מעגן מיר טאקע האבן בלינדע ציטרוי פאר אגרעסיווע מוסדות צדקה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

מעגן מיר טאקע האבן בלינדע ציטרוי פאר אגרעסיווע מוסדות צדקה?

שליחה דורך זיניגער »

אין די צוקנופטיגע טעג וועט פארקימען א דינר פאר איינע פין די גרעסטע צדקה ארגעניזאציעס צווישן אחינו בני ישראל, דער פלאן איז צי באצויבערען דעם עולם מיט פארשידענארטיגע מעטאדען צויבערייען, טאלאנטפולע רעדנערס, הארציגע זינגערס, מוועט אויפשפילען עמאציענעלע ווידיאוס/סליידס, כדי ווייעך מאכן די הערצער פין די ציבור צישויער זיי זאלן עפענען דעם טייסטער זייערע אין טריפלען די געפלאנטע גיטהארציג צדקה נתונה פארן וואילטעטיגן מוסד, פארשטייער ווייסן גענוי אז דא ווערט איז באניץ העכסט פאגעשריטענע פסיכיאלאגישער אפאראט, צווישן אנדערע ניצט מען ״שולד״ ״רחמנות״ ״קנאת סופרים (קאמפעטישאן)״ ״גליסטעניש״ ״לוקסוס״
צי דעגרייכן דעם ציל אויסמעלקן דעם ציבור צום מאקסומום מעגליך.

עס עקזעסטירן צווישן אידן הינדרעטער מוסדות צדקה, ווייניג אבער זענען אזוי אגרעסיוו ווי די איטליכע מוסדות וועלעכע גיבן זיך אפ מיט ל״ע קינדערלויזע, אין קענסער ל״ע, די דערמאנטע שטעלן אהער אפאר מאל א יאר גאר רייכע לוקסעריע באלען פין וועלעכע די אמאליגע פריצים וואלטן פאר בושות געפאלן, עס וויל זיך גלייבן אז די מוסדות זיינען אמתדיג אין ערליך אין האבן כמעט קיין אייגענע אינטערעסן אין ס׳רוב פין די געלט קומט טאקע אן צי די באדערפיגע אין די מוסד איז נאר א מיטל-מענטש צווישן דעם ציבור אין די באדערפיגער, אדער נישט?

עס ווינדערט מיר כסדר וויאזוי מענטשן האבן אזא בלינדע ציטרוי צי די מוסדות צדקה, ווער איז זייער רואה חשבון? וואלטן זיי אריינגעלאזט א דרויסענדיגער רואה חשבון צי אבזערווירן זייערע טעטיקייטן? פארוואס פארלאנגן זיי דעם טשעק געשריבן צי זייערע קאנטע, וואלטן זיי מסכום געווען מענטשן זאלן אהינגעבן די געלט דירעקט צים באדערפיגער? חלילה איך באשילדיג קיינעם נישט אני בעצמי שוין אסאך געלט אהינגעווארפן, איך שרייב נאר מיינע קווענקעלנישן דא צי פארשטייען וואס איר טראכט דערוועגן, וויאזוי מען ווארפט מיליונים דולארן פאר ארגעניזאציעס אן דעם וואס קיינער חוץ די בעה״ב אליינס ווייסט נישט פינקטליך וואס ווערט געטוהן מיט די אלע געלטער.

אינגאנצן א חודש ציריק איז געווען אויף די מידיא וועגן די מוסד ״קארס פאר קידס״ ווי מהאט אויפגעדעקט די גאנצע אפעראציע וויאזוי די בהב״ת אינוועסטירן די צדקה געלט אין די מיליונים אין ריעל עסטעיט אין מאכן שווערע געלטער דערפין וואס קיינער ווייסט נישט ווי סגייט.

עס זיינען דא צווישן אונז הינדרעטער פריוואטע מענטשן וועלעכע וואלטן געטוהן אלעס אין די וועלט פאר אן עקסטערע הינדרעטער אין טאש, טאקע עמיצער וואס גיט דאס אהין פאר זיי באקומט נישט קיין אויפמערקזאמקייט אין ער ווערט נישט געקרוינט אלץ אן אורח הכבוד וכדומה, נישטא קיין שום צדקה ארגעניזאציע וועלעכע קעיטערט פאר פאלנע ארעמעלייט וועלעכע זאל מאכן אזוינע באפומביסטישע אויפרייסערישע באלן מיט עמאציענעלע אביוז אריינכאפן מענטשן זאלן אויסליידיגן זייערע קעשענעס לצורך עניי עירך, פארוואס??? קען זיין וויבאלד די הערצה אין מיט געפיל צים ארימאן איז נישט אזוי גרויס ווי צים קענסער פאציענט ל״ע ? אדער צים קינדערלויזע פאר פאלק? מעגליך מענטשן האבן מער רחמנות אויף א מצב וואס האט באטראפן איינעם אין וועלעכער סאיז נישט מעגליך זיך אליין העלפען, צימאל מענטשן באשילדיגן דעם ארימאן אין זיין מצב אז ער איז נישט גענוג אמבישעס נישט גענוג פלייסיג מילא פילן זיי נישט אזא הערצה.

אדרבה פרעגט די אגרעסיווע עסקנים פין די צדקה ארגעניזאציעס אויב עס איז מעגליך אויסשרייבן אייער טשעק דירעקט צים אונשורענס קאמפעני, אדער צים שפיטאל, פערטילעטי דאקטאר אליינס, פרעגט זיי אויב איר קענט דורכקיקן זייערע ביכער, מעגליך זיי וועלן אייערע בקשות ערפילן גלייך, אדער נישט!?
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך זיניגער »

סאיז זייער וויכטיג ציצילייגן אז פונקט ווי אלע עסנווארג וואלט קיינער נישט געגעסן אן קיין פארלעסליכע השגחה אפילו אויב די פראדעצירער איז א אנשטענדיגע איד א בעל יראת שמים, אזוי אויך פארוואס זאלן מיר נישט פארלאנגן יעדעס צדקה ארגעניזאציע זאל מוזן בלי שום יוצא מים הכלל האבן אן השגחה פין אן ערפארענע אקאינטענט וועלעכער זאל זיכערע מאכן אז די געלט ווערט נישט פארשפענדעט אויף מותרות אין אז די סערוויסעס וואס זיי שטעלן צו איז טאקע אוועילעבל פאר יעדן איינעם אנע אויסנאם, דאס איז קיין שום סתירה מיטן חשובות פינעם נשיא המוסד, דער נסיון איז זייער גרויס ווען מען באזיצט א באנק קאנטע פין איטליכע מיליון דולר אין מען איז אליינס אחראי אן קיין דרויסענדיגע איבערזיכט.
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

אלץ אן אינסיידער ביי בוני עולם קען איך מעייד זיין אז אלעס און ממש אלעס איז בהדרכת די סקווירא דיין פון בארא פארק הרב שטיינמעטץ שליט"א און ער האט צוטריט צו יעדע דאללער וואס קומט אריין און גייט ארויס.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

דו צאלסט שכר לימוד דירעקט צו דער מלמד אויך? אז דו װײסט פון איינעם װאס דארף געלט פאר גרויסע
דאקטורים איז אדרבה העלף זײ ארויס פריװאט. און נאך אזאך איך װײס נישט צו אלעס איז לשם שמים
אבער װאס איז א חילוק דער װאס שנארעט פאר א מוסד קען צומאל נעמען 50% פון די געלט פאר זיך!
איך גלײב נישט אז דו בעטס פון איהם אלע ביכער. אל אײ קנאו איז אז זײ העלפן ארויס אויף א פארנעם
װאס די ארגענזאציעס האבן קײנמאל נישט ארויס געהאלפען אזוי פיל פײנעשלי און אפילו מענטאלי.
יא יא די בילס װאס זײ צאלן איז אסאך אסאך מער פון װאס עס קאסט שכר לימוד, הכנסות כלה וכו׳.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען דו גייסט צום דאקטער ווילסטו אויך וויסען ווי די גאנצע געלט גייט? ס'איז זייער פארשטענדליך אז א ארגאניזאציע דארף אויסהאלטן זייערע איינגעשטעלטע, ציווישן אסאך אנדערע, וויכטיגע עקספענסיוו'ס.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

Re: מעגן מיר טאקע האבן בלינדע ציטרוי פאר אגרעסיווע מוסדות צד

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

די רעדסט בדרך ספק ספיקה אין דורך דעים קען ארויס קומען אז מענטשן וועלען האבן א קאלטקייט פאר די ארגענעזאציע, האסט ברייטע פלייצעס.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

סתם א שאנדע קומט זיך אן דא איינער, קען ניטאמאל ספעלן אידיש און האט א חוצפה קאלט צו מאכן אידן שטיצן אזא מוסד ווי RCCS. פערצופאל ווייס איך פון א נאנטן וואס האט זיך צו זיי געוואנדן, זייער ווערק איז אומבאשרייבליך. אויסער וואס זיי ערלעדיגן אינשורענס תיכף ומיד, וואס קען דויערן פיל לענגער אן זיי, טוען זיי באצאלן די טייערע פרימיומס ווי לאנג עס פארלאנגט זיך. זיי וועלן באגלייטן דעם פאציענט מיט ראט און ערלעדיגן אפוינטמענטס צו גרויסע ספעצאליסטן וואס אן זיי קען מען ווארטן וואכן. וואס מיינט איר פון וואו נעמען זיי געלט צו צאלן יארן אינשורענס פאר הונדערטער מענטשן?

איך וואונשט נישט פארן פותח האשכול ער זאל דארפן אליין בייוואינען וואס RCCS טוהט. וואו נעמט זיך אזאנע מדות משחתות רבש"ע?
מרדכי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:56 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

Re: מעגן מיר טאקע האבן בלינדע ציטרוי פאר אגרעסיווע מוסדות צד

שליחה דורך מרדכי »

איך האב אויך מיטגעהאלטן מיט א נאנטע וואס RCCS האט ארויסגעהאלפן אין אזויווי בן תמליון זאגט זייער ווערק איז אומבאשרייבליך
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיך באדערט מער ווי מ'גיט אויס אזויפיל געלט פאר פאנדרעיזינג און פראפעשינאל מארקענטינג. דאס ווייזט אז די וואס זענען ביים שיסל ווארפן זיך זייער גרינג ארום מיט געלטער וואס קומט פון אפגעהארעוועטע אידן.

איך האב נישט קיין אינסייד אינפארמעישאן און איך קען נישט קיין פינקטליכע נאמבערס, אבער נעם אזא קלייניקייט ווי שיקן א מעילינג פאר גאנץ בארא פארק אדער וויליאמסבורג מיט א לשנה טובה ווינטש. איך עסטימעיט אז די גרעפיקס, פרינטן, פאקן, און מעילן קאסט בערך א דאללער א שטיקל. בארא פארק האט בערך צוואנציג טויזענט אדרעסן און וויליאמסבורג האט בערך צען טויזענט. דאס הייסט 10-20 טויזענט דאללער אראפגעפלאשט ווי גארנישט.

איך בין אמאל איבערגעגאנגן די נאמבערס מיט א פאנדרעיזער פון א מוסד, האט ער געזאגט מיט א פשטות אז ס'איז נארמאל צו ספענדן פיפציג אלפים אריינצובאקומן אכציג אלפים. דאס איז א הימל געשריי! מיט וואספארא היתר איז מען מאבד אזויפיל ממון ישראל?

ס'זענען דא די געציילטע עשירים וואס קענען פון צייט צו צייט עפענען די טייסטער און געבן גרעסערע סכומים נאכ'ן ווערן איבערגענומען און אנגעווארעמט פאר א צוועק. אבער 99 פראצענט מענטשן האבן א לימיט וויפול צדקה זיי קענען טיילן, און ווען מ'נוצט זייער געלט אויף פראפאגאנדע מיטלן האט מען אוועקגענומן געלט וואס וואלט סייווי געגאנגען פאר צדקה און עס געווארפן אין מיסט.

איך וואלט מיך געפרייט אויב איינער קען עס פארענטפערן ווייל עס רייסט מיר דאס הארץ יעדעס מאל איך זעה ווי מ'ווארפט אוועק געלט וואס מ'וואלט געקענט ניצן פאר אזויפיל גוטס. אבער ביזדערווייל האב איך אפגעמאכט אז איך גיב נישט מער ווי א מינימאלע סכום פאר די אלע מוסדות וואס געבן אויס געלט אויף פראפאגאנדע.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שמעון וואלף האט געשריבן:מיך באדערט מער ווי מ'גיט אויס אזויפיל געלט פאר פאנדרעיזינג און פראפעשינאל מארקענטינג. דאס ווייזט אז די וואס זענען ביים שיסל ווארפן זיך זייער גרינג ארום מיט געלטער וואס קומט פון אפגעהארעוועטע אידן.
איך האב נישט קיין אינסייד אינפארמעישאן און איך קען נישט קיין פינקטליכע נאמבערס, אבער נעם אזא קלייניקייט ווי שיקן א מעילינג פאר גאנץ בארא פארק אדער וויליאמסבורג מיט א לשנה טובה ווינטש. איך עסטימעיט אז די גרעפיקס, פרינטן, פאקן, און מעילן קאסט בערך א דאללער א שטיקל. בארא פארק האט בערך צוואנציג טויזענט אדרעסן און וויליאמסבורג האט בערך צען טויזענט. דאס הייסט 10-20 טויזענט דאללער אראפגעפלאשט ווי גארנישט.


קודם כל רוב מאל איז עס מתנדב פון א קאמפעני וואס טוט בחינם דריקען די קארטלעך (כ'ווייסת נישט כשטעל זיך פאהר, פארשטייט זיך אז איך קען נישט רעדן פאר יעדער מוסד) שיקן אויפן מעיל איז אויך פארהאן וועגען אז א מוסד זאל כמעט נישט דארפן צאךן דערפאר

שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין אמאל איבערגעגאנגן די נאמבערס מיט א פאנדרעיזער פון א מוסד, האט ער געזאגט מיט א פשטות אז ס'איז נארמאל צו ספענדן פיפציג אלפים אריינצובאקומן אכציג אלפים. דאס איז א הימל געשריי! מיט וואספארא היתר איז מען מאבד אזויפיל ממון ישראל?


נאכאמאל, איין מוסד קען נישט רעדן פאר יעדער, אבער די גרויסע מוסד באקומען "געווענדליך" רוב בחינם

אז מרעדט שוין וויל איך זאלסט וויסען אז נגידים געוויסע זענען אויסדריקלעך מאדנע אין וועלן דווקא געבן גרעסערע געלטער טאמער די פארטיי קומט פאהר אין א ריזיגע זאל מיט טייערע עסען אין הערליכע טישטיכער.
רוב נגידים וואלטן נישט געגעבן די געלטער ווען בוני עולם דינער קומט פאהר אין די בעיסמענט פון טאהש אויף 14עוו
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

Re: מעגן מיר טאקע האבן בלינדע ציטרוי פאר אגרעסיווע מוסדות צד

שליחה דורך מצטמק ויפה »

זיניגער אויב וואלסטו דאס געשריבן סתם אין א גרינעם דינסטאג, און זיך אויסגעגעבן וואס עס ליגט דיר אויפן מאגן החרשתי, אבער בו ביום פונעם דינער קומסטו קאלט מאכן אידן פון שטיצן RCCS און אפראטעווען טויזענטער מיטגעמאכטע נשמות?!
איך האף אז מיינע ווערטער וועלן נישט פאלן ווי א פערזענליכע אטאקע אבער מ'דארף אמאל טראכטן פאר מען שרייבט עפעס וואס מען ווייסט אז הונדערטע אידן וועלן דאס זען.

און יעצט צום ענין: יא איך בין אביסל אינוואלווד ברוך השם אין דעם מוסד און איך קען מעיד זיין אז RCCS וואטשט אויף יעדן דאללער עס זאל נישט גיין לאיבוד. וריאה לדבר, ווען זיי ווילן ווען פאטשקענען געלט מאכן זיי יעדעס יאר א דינער און נישט איינמאל אין צוויי יאר. נאר על פי חשבון האבן זיי געזען אז דאס גייט ברענגען מער פארלוסטן ווי פארדינסטן מאכן זיי דאס נאר איינמאל און צוויי יאר אפילו עס איז לכאורה א סתירה מיט פ"ר

Sent from my KFTHWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

oouucchhh [tag]זיניגער[/tag] ווען די קענסט בעקסטו אויף מיט א טראק, ניין?
kudos קאווע שטיבעל, נישט אייביג זענען מיר קעגן עסטעבלישמענט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בן תמליון האט געשריבן:סתם א שאנדע קומט זיך אן דא איינער, קען ניטאמאל ספעלן אידיש און האט א חוצפה קאלט צו מאכן אידן שטיצן אזא מוסד ווי RCCS. פערצופאל ווייס איך פון א נאנטן וואס האט זיך צו זיי געוואנדן, זייער ווערק איז אומבאשרייבליך. אויסער וואס זיי ערלעדיגן אינשורענס תיכף ומיד, וואס קען דויערן פיל לענגער אן זיי, טוען זיי באצאלן די טייערע פרימיומס ווי לאנג עס פארלאנגט זיך. זיי וועלן באגלייטן דעם פאציענט מיט ראט און ערלעדיגן אפוינטמענטס צו גרויסע ספעצאליסטן וואס אן זיי קען מען ווארטן וואכן. וואס מיינט איר פון וואו נעמען זיי געלט צו צאלן יארן אינשורענס פאר הונדערטער מענטשן?

איך וואונשט נישט פארן פותח האשכול ער זאל דארפן אליין בייוואינען וואס RCCS טוהט. וואו נעמט זיך אזאנע מדות משחתות רבש"ע?

מוז נישט זיין מדות מושחתות. דו און נאך אנדערע ווייסן (ליידער) פירסט הענט זייערע אויסטערלישע צדקה וחסד, און ער נישט.
ער וויל דאך געבן געלט, האט ער נישט א רעכט צו פרעגן וואו דאס געלט גייט? און וואו קומט אריין די ספעלינג דא, רבש"ע?...
כ'זאג נישט, איך וואלט עס נישט געשריבן, איך קען ר' הערשל'ען גוט ער איז ממש אן עמוד החסד און טייערער איד וואס לעבט מיט כסדר צרות ישראל, איך געב אים יותר מכפי יכלתי (מער ווי כמעט סיי וועלכע צוועק), אבער אז איינער פרעגט, מיינט נאך נישט אז ער האט מדות מושחתות.
וירח ה' את ריח הניחוח
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מה נאמר מה נדבר, רופא חולים איז דאך באוואוסט, סאיז א קלא דלא פסיק ווי זיי דעקן אינשורענס פאר יעדן צווייטן חולה, אריינגערעכנט מיינע צוויי גאר נאנטע קרובים וואס האבן עס ביידע נישט געמאכט (איינער א יונג קינד).
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

זה הכלל

שליחה דורך פליקער »

אראפ רייסן סתם איז נישט קיין קינסט, מען ברויך האבן געוויסע כללים ווען מען גיבט צדקה פאר א ארגענעזאציע.

די חלק ה'אויסברעינגעריי כדי צי לייזן געלט, און דעים איז געוועינטליך די מוסד נישט שילדיג, ווייל מען ברויך זיין ריאליסטיש און וויסן אז היינט ציטאגס ווען מען וויל לייזן, ברויך מען פאמפען און קאמפיטן קעיגן אנדערע, בכדי צי קענען זיין על הגובה, מען קען נישט פארלאנגען דייקו פון איין מוסד אז זיי זאלן אויסקלאפן און שיל אז זיי גייען האבן מלווה מלכה אדער א דינער השנתי, ווייל מיר ווייסן תיכף אז די ריזאלטאטן וועלן נישט שפעיטיגן, און קיינער גייט זיך נישט באווייזן.

ווען משיח וועט קומען וועט ער דאס אויסראטן, אבער ביז דאן ווען דער באדזשעט איז גרויס, מיז מען אינוועסטירן פיל טישוס אין שילן, האנטיכער אין מקוה, געיבן רייכע מולצייטן בכדי ארויסריפן דעים עולם, און זיי אויסזעקלען.

אבער עס איז כדי אז ווען מען גיבט די צדקה זאל מען זיך מאכן א קליינעם חשבון, איז די מוסד א ארגענעזאציע וואס איז ווערט מיין צייט, האב איך אדער מיין קרוב אדער באקאנטע הנאה פון זייער עקזיסטענץ אדער נישט, וואס איז די מיסיע פונעם ארגענעזאציע, איז עס א קלארע מיסיע, דאן קען מען זעין אויב זיי ערפילן דעים סערוויס אדער נישט.

למשל די מיסיע פון RCCS, איז זייער קלאר וואס זיי טיען, דהיינו זיי צאלן די אינשורענס פאר משפחות וואס זענען געכאפט געווארן ביי סאפרייס מיט א שרעקעדיגע דיאגנאזע, עס קען יעדען ליידער אנכאפן, קיינער איז נישט פארזיכערט, און זיי פרעיגן נישט קיין קשיות, זיי צאלן די אינשורענס, איז דאך מישען עקאמפלישט, ממילא אפילו זיי טיען כל מה שביכולתם צי מאכן זיכער אז זייער באדזשעט איז געדעקט בין איך מסכים, אפילו איך פיר נישט אדער זעי נישט זייערע ביכער, און אפילו זיי דעקן זייער בודזשעט מיט א שמיץ אריבער.

ועוד ארגענעזאציעס וואס זענען דומה צי RCCS, איז ארגענעזאציעס ווי הצלה, בוני עולם, געוועינטליכע מוסדות התורה ווי מען האדעוועט אייערע קינדער, און נאך געוויסע געציילטע ווי ר' אברהם לויפער וכדומה זענען גלייך, ווייל יעדער קען נהנה זיין בעת צורך, אן קיין גרויסע קאמפלעצירטע אפליקאציע, מען דיילט א נומער מען בעיט הילף און די ארגענעזאציע קומט צי הילף.

דערנאך איז דא ארגאנען וואס זייער מיסיע איז נישט קלאר, עס איז פארנעיפלט, קען זיין אז זיי טיען יא אויף אדער קען זיין אז נישט, איך פערזעינליך וועל זיך באגיין אפילו די מוסד וועט נישט שטיין, זייער גאנצע עקזיסטענץ איז געווידמעט פאר קירוב, אדער מוסדות אין ארץ ישראל אדער תימן וארגענטינא, אדער א קרן יתומים פאר א איזאלירטע טראגעדיע, און קומען אהיים מאכן א טימל, מאכן בליטיגע פלאקאטען, לעקטערישע פלאטשע לעמפ פון מתעסקים, דארט ברויך מען יא לכאורה האבן מער דעיטע אויב עס איז ווערט די עצם ארגענעזאציע אדער צוועק, און נישט ווערן אינטימידירט פון א צעין מאן בענד מיט דודי קאליש, זיי מאכן דעים שלעכטען נאמען פאר די גיטע ארגענעזאציע'ס, אויך מאכן זיי אז די גיטע ארגענעזאציע'ס זאלן ברויכן אויסגעיבן גאר אסאך געלט זיי זאלן זיך בכלל אנזעין אויפן מאפע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך זיניגער »

ווי ערווארטעט פארשטענדליך די יעניגע וועלעכע זענען ״אינסיידערס״ אין די ארגעניזאציע שטעלן א העפטיגער ווידערשטאנדט, זיי זענען זייער overprotective פאר אימפארשטענדליכע סיבות.

די גאנצע ציך פינעם ארטיקל איז אויפמערקזאם מאכן אז די ציבור האט א רעכט צי פארלאנגן פרטים איבער די מעשים טובים פין ארגעניזאציעס, אויב איז וואר אז זיי טוהען אלעס הינדרעט פראצענטיג אויסגעהאלטן דעמאלטס וואס ווערן זייערע אינסיידערס אזוי בארעגט? אין קומען אין די מאסן פארטיידיגן א מוסד וועמען איך האב ניטאמאל באשולדיגט אויף א זינט חלילה.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

וואס האקט איר א טשייניק? האבן א קרוב מיט קענסער מאכט נישט פאר קיין אינסיידער. ווילסט נישט געבן, געב נישט און ווי מען זאגט אויף מאמע לשון שדפ"א. אגב איר האט פרובירט בעטן נומבערס פאר איר זענט דא געקומען טראלן? איך גלויב זיי וועלן אייך גערן ווייזן די חודשליכע אינשורענס בילס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט פארוואס דו דארפסט קומען ביז אהער צו פרעגן די קשיא, שטעל אפ עני איד וואס האט אמאל געהאט קשר מיט א קענסער ליידענדע רח"ל און פרעג עם וואס ער זאגט צו RCCS ובפרט צו הרב החסיד ר' הערשל און הרב הצדיק ר'מרדכי אהרן, איינער וואס האט נאכנישט מיטגעהאלטן קען זיך נישט פארשטעלן וואס די מוסד מיינט!

ר' הערשל האט א סוקסעספול ביזנעס און ער דארף נישט צו קומען צו קרימע מהלכים, די מוסד רופא חולם איז בלויז לשם חסד און עס האט זיך שוין געמאכט מער ווי 1 יאר וואס זיי זענען געבליבן מיט א דעפעציט...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיניגער האט געשריבן:ווי ערווארטעט פארשטענדליך די יעניגע וועלעכע זענען ״אינסיידערס״ אין די ארגעניזאציע שטעלן א העפטיגער ווידערשטאנדט, זיי זענען זייער overprotective פאר אימפארשטענדליכע סיבות.

די גאנצע ציך פינעם ארטיקל איז אויפמערקזאם מאכן אז די ציבור האט א רעכט צי פארלאנגן פרטים איבער די מעשים טובים פין ארגעניזאציעס, אויב איז וואר אז זיי טוהען אלעס הינדרעט פראצענטיג אויסגעהאלטן דעמאלטס וואס ווערן זייערע אינסיידערס אזוי בארעגט? אין קומען אין די מאסן פארטיידיגן א מוסד וועמען איך האב ניטאמאל באשולדיגט אויף א זינט חלילה.

איך דערמאן זיך ווען מאנכע אומפארגינערס זענען געקומען פארמסר'ן צו די ברך משה אז הרב אהרן וועלץ אז ער מאכט א לעבן מיט די מוסדות וכו' האט די רבי געפרעגט ער דעקט די בילס צאלט צייטליך טא וואס ווילט איר פון מיר? דהיינו אז א מענטש פירט אויס זיין פליכט און עס ווערט קער גענומען איז לא ימלט ער זאל באהאלטן געלט,
מאך א קורצע חשבון וויפיל חולים זיי האבן אויף זייער בוזשעט און דאס ווערט געקאווערט עד וויזיט האחרון א יאר נאכדעם וואס מען האט זיי שוין ערקלערט קלין, פלאס די פעיראל פאר די אפיס ארבייטער וכדומה איז אפי' מעגליך אז עס בלייבט א דאלער???
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך זיניגער »

מיין האר מר. תמליון

די מעלה פין ק״ש אז אנדערש ווי די שטארק קאנטראלירטע איינגעצוימטע רובריקן אין אויסגאבעס, קען יעדער שרייבן וואס עס קוועטשט אים אין מוח אין דער וואס קען אנטשיידן דעם קוועטשערס קוועטש האט די ברירה צי ענטפערן אין שיינערהייט אנטשיידן אדער סתם קאמעטערירן אויפן נושא, למעשה האב איך ארויפגעברענגט אן ערנסטן נושא, אנשטאט צי באנעמען דעם נושא האט איר זיך גענימען איבער די ביינער פינעם שרייבער אין אים פערזענליך גבאליט אין פארשעמט ברבים אין מיך מכבד געווען מיט א פארציע שדפ״א, פארוואס עפעס זאל איך שדפ״א? איז דען ק״ש נישט געמאכט יעדער זאל פרעגן וואס אימער עס קוועטשט אים? האב איך דען אראפגעריסן א מוסד? איך האב שוין אים די לעצטע פיפצן יאר לכאורה געגעבן מער געלט פאר דעם מוסד ווי איר אליינס וועט זיי אהין געבן אייער גאנץ לעבן, (אדרבה פרעגט זיי אליינס)

בן תמליון, אויב האט איר נישט וואס ציצילייגן מיט אביסל שכל מסביר זיין פארוואס מוסדות צדקה זאלן נישט ברויכן האבן דרויסענדיגע איבערזיכט דאן זייט מוחל אין שטפ״א, סתם אטאקירן א שרייבער פארן זיכן אן ענטפער איז זיכער א מידה השחתה, אז איר האט נישט עפעס ממשותדיג ציצילייגן צום שמיעס דאן מוזט איר נישט אריינשרייבן, סוועט גארנישט געשען.

קיין אייזל בין איך נישט, איך ווייס זייער גיט אז די מוסד אט שוין געהאלפן הינדרעטער חולים, דאס איז קיין נייעס אין איך ברויך אייך נישט דאס מיר צו זאגן זייט מוחל ליינט איבער דאס ארטיקל בעפאר איר לאט אייך פארשפילן פין אייערע רוישיגע געפילן (מעגליך איר זיינט נאך אלץ אינטערן רושם פין פינקי אילאוויטשענס גראמען פין לעצטע דינער)...
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

ס'וואלט שוין טאקע פון לאנג געדארפט ווען זיין אזא מין שירעם ארגעניזאציע וואס זאל האבן צוטריט צו אלע ארגעניזאציעס און באטראכטן די ביכער דערנאך אנצייכענען עס מיט א ראטע, צושטעלן א וועב זייטל מיט א קורצע באשרייבונג וועגן די ערליכקייט פון די ארגעניזאציע וואס זאל ווערן אפדיעטיעט איעדעס יאר, וירא החכם וישפוט.

פארוואס זאלן מיר נישט טאקע האבן אזא קלארקייט, אזוי קענען מיר טיילן צדקה לעניים הגונים כדבעי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חסידי לאומי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם ווערט צעווילדעוועט. ער טרעט דיר אויף א הינער אויג, בן תמליון?
דער פותח האשכול זאגט דאך זייער א פארשטענדליכע זאך. כבוד ר' הערשל ונאמנות ר' שלמה במקומן מונח, אן ארגעניזאציע וואס דינט דעם ציבור און ווערט פינאנצירט דורכן ציבור האט אן אחריות פארן ציבור. פונקט ווי א פאבליק קאמפאניע ווערט געהאלטן צו הויכע סטאנדארטן. קענסט נישט זאגן אינוועסטיר נישט אין די קאמפאניע. די קאמפאניע פארקויפט סטאק פארן עולם, דארפן זיי אפגעבן א דין וחשבון.
אן ארגאניזאציע וואס בעט פונעם ציבור דארפן לכל הפחות פובליצירן א יערליכע באלאנץ צעטל און האבן א קאמפעטאנטע אקאונטענט איבעזיכט.
יא, פארשידענע הוצאות זענען וויכטיג, אבער וואס באהאלטסטו? זאג מ'האט געשפענדעט כך וכך אויף דאס און יענץ און ס'האט זיך אויסגעפעלט, און לאז דער קהל משפט'ן.
מ'מיינט הצלה, רככס, בוני, מוסדות הקדושים, וכו'. מ'מיינט אבער נישט צו צווייפלן אין די נאמנות פון די עסקנים. מ'מיינט אקאונטעביליטי און טרענספערענסי. ווער ס'פארשטייט צו די וועליוס פארשטייט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שוין יעצט שפילט ער נרדף. איר קומט דא ספעציפיש איבערן דינער היינט נאכט און פארלאנגט דער עולם זאל נישט זיין קיין קעלבער און אהין געבן געלט ווילאנג מיסטער זיניגער וועט האבן אקסעס צו אלע ביכער דערווייל זאלן אלע קענסער חולים אויסגיין. איר זייט משוגע ל"ע? די ארגענעזאציע צאלט צענדליגער מיליאנען יעדעס יאר פאר אינשורענס איז א פאקט יא? פארוואס ברויכט איר זען די ביכער? איר ווילט אייך אינטערנעמען צו קאווערן? גייט זוכט אייך בעסערס וואס צו טאהן מיט די צייט, עצה טובה קמשמע לן די יאנקיס און מעטס שפילן איצט. לאזט אידן וואס ווילן פשוט לעבן לעבן. שטעלט אייך פאר ארסיסיעס וועט נישט האבן צו קאווערן אדאנק אזאנע חכמים דא אין ק"ש.
פארשפארט