גאנצל האט געשריבן:אה איך זעי שוין א גאנצע צייט אז דו ווייסט בכלל נישט וואס דא טוט זיך (כמנהג סקווירא לומר איך וועיס נישט ) אלנפאלס איך בעט דיך איבער אז דו ווייסט נישט ווייסטו דאך נישט
אוודאי זעט מען ווי דער עולם דא הייבט נישט אן צו וויסן, נישט קיין פרטים און אוודאי נישט די היסטאריע און ווייטערע באהאנדלונגען. אבער דאס וואס איר רינגעלט איין בדרך אגב, (כמנהג סקווירא לומר איך וועיס נישט ) דאס איז נישט ממש א מנהג, און נישט ממש אנגעהויבן אין סקווער, סאיז א חז''ל אין מס' ברכות דף ד. דאמר מר, למד לשונך לומר איני יודע
מסירת אינפורמציה לשלטונות, לגרום לו למאסר, נקרא "מסור" מסור אפילו בלא התראה פסול לעדות ולשבועה (הריב"ש סי' תע"ג).
תני רבי אבהו קמיה דר' יוחנן: הגויים ורועי בהמה דקה לא מעלין ולא מורידין, אבל המינין והמסורות וכו' מורידין (לבור) ולא מעלין וכו' (ע"ז כ"ו.). כי לדעתם הוא חייב מיתה.
המוסרים היו עוכרי ישראל והרעו להם יותר מהגויים, ולכן התירו את דמם כמו שהתירו דם הרודף אחר חברו להרגו, מטעם הבא להרגך השכם להרגו. מסור אחד מסוגל להרוג כמה אלפים נפשות מבני ישראל, או לגרום לעונשם בייסורים ולפגוע בממונם. הרמב"ם פוסק (הל' חובל פ"ח): שהיו צריכים להזהירו מקודם בהתראה קלה: "השמר ולא תמסור". ואם העיז פניו מותר להרגו. ומעשים בכל יום שהיו מוסרים המוסרים בארצות המערב (מורוקא) לידי גויים להריגה (שם). האומר למסור את חברו. וקדם הוא והלשינו. הדין עמו (משפטי שמואל סי' צ"ד). עונש המוסרים בספרד המלשינות התפשטה מאד בארצות ספרד ופורטוגאל בעת ששררה שם ממלכת הכמרים, לכן הורו הרבנים להתיר דמם, ולענשם במיתות משונות כדי רשעתם.
ר' יוסף מיגאש ציווה לסקול מסור אחד ביוה"כ שחל בשבת לפני נעילה (ר"י אשרי, זכרון יהודה נ"ה:).
הריבי"ש מעיד כי מאז הדורות הראשונים ועד זמנו היו מתירים להרוג המוסרים בקהילות ספרד (רשב"א).
גם השלטונות נתנו רשות לבית הדין היהודי לדון דיני נפשות למלשינים (שו"ת הרא"ש כלל י"ג א').
בקהלת טולדו תקנו להחרים את המוסרים בבתי כנסיות, ולענוש עונש מיתה ואין צריכים לכך הסכמת המלך.
בפולין דנו את המוסרים באכזריות: חתכו את לשונם ואזניהם,
איך גיי מיך נישט אריינמישן על ריב לא לי, כדברך. אבער א ווארט נאר צום צושטעל פון אמאליגע מוסרים וועלכע זענען געווען די אפפאל פון כלל ישראל אןן געזוכט צו פייניגן זייערע אייגענע אמאליגע ברודער, זיי זענען טאקע געווען אמת'ע רשעים און חייב מיתה, אבער אויב איינער מסר'ט בלויז כדי להציל את עצמו איז גאר אן אנדערע מעשה און דער דין איז אויך אנדערש,
ביי קריעת ים סוף האט דער מקטרג אויך גע'טענה'ט הללו והללו עוע"ז, האט אים הקב"ה געגעבן א בייזן בליק, שמא אתה דן שוגג כמזיד, אונס כרצון... עכ"פ אם יש דעת דאן פארשטייט מען דעם נפק"מ, אבער אם אין דעת הבדלה מנין.
ס'איז מורא'דיג צו ליינען פון מנשה. ס'גיט א קלארען בליק אויף די עמהארצות פון סקווער וכו'. ער האט שוין געשריבען וועגען דער פסק ב''ד איהם צו שחט'ען. הייסט'ס דער דיין איז אויפגעקומען מיט אט די נערישקייטען. און ר' חיים אהרן איז נאך מבזה תלמידי חכמים?! א פאק חצי שיעור עם הארצים וליתר שאת עי' בכתביהם על כל מקצועות התורה. און דאס איז נאך די גרעסטע ת''ח דארט!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנשה קודם אן אימראוומענט עס איז דיר פריש געלונגען צו נעמען אלע חברי השטיבל פון כעלעמער ביז באדאפעסטער אויף א צירקוס שפיל אז עס גייט א רויעך (אן פייער פארשטייט זיך... עכ"פ פאר דערווייל .. אויף שפעטער קען מען נישט וויסן ..) וויסן זאלסטו אז איך האב אסאך אינפארמאציע איבער דעם פרשה (און אזוי אויך אנדערע היסטוריה פרשיות נאך פאר די ביסט געווען אין די וואונדלען תשל"ח . איך מיין די ביסט נאך אלץ אין די ווינדלען ... אבער שוין) אבער איך גיי נישט אלעס אראפ שרייבן. און יעצט מיין קשיא צו דיר איז אזוי. וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען די בלוט פון אים און זיין משפחה ביי דעם ספעציפישן פאל ??? * אמת אז ער האט פראבירט מיט אלע כוחות אנצוזייען כאאס און אנצודרייען א מרידה ביי יענעם אינדערהיים וואס איז א שרעקליכע חוצפה מצדו. * אמת אז ער איז א פוסטע ליידיגגייער (פאר די וואס קענען אים ) אין ער האט מקריב געווען זיינע טעכטער פאר זיינע נארישע אינטערעסן. * אמת אז אין צענדליגער מקומות אינדערהיים וואלט זיך אזא מעשה געענדיגט בערך אזוי. * אמת אז א שיינע פאר ניקים דא רעדן צום טאכטער און מיינען די שנור. (ווייל איך זע נישט אז זיי זאלן ברויזן אזוי נאך אלע אנדערע (אומ)געלונגענע רציחות ליידער. און אפשר מיט דעם ווילן זיי זיך מוחל זיין אייגענע עבירות פון די קרית יואל'ער ישיבה יארן. * אמת אז זייער שטארק מעגליך עס ווואלט זיך נישט אנגעצונדן א פארטש וואס איז קאנעקטעט מיט א דינעם שטריק פון צוויי הייזער ווייט. * אמת אז דער רבי ווייסט גאר גוט וואס טוט זיך בכל קצווי תבל פון שיעורי תורה און רבנים וקהילות ביז ריעל עסטעיטס און סטאקס אבער ביי זיך אין בעק יארד ווייסט ער נאר וואס די יוצאי משרתיו ואשר משרתיו יד ימינים ורגל השמאלניים פיטערן אים (המיטינג בסוד בדיוק השנה קודם לכן עקב הנושרים ווען ער האט געשריגן על הדינים וראשי קהילה היתכן מען פיטערט אים מיט ליגיונות )
דאס אלעס אבער איז נישט קיין שום תירוץ היתכן די דיינים מיט די ראשי קהילה וגם (לרבות) ממשפחי המלוכה וואס האבן יא געוויסט וואס דא גייט פאר און זיי האבן געשוויגן פון אנפאנג שוין . ביים פראטעסט צוויי יאר פארדעם האבן זיי זיך נישט געלאזט הערן קיין פיפס ! און אז דער מנהל הישיבה גדולה ר' מאיר פאכטמאן האט יא געשטורעמט דערקעגן האט מען אים נישט געשאנקען קיין צו צעפרידענע בליקן שיין גערעדט ! און אז אביגדור אסטרייכער האט געשטורעמט רבותי עס גייט זיין ביטערע נאכפאלגן האט מען אים פארשוויגן !
והשאלות המיליון במקומה עומדת וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען זיין און זיין משפחה'ס בלוט ??? אז די ווייסט נישט קענסטו גיין אנפרעגן ביים אייגן געקרוינטע דיין פון די טעראריסטן יי"ג ...
נאר איין הערה'לע. וואס איז דער נ''מ וואס וואלט געשעהן אינדערהיים? אז מ'טאר נישט, אז ער איז נישט דער מוסר פון די תורה (ווייל יענער מסירה מיינט מיט א חשש מיתה, כמובן לכל מי שיש לו מוח בקדקדו) איז דאס פולקאמער רציחה. מנשה האלט אין איין סטראשען אונז צו זאגען וואס און ווען, אבער למעשה אפילו זיין דמיון האט נישט אפירגעברענגט קיין איין מעשה וואס קען צולאזען אזא פסק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
און מצד שני, די גוטע אפעקט פונעם קלינ'אפ אין שטעטל איז זייער זעעבאר, אז צוביסלעך ווערט מען פטור פון אומגעוואונטשענע קרעץ, ווי דער פריערדע רבי הקדוש יעקב זצוק''ל האט געזאגט ביים בויען, מיין שטעטל איז ווי תיבת נח, ווער ס'וועט ניט דא באלאנגען וועט עס אויסשפייען בעל כרחו.
היסטאריע וועט פלאקערן אין פנים פאר די סקווערער חסידים אין הונדערט יאר ארום וועלכע וועלן פרובירן שרייען אז סקווירא האט נישט געשטיצט די רציחה און נישט glorified די מארד-פרואוו. געלויבט גאט אז מ'קען נישט פארמעקן תגובות אין ק"ש נאך אפאר טעג אזוי אז די גרויליגע, הימל-שרייענדע קאמאנטארן פון מנשה לוסטיג וועלן פאראייביגט ווערן דא לדראון ולחרפת עולם.