלינד זיין, טויב זיין און אזוי צו'חוש'ט זיין?

יא, פערציג טעג דערנאך.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווי אזוי קענען מיר ארלעדיגען א גיוס אין אמעריקע?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גיי אין מלחמה מיט וויעטנאם.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

נולד מאוחר האט געשריבן:ווי אזוי קענען מיר ארלעדיגען א גיוס אין אמעריקע?

חלילה! מיר אלע גייען צו די ארבעט, ביי אונז קוקט מען ארויף אויף א בעלבאס און א בעל פרנסה.
(- - -)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

שוין צייט פאר א דיסלייק קנעפל
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נהורא נפישא האט געשריבן:
פארשטייט זיך אליינס אז דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט קעמפען אז דאס אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך התורה והיראה דהיינו די בחורים זאלן קענען דאווענען בציבור במתינות ובדביקות. האבן שיעורי תורה און שיעורים אין ספרי חסידות. נישט זיין אויסגעמישט מיט פרויען וכו' אבער זיך גענצליך ארויסדרייען פון אלע התחייבות פון א בירגער צו זיין לאנד קען אריינגיין (לויט געוויסע פוסקים) אינעם גדר פון פולשטענדיגע פאראזיטן.

פארוואס קעמפן אויף צוויי פראנטן, ראשית העוסק במצוה פטור מן המצוה, ובפרט במלחמת מצוה הותרו כל איסורין שבתורה כמבואר ברמב"ם, והשנית לוינט זיך נישט ארייינלייגען די פולע ענערגיע צו קעמפן אקעגן אונזערע שונאים וואס ווילן אונז פארשלינגן, זאל שוין קומען דער צייט אז ס'זאל הערשן שלום ושלוה צעווישן אלע ראסן און נאציאנען און מיר זאלן אלע ארבייטן געמיינזאם פאר די פארשריט פון אונזער צוקונפט, ויקויים בנו מקרא שכתוב וְכִתְּתוּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת לֹא יִשָּׂא גוֹי אֶל גּוֹי חֶרֶב וְלֹא יִלְמְדוּ עוֹד מִלְחָמָה.אכי"ר

יא. אבער ביזדערווייל?! וואס 'עט מען טון ביז ביאת הגואל און נאך מלחמת גוג ומגוג! מ'מוז זיכן עפעס אן עצה אויפ'ן קורצן טערמין אויך! :roll: :cry: :o
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 831
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

בענדזשאמין איר האט פארטוישט די יוצרות.
די ירושליימע אידן האבן ליב אייער בילד אבער נישט אייער שריפט,אין ישראל איז דער כלל, מיר בעטן געלט און גיבן עצות.
נישט פארקערט
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:און דער אייבישטער, צוזעענדיג דעם פיין פון זיין געפלאגט פאלק, האט ער ברוב רחמיו וחסדיו צוגעפירט בהשגחה פרטית אז יאיר לפיד זאל געווינען 51 מאנדאטן אינעם כנסת און אויפרודערן דעם דעת הציבור אז עס איז העכסט צייט צו ענדיגן דעם פאראזיטישן חרדישן לעבנ'ס סטייל. זיך נעמען לערנען לימודי חול מיט די קינדער; גיין אין מיליטער און באוואכען דאס לאנד גענוי ווי אלע בירגער און אין איינוועגס זיך צוגעוואוינען צו יגיעת כפים און נאכדעם גיין ארבעטן און ברענגען פרנסה בכבוד און נישט זיין קיין לאסט אויפן אלגעמיינע ציבור. און אולי האי וכולי אזוי ענדליך ברעכן דאס קייט פון עניות ביי חרדים

כאטש מיין שיטה איז בכלל נישט אייניג מיט הער בענזשאמין, גיי איך זיך נישט דא אויס'טענה'ן, איך האב נישט זיין פעדער און זיינע טאלאנטן, און איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס דעם אויבערשטנ'ס רחמים וחסדים און השגחה פרטית האבן פונקט געלאנדעט אויף דעם "פאראזיטישן" לעבנ'ס סטיל, אבער אויף די פאראגראף הנ"ל וויל איך זיך אפשטעלן און פרובירן פארשטיין.

נניח אז די חברה וועלן מצליח זיין איינצושפאנען די "חרד'ישע פאראזיטן" אינעם מיליטער, ווי אזוי פונקטליך גייט דאס זיי איינגעוואוינען צו "יגיעת כפים"? ברענגען פרנסה בדרך כבוד?

לויט די פרומע, וויל די מיליטער בלויז אפ'שמד'ן איידעלע בחורים וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו אזא פראסטן לעבנס שטייגער ואין להם אלא ד' אמות של הלכה.
לויט די פרייע, וויל מען בלויז אביסל סערוויס פארן לאנד, מ'כלומר'שט זאלסט צוריקצאלן אביסל פאר די האנט וואס שפייזט דיר. און נישט בלויז שיקן יענעמ'ס קינד אויפן פראנט.

אבער קיינער האט נישט בעזשאמינ'ס חלומות, אז דאס וועט ענדערן דעם לעבנ'ס שטייגער?

כולי עלמא איז מודה אז מדינת ישראל איז א פינאנציעל-געפלאגט לענדל, און עס איז א ריזיגער דיפערענץ פון די אייניגע עשירים ביז ס'רוב עולם וואס מוטשעט זיך אויפן טאג-טעגליכן, און יא, אפילו די פרייע/מיליטער גראדואירטע מיט קאלעזש דיפלאמעס; עס איז פשוט נישטא קיין געלט אדורכצוקומען דעם טאג! וויפיל פראטעסטן זענען שוין געווען צוליב די שרעקליך-הויכע שטייערן? מענטשן האבן זאגאר זיך פארברענט! און דאס איז שוין ביי די פרייע וועלכע האבן קוים א קינד אדער צוויי; וואספארא דמיונות וועבן זיך אין ענקערע קעפ אז נאך די "חסדי ה' פון גיין אין מיליטער און באוואכען דאס לאנד" גייט פלוצלינג אריינשיינען א הרחבת הדעת און זיי וועלן מער נישט זיין קיין לאסט אויפן ציבור?

איך וויל פשוט פארשטיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ביסט גערעכט, שמעקי, אז אין מדינת ישראל איז אפשר שווערער צו מאכן געלט ווי ביי אונז אין אמעריקא, אבער ס'איז פארט מעגליך צו ציען חיונה און נהנה זיין מיגיעת כפו.
אויב וועלן די חרדים דינען אין מיליטער, וועלן זיי אטאמאטיש ארויסגיין פון דעם אידיאטישע, שגעון'דיגע לעבענסשטייגער וואס פארבאט זיך איינגלידערן, ארבעטן און מצליח זיין, און וועלן ווערן ציווילזירטע בירגער וואס לעבן און לאזן לעבן. דאס איז משטיינס זיכער, און איז (פון) די סיבה פארוואס זיי שלאגן זיך אזוי דערקעגן.
ביי אונז איז א נארמאלע זאך אז אינגעלייט זאלן ארבעטן ביטער שווער, דרייווען באסעס, זיין פלאמבערס, עלעקטירישענס און אפילו דרייווען גארבעדזש טראקס. אבער אין מאה שערים און בני ברק איז טון עפעס אנדערש ווי כולל, מוקצה מחמת מיאוס. יא, גערעכט, די פשוט'ע המון עם זענען אומשולדיג, אבער אז מ'פראבירט זיי העלפן, פארוואס לאזן זיי זיך נישט?
מ'רעד זיך אייביג אפ אויף אונזער סיסטעם, אבער שמעקי טייערער, אין אר"י איז דער מצב ערגער כפלי כפלים כיוצאי מצרים. אפילו דרייווען א קאר איז א מתיוונ'ישע זאך און איז בבל יראה, כמעט, ביי די חרדי'שע באפעלקערונג.
פרענקלין איז גערעכט. לפיד איז א אור בקצה המנהרה און א שטראל פון האפענונג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטימיסט: א קליינע הערה: אין אמעריקע זאגט מען אז די "אור בקצה המנהרה" קען אמאל זיין א רכבת וואס קומט צו פליען.
אויף ענגליש קומט ע אויס זייער שיין:The light at the end of the tunnel can sometimes be an oncoming train...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וועט איר מיר פרעגן פארוואס איך ברענג ארויף אן אלטן אשכול פון אנדערהאלבן יאר צוריק.

דער סיבה איז, ווייל מיר דארפן כסדר איבערפרישן וואס מיר האבן געהאלטן, געמיינט, געהאפט, און 'געוואוסט' - פאר צוויי יאר צוריק, און וויאזוי אלעס קען זיך טוישן, ויהפך הקערה על פיה, און מיר געדענקן שוין ניטאמאל אז מיר האבן אמאל געמיינט אנדערש.

כלפי מה דברים אמורים? ס'האבן זיך דא אוועקגעשטעלט אפאר וויזיאנערן, הרבנים הגאוה"צ [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag], [tag]אפטעמיסט[/tag], ועוד, האבן אוועקגעשטעלט א פרייליך בילד ווי אט-אט גייען טויזענטער חרד'ישע בחורים לויפן אין מיליטער. לפיד איז על הגובה, ער מאכט סדר, און 'דאס איז עס'!

א יאר און א האלב שפעטער. לא קול ענות גבורה אנכי שומע, ולא קול ענות מלחמה אני שומע. כל ענות אנכי שומע. מ'האט אנגעכאפט דעם לפיד ביים גארגל, און גע'הרג'עט זיינע חלומות באספמיא. מ'האט אנגעכאפט די פארפיינטעטע חרדים, און מ'שלעפט זיי ארום ווי המן - מרדכי'ן. אלע בתו של המן'ס, אלע פרייע שונאי חרדים, אלע חרבונה'ס - געוועזענע פריינט פון לפיד'ן, זענען יעצט נוהג כבת המן און ווארפן די צואה רותחת אויף זיין קאפ אנשטאטס אויף די חרדים'ס קעפ. לפיד נדחף אל ביתו אבל וחפוי ראש, ולחרדים היתה אורה ושמחה וששון ויקר...

[כ'רעד נישט דא איבער מיין פריוואטע דעה בענין. כ'רעד איבער'ן מיינען אז מ'ווייסט וואס ס'גייט זיך אויסקאכן].
פארשפארט