איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

שליחה דורך שבת אחים »

איך הער אייביג ווי מ׳רעדט ארום פון פוטסטעפס כאילו זיי זענען עפעס א געפערליכע שרעקעדיגע ארגאניזאציע און זיי העלפן אידישע קינדער אָפּפארן פונעם וועג , לעצטענס האט חיים נחום הלוי פריד געפענט א אשכול די מדינת ישראל טראגעדיע: פודסטעפס אויף סטעראידס וואס ער שרייבט דארט :

א ביישפיל בזעיר אנפין איז די ארגאניזאציע הידועה לשמצה "פוטסטעפס" דא אין אמעריקע. פוטסטעפס העלפט אידישע קינדער וואס האבן ליידער פארלאזט דעם ריכטיגן דרך זיך "איינגלידערן" אין די גוי'אישע וועלט און מיט אנדערע וואס זענען אראפ פון דרך, און זיי באקוועם מאכן מיט זייער באשלוס אפצולאזן תורה ומצוות. איך דארף נישט אויסשמועסן אז מיר פארדאמען די ארגאניזאציע מכל וכל, און מיר זעען אין זיי די אבי אבות הטומאה. וואס טוען זיי דען אזוי שלעכט? פרעגט זיך די פראגע. דער תירוץ איז אז זיי מאכן די פרייע אידישקייט "באקוועם", צופרידנשטעלנד זיי זענען גורם אז איינער וואס איז אראפ פון דרך זאל נישט צוריקקומען צו אמת'ע אידישקייט.


חיים נחום, איך האב אסאך וואס צו זאגן איבער די נושא אבער פאר איך הייב אָן אריינקריכן אין פּרטים וואלט איך דיר געוואלט אינפאָרמירן/מסביר זיין וואס פוטסטעפס טוט און וואס זייער פּרייאַרעטיעס זענען ווייל ס׳זעט נישט אויס ווי דו האסט שטודירט די פאקטן פאר דו האסט ארויפגעלייגט דיינע פינגערס אויפן קיבאורד

פוטסטעפס העלפט נישט קיינעם אָפּפארן פון אידישן וועג זייער איינציגסטע פּרייאַרעטי איז צו העלפן מיט עדזשיוקעישאָן און קאַלעדזש ותו לא , רובא דרובא פון זייערע אויפטוהן איז אין די תחום פון עדזשיוקעישאָן זיי העלפן קיינעם נישט פּישען אויף שמות און זיי מאכן נישט אז פרייע אידישקייט זאל זיין באקוועם,

פארקערט די או די טי געמיינדע אין אמעריקא איז היפש אויסגעשפילט אין העלפן אנדערע מענטשען און אסאך וואס גייען או טי די רעדן זיך שטארק אָפּ אז פוטסטעפּס איז ביזי מאכן פּערמאָושאַנאַל קליפּס ווי איידער זיך אפּגעבן מיט די אַקטועלע פראבלעמען פון זייערע מעמבערס,

דעס איז ליידער אמת !

אני הקטן האט באגלייט א חבר וואס איז לעצטענס געגאנגען סאוט ארויף צו זייער אפיס אין מאנהעטן , איינער וואס האט געדארפט אסאך הילף און זיין ווייב האט אים ארעסטירט און געמאכט אויף אים בילבולים און פראבירט צו צונעמען די קינדער פון אים מיט געוואַלד איך בין געזיצן און געווארט אויף אים אין די קאר און ווען ער איז אראפגעקומען איז ער געוועהן אינגאנצען צושוידערט פון די קאלטע אויפנאַמע וואס ער האט פון זיי באקומען ער האט מיר פארציילט אז זיי האבן אים קודם געבעטן פופציג דאללער צו ווערן א מעמבער אין די ארגאנזאציע און נאכדעם האבן זיי אים קלאר געזאגט אז זיי קענען אים נישט העלפן אין קיין שום וועג ווארים זיי העלפן נישט קיינעם מיט קאורטס און custody battles און זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם , און ער איז צום סוף בכלל נישט געווארן א מעמבער זיי האבן אים ממש פארשיקט, איך בין געוועהן שאקירט וואס ער האט מיר געזאגט , איך האב דאַן געמאכט אביסלע ריסערודזש און גערופן אפּאר פון די באַוואוסטע או טי די׳ס און אלע האבן מיך מיט יענעם אינאיינעם אויסגעלאכט פארן בכלל גיין צו פודסטעפּס, זיי טוען גארנישט א חוץ אויסלערנען זייערע מעמבערס אביסל רעכענען און ליינען און דעס זאגן שוין די פוטסטעפס מעמבערס,

באמת וואלט נישט געוועהן קיין פראבלעם ווען פוטסטעפס אליינס וואלט געזאגט אז זיי זענען נאר דא צו העלפן מיט עדזשיוקעישאָן די פראבלעם איז נאר אז זיי שטעלן זיך אוועק אלץ די ״פאָן טרעגער״ פון די או טי די געמיינדע אין די צייט ווען זיי זענען בערך עקוויוואַלענט צו די ״התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנדא״ וואס שטעלן זיך אהער אלץ די פאַרטרעטערס פון די אָלטראַ אָרטאָדאָקס געמיינדע און דערווייל ווערט עס געפירט דורך אפאר געטריבנע לצים וואס זיצן ביים שיסל אויף די פריוואטע קאסע און מאכן שבת פאר זיך ...

נישט לאנג צוריק האט איינער ארויפגעשטעלט א קליפּ דא ווי ידידנו ר׳ שלום דין ווערט אינטערוויוט אויף א ראדיא שוי און צום סוף פון די אינטערוויו מעלדט שלום אז אויב איינער איז אין די מצב וואס איך בין זאל קאַנטעקטן פוטסטעפס און ער זאגט עס נאך איבער צוויי מאהל צו מאכן זיכער אז א יעדער האט גוט געהערט

האב איך געוואלט טאקע פארשטיין דעם שלום דין וואס דריקט ער אזוי די אלטע אויסגעדראָשענע ארגאנעזאציע וואס האט אים אליינס נישט געקענט העלפן ווען ער האט זיי אזוי שטארק געדארפט ווען מ׳האט פון אים צוגענימען זיינע אייגענע קינדער ??? און זיי העלפן נישט קיינעם אין נויט ? האב איך אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אונזער׳ס א מיוטשעאל חבר איינער וואס קען שלום׳ן פאר לאנגע יאהרן און אים פארגעשטעלט די פראגע הלמאי ער טוט פּראָמאָטן פוטסטעפס ? וואס האט ער פון דעם ??? פרעג איך יענעם , זאגט ער מיר אזוי קודם כל ביזטו הונדרעט פּראצענט גערעכט ער וואלט זיי טאקע נישט געדארפט עדוועטייזן אבער ער איז דאך א ״באורד מעמבער״ און ער איז היינט פון די גרויסע קנאקערס אינערהאלב די ארגאנעזאציע און אויב איז עס ״זיין״ ארגאנעזאציע איז פשוט פארוואס ער טוט דאס פּראָמאָטן פונקט ווי ער טוט פּראָמאָטן ״זיין״ בוך ,

ר׳ שלום טייערער! גלייך ווען דיין ביכל איז ארויסגעקומען האב איך תיכף ומיד געקויפט דעם ביכל און עס אנגעהויבן צו לייענען און כ׳האב געליינט די ערשטע דריי קאפּיטלעך און פון די פּאָר ערשטע קאפּיטלעך וואס איך האב געליינט וואלט איך געזאגט אז עס איז זייער א אינטערסאנטע מעמוואַר וואס איך וואלט רעקאָמענדירט פאר יעדעם צו ליינען , אבער נאכן דריטע קאפּיטעל האב איך מיך אנגעשטויסן דא אויף קאווע שטיבל אין די אויבענדערמאַנטע קליפּ ווי איר טוט מפרסם זיין אז פוטסטעפס איז די פלאץ צו גיין אויב א או טי די דארף הילף האב איך פארלוירן דאס גאנצע חשק און אראפגעלייגט דאס ביכעל און פארלוירן טראָסט און נאמנות אין אייך!

איז אלזא ווען דו גייסט ארויף אויפן ראדיא און דו טוסט פּראַקלאַמירן אז ווער ס׳איז אין דיין סיטואַציע זאל זיך ווענדן צו פוטסטעפס מאכסטו אז מענטשען זאלן פארלירן דיין קרעדיבילטי ווייל ס׳איז ברייט באקאנט אז זיי העלפן קיינעם נישט אין אזעלכע מצבים און זיי טוהן גארנישט פּראָדוקטיוו פאר זייערע מעמבערס אויסער די פּאָר אויסגעדראָשענע לאַנגווייליגע מסיבות און אפאר קליפּס וואס זיי געבן ארויס מזמן לזמן וואס איז בערך אזוי ווי די התאחדות שטעלט ארויס זייערע גרויסע לאַליכער אויף די גאסן און זייערע אלטע קאַפּיס פון ״קול קורא׳ס״ אז מ׳זאל חלילה וחס נישט פארן קיין מיאמי און גייען מיט שמאלע געפּאַסטע קליידער וואס מעהר ווייניגער קימערט זיך קיינער נישט דערוועגן און עס איז נאר געמאכט צו מ׳כלומרשט ווייזען און דערמאַנען דעם עולם אז די אלטע געווירדע פון התאחדות לעבט נאך און אז זיי עקזעסטירן נאך ערגעץ אין א בעיסמענט אויף דוויזשאן עוועניו...

און איך וויל קלאָר מאכן אז איך האב נישט קיין שום פּריוואטע אַגענדאַ מיטן שרייבן די תגובה אני לכשעצמי בין ב״ה פיין מסודר היינטיגע טעג נאר וואס איך וויל מיט די אשכול איז אז:
למען ידעו דור אחרון אויב טראכט איינער פון גיין או טי די און ער נעמט אין חשבון אז פוטסטעפס וועט אים ארויסהעלפן זיך "איינגלידערן" אין די גוי'אישע וועלט ווי @חיים נחום שרייבט זאל ער וויסן אז ס׳איז א גראבער ״שקר״ קיינער וואַרט אייך נישט אָפּ אויף די אנדערע זייט און קיינער וועט דיך ניטאַמאָל אנקוקן, איז אלזא טייערער בחור אדער אינגערמאן אז רעדט איר זיך איין פאר איין סעקונדע אז איינער אין פוטסטעפּס וועט אייך העלפן טרעפן א דזשאַב, א דירה אדער העלפן מיט לאויערס אין קאורט האט איר גאָר א גרויסן טעות און ס׳איז אַ שאד אייער צייט איר וועט אסאך מעהר אויפטוהן אז איר וועט גיין אין די מעדיקעיט אפיס ווי גיין צו פוטסטעפס!!!


שלום טייערער האסט געזאגט ביי דיין Book singing אז דו דרייסט זיך דא אויף קאווע שטיבל איז אפשר קענסטו מיר פּותר חלום זיין וואס דא גייט פאָר ? אדרבה איך וואלט שטארק געוואלט הערן וואס איר זאגט! אפשר קענסטו אונז ערקלערן וואס דיין פּאָזיציע איז אין פוטסטעפס און פארוואס נאכדעם וואס אזויפיל או טי דיס זענען ליידער באַגאנגען זעלבסטמאָרד האט די ארגאניזאציע גארנישט געטוהן זיך צו אפּדעיטן און געבליבן מיט די זעלבע אלטע פרוכטלאָזע ארגאניזאציע???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ענדיג צו, און אזוי ווי מיר רייסן ארונטער התאחדות כאטש זיי טוהען גארנישט כך הוא מיט פוטסטעפס,
עניוועי האב איך הנאה פון דיין קריטיק אויף זיי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

בין איך שוין היינט קלוגער געווארן. איך ווייס שוין נישט צו שטיצן ח"ו פוטסטעפס און ארסיסיעס.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

סתם פאר נייגעריגקייט, דיין חבר האט כאטש צוריק באקומען די $50?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שבת אחים האט געשריבן:און ער איז צום סוף בכלל נישט געווארן א מעמבער זיי האבן אים ממש פארשיקט,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ישראלי שטיין זאגט דאך זיי האבן אים יא געהאלפן?!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביבער האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, דיין חבר האט כאטש צוריק באקומען די $50?

:D ניין ער האט זיי גערן געגעבן די פארשטינקענע פאר דאללער און כגלייב שווער אז ס'האט ביי אים עפעס אויסגעמאכט נאכדעם וואס דער יעניגער האט שוין באצאלט צענדליגער טויזענטער פאר לויערס און נישט וויסענדיג מעהר וואס צו טוהן האט ער זיך געוואנדען צו פוטסטעפס
נישט דאס האב איך געמיינט ארויס צו ברענגען
זיי האבן עפעס א אלטע נערישע תקנה אז ביפאר איינער ווערט דארט א מעמבער מוז מען באצאלן א processing fee אמאל איז עס געוועהן $25 און דאכצעך לעצטענס איז עס געשטיגן צו פופציג , דאס ווייזט אויף זייער א אלטער נערישע ביוארקרעסי סיסטעם זיי נעמען דיך אהן אלץ א נומבער אן קיין שום ווארימקייט און סימפאטיע , ניטאמאל א עצה האבן זיי אים געגעבן :cry:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

[tag]שלום דין[/tag]
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

[tag]שבת אחים[/tag]: איך קען נישט די פרטים פון די מעשה וואס דו פארציילסט, ממילא קען איך נישט ענטפערן אויף דעם. איך בין אויך נישט קיין איינגעשטעלטער אין פוטסטעפס, נאר א באורד מעמבער, און איך קען נישט די טאג-טעגליכע פאליסיס. איך קען אבער יא זאגן אז פוטסטעפס האט געוויסע תנאים פאר מ'נעמט אן א נייע מעמבער. באופן כללי: ס'איז דא שטארקע זארגען וועגן קאנפידציעליטעט און סעיפטי און סעקיוריטי, און אויב פילן די איינגעשטעלטע אז דער פראספעקטיווער מעמבער זוכט נאר אונטערצוברענגן אנדערע, אדער מגלה זיין די אידענטיטעט פון עקזיסטירנדע מעמבערס, אדער דראעט אנדערע מעמבערס אויף סיי וואספארא אופן, קענען זיי יענעם אפזאגן. דאס איז א מעלה, נישט קיין חסרון. מ'דארף 'קוואליפייען' פאר פוטסטעפס אזוי ווי מ'דארף 'קוואליפייען' פאר יעדע חבריא צו מוסד צו סאושעל קלוב. ווי געזאגט, איך קען נישט די פרטים פון די מעשה וואס דו פארציילסט, אבער ס'איז מסתבר אז דער יונגערמאן האט אנגעגעבן א שלעכטע אימפרעשען, און איינגעשטעלטע האבן געזארגט ער וועט דראוען די וואוילזיין פון אנדערע מעמבערס. איך וועל צולייגן אז דאס אפזאגן מעמבערשיפ איז זייער, זייער א זעלטענע זאך, און ווען עס פאסירט איז דא א גוטע סיבה דערפאר.

אויף דאס וואס דו פרעגסט וואס פוטסטעפס טוט אויף: איך ווייס נישט אויף וואס מער מ'קען אנווייזן אחוץ אויף די עטליכע הונדערטער -- און איך בתוכם -- וואס האבן נהנה געווען פון פוטסטעפס אויף ענינים וואס זענען ממש לעבנסוויכטיג. אויך נישט קיין קלייניגקייט איז דאס אז עס איז דא בכלל א פלאץ וואו א מענטש קען גיין זיך טרעפן מיט אנדערע, נאכדעם וואס זיין פאמיליע און ידידים האבן אים אויסגעשפיגן. און די פארשידענע סערוויסעס וואס פוטסטעפס שטעלט צו זענען בייהילפיג אויף א ריזן אופן. במו עיני האב איך געזען אזעלכע וואס זענען געקומען קיין פוטסטעפס בעירום ובחוסר כל, נאר מיט'ן החלטה צו ווערן א מענטש מן הישוב, און מיט פוטסטעפס הילף געגאנגען אין קאלעדש, זיך אויפגעשטעלט קאריערעס, געטראפן זיוווגים, און האבן זיך סטאביליזירט לתפארת. ליידער זענען דא אזעלכע וואס האבן אסאך מיטגעמאכט, און אפילו מיט אסאך הילף איז שווער זיך אוועקצושטעלן. ליידער זענען געווען עטליכע זעלבסטמארדן צווישן אונזער חבריא. נישט יעדעם קען מען העלפן. קענסט אבער זיכער זיין אז אן פוטסטעפס וואלט געווען אסאך מער אזעלכע דורכפעלער און אסאך אפטער. דאס ווערן או.טי.די. קומט נישט אן גרינג פאר כמעט קיינעם, און ס'נישט קיין חידוש אז נישט יעדער מאכט עס דורך מיט הצלחה. ווי ווייט מעגליך העלפט אבער פוטסטעפס גרינגער מאכן דעם פראצעס. און זיי ראטעווען לעבנס. נישט קיין גוזמאות.

די סיבה פארוואס איך פראמאוט פוטסטעפס איז די זעלבע סיבה פארוואס איך בין אויפ'ן באורד: איך האב נהנה געווען פון די ארגאניזאציע אויף אומשאצבארע אופנים, און איך בין עדות אויף די פילע אנדערע וואס זיי האבן געהאלפן. און איך האלט אז עס מוז זיין א מקום מקלט פאר די וואס האלטן נישט אויס א פרומען לעבן, אז זיי זאלן האבן וואו זיך צו ווענדן. נישט מער און נישט ווייניגער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כוכב האט געשריבן:ישראלי שטיין זאגט דאך זיי האבן אים יא געהאלפן?!


הער כוכב ביטע נעמט די ברילן און לייענט איבער וואס איך האב געשריבן , איך האב נישט געזאגט אז זיי העלפן קיינעם נישט , ס'איז זייער מעגליך אז זיי האבן געהאלפן ישראלי גיין אין קאלעדש, איז וואס ? דעס פארענטפערט נישט וואס איך האב דא פריער געשריבן , איך בין זיכער אז איהר קענט מסתמא אפירקראצען אסאך מעהר מענטשען וואס וועלן טעהנ'ן אז התאחדות האט זיי געהאלפן און אז ס׳איז זייער א וויכטיגע ארגאנזאציע ! דעס מיינט נאך נישט גארנישט !

איך פארשטיי דיין פאזיציע אז דו נעמסט נישט גלייך אן וואס א יעדע Anonymous ניק שרייבט און איך וואלט לכאורה אויך נישט געגלייבט ווען נישט איך האב עס אליינס מיטגעהאלטן , פארדעם וויל איך דיר מודיע זיין אז פאר איך האב גענומען די פעדער אין די היינט אריין האב איך קודם געמאכט אסאך ריסערודזש און גערעדט מיט צענדליגער מענטשען וואס זענען פוטסטעפס מעמבער און איך האב אין מיין באזיץ א שיין ביסל סחורה נישט נאר פון די מעשה נאר פון אסאך אנדערע וואס זאגן די זעלבע , און תם ולא נשלם איך האב נאר אנגעהויבן מיט דעם ווייל איך האב געווארט צו הערן וואס ער גייט ענטפערן און היות שלום האט טאקע גענטפערט און ווי געראכטן איז ער ניטאמאל א מודה במקצת אז זיין ארגאניזאציע איז וווערט א חרוסת וועל איך מארגן ארויף לייגען א צווייטע ארטיקל וואס א פוטסטעפס מעמבער האט לעצטענס געשריבן וועגן א ענדליכע מעשה ווי מ׳האט פארשיקט א potential member , און איבערמארגן וועל איך דיר ארויפלייגן א דריטע מעשה וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן , איך גרייט מיך צו שרייבן א קאנטער תגובה צו שלום דין אבער היות איך האב א לייף א חוץ קאווע שטיבל אויך און איך בין קיין באצאלטע שרייבער בעט איך א יעדעם צו האבן א ביסעלע געדולט און איך וועל דא ארויפלייגן גענוג און נאך סחורה מיט אסאך מעהר פרטים וועט א יעדער פארשטיין פונקטליך וואס מיין אויסברוך אקעגן פוטסטעפס איז אזוי ווי @שמערל רופט עס , און ירא הקהל וישפוט stay tuned
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שבת אחים, מיילא קעגען קאסובע רבי, טענה'סטו אז דו האסט פערזענליכע מעשיות.. אבער קעגן פוטסטעפס איז שוין א כלי שלישי...
Under influence
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

שליחה דורך chaims »

שבת טייערע איך קען דיר זאגען מניסיוני הדל וואס איך האב אויך באגלייט א חבר אהין אז זיי האבן נישט גענומען קיין פרוטה זיי האבן יענעם קלאר געמאכט וואס זיי קענען העלפען
גראדע איז יענער קיינמאל נישט געווארען א מעמבער ווייל עס איז נישט געקומען דערצו
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

פארוואס נעמט יעדער מיט א באגלייטער צו פוטסטעפס?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ישראלי שטיין זאגט דאך זיי האבן אים יא געהאלפן?!


הער כוכב ביטע נעמט די ברילן און לייענט איבער וואס איך האב געשריבן , איך האב נישט געזאגט אז זיי העלפן קיינעם נישט , ס' איז זייער מעגליך אז זיי האבן געהאלפן ישראלי גיין אין קאלעדש , איז וואס ? דעס פארענטפערט נישט וואס איך האב דא פריער געשריבון , איך בין זיכער אז איהר קענט מסתמא אפירקראצען אסאך מעהר מענטשען וואס וועלן טעהנן אז התאחדות האט זיי געהאלפן און אז ס׳איז זייער א וויכטיגע ארגאנזאציע ! דעס מיינט נאך נישט גארנישט !

איך פארשטיי דיין פאזיציע אז דו נעמסט נישט גלייך אן וואס א יעדע Anonymous ניק שרייבט און איך וואלט לוכאורה אויך נישט געגלייבט ווען נישט איך האב עס אליינס מיטגעהאלטן , פארדעם וויל איך דיר מודיע זיין אז פאר איך האב גענומען די פעדער אין די היינט אריין האב איך קודם געמאכט אסאך ריסערודזש און גערעדט מיט צענדליגער מענטשען וואס זענען פוטסטעפס מעמבער און איך האב אין מיין באזיץ א שיין ביסל סחורה נישט נאר פון די מעשה נאר פון אסאך אנדערע וואס זאגן די זעלבע , און תם ולא נשלם איך האב נאר אנגעהויבן מיט דעם וווייל איך האב געווארט צו הערן וואס ער גייט ענטפערן און היות שלום האט טאקע גענטפערט און ווי געראכטן איז ער ניטאמאל א מודה במיקצות אז זיין ארגאניזאציע איז וווערט א חרוסת ווועל איך מארגן ארויף לייגען א צווייטע ארטיקל וואס א פוטסטעפס מעמבער האט לעצטענס געשריבן וועגן א ענדליכע מעשה ווי מ׳האט פארשיקט א potential member , און איבערמארגן וועל איך דיר ארויפלייגן א דריטע מעשה וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן , איך גרייט מיך צו שרייבן א קאנטער תגובה צו שלום דין אבער היות איך האב א לייף א חוץ קאווע שטיבל אויך און איך בין קיין באצאלטע שרייבער בעט איך א יעדעם צו האבן א ביסעלע געדולט און איך וועל דא ארויפלייגן גענוג און נאך סחורה מיט אסאך מעהר פרטים וועט א יעדער פארשטיין פונקטליך וואס מיין אויסברוך אקעגן פוטסטעפס איז אזוי ווי @שמערל רופט עס , און ירא הקהל וישפוט stay tuned

לויט ווי איך געדענק האט ישראל אברהם שטיין בפירוש געזאגט אין זיין ארטיקל אינעם וואל סטריט דזשורנאל אז זיי האבן איהם געהאלפן בנוגע די רעכטן אויף זיין קינד.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט א פריינט מיינער, וואס איז א מעמבער אין פוטסטעפס. איך האב אים געפרעגט וואס זיין עקספיריענס איז מיט די ארגאניזאציע. זאגט ער אזוי, זאגטער.

די עיקר וואס ער האט געהאט פון זיי איז די סאציאלע פארבינדונגען. ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף אן אומזיכערע, פרעמדע וועג. ער איז געווען איינער אליינס אויפן וואסער. דורך זיי האט ער געטראפן אומצאליגע פריינט און פריינדינעס וואס פארשטייען וואס ער גייט אדורך. און זיי האבן אים אסאך ארויסגעהאלפן בעצה ותושיה ודיבוק חברים. זיי קומען זיך צוזאם יעדע וואך. קודם איז ער נישט אליין. ווען אימער ער גייט דורך א שווערע צייט, קען ער אויפהייבן א טעלעפאן צו איינעם און באקומען סופארט.

זיי האבן א סאציאל ווארקער אן סטעף וואס איז אלעמאל גרייט ארויסצוהעלפן און אויסהערן ווען אימער.

זיי האבן אים אויך ארויסגעהאלפן מיט דזשאב סיקינג ווי שרײַבן א רעזומעי און זיך צוגרייטן פאר אן אינטערוויאו.

זיי האבן פארשידענע שיעורים וויאזוי צו זיך אינטערגרעיטן אין די גרויסע וועלט. פון צובינדן א נעק-טיי ביז גיין אויף א דעיט און אנהאלטן א רילעשאנשיפ (וואס מיינסטענס חרדים דארפן אסאך הילף זיך אויסצולערנען וויאזוי זיך צו באנעמען מיט די אנדערע מין). פון וויאזוי זיך אנצוטאן פאר יעדן טאג, ביזנעס וכדומה ביז וויאזוי צו טאנצן אין א קלוב.

מיין חבר האט נישט געהאט א דזשאב בשעת ער האט זיך אנגעשלאסן אין זײַ, און זיי האבן גערן מוותר געווען אויף די $25.

לעגאלע הילף - זיי ארבעטן צוזאמען מיט א גרויסע וואלונטיר לויערס קאמפאני. און זיי שטעלן צו לעגאלע הילף פאר ווער עס קוואליפיצירט. מיין חבר האט דורך זיי א לויער. זי ארבעט פאר אים און רעפרעזענטירט אים פון מידיעשאן ביז קאורט. דא עקא, זיי האבן נאר באגרעניצטע ריסורסעס. מען קען נישט ערווארטן אז יעדער פאטענציאלער גרוש זאל זיך ארויפזעצן אויף זיי און זיי זאלן פייטן פאר אים. מען דארף זיין מיט זיי פאר א וויילע, זיי זאלן זען אז דער מענטש איז א סטאבילער מענטש. אז ער האט באמת א שטארקע קעיס און ער ווערט בלויז בא'עול'עט ווייל ער איז נישט רעליגיעז. און מיט דעם אלעם קענען זיי נישט יעדע קעיס אננעמען צוליב זייערע באגרעניצטע ריסורסעס. חוץ מזה האבן זיי א ספעציעלע שטאב מעמבער אויף פאמיליע אנגעלעגנהייטן. זי באגלייט און סופארט דורכאויס די סטראגל.

דאס איז אמת אז די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן בשעתו בעיקר ארויסצוהעלפן מיט GED און קאלעדזש. דערפאר זענען זיי מער הילפבאר פאר די וואס גייען שטודירן. דאס קען זיין דיסעפוינטינג פאר איינער וואס איז נישט גרייט פאר קאלעדזש. אבער אזויווי יעדע מוסד דויערט צייט ביז זיי טוישן פאקוס און ריעדזשאסטן זיך. בד"וו, זיי שטעלן צו טוטארס און טויזענטערס פאר סקאלערשיפ גרענטס.

דאס איז חוץ פון די שבת התועדות'ן און סעודה'לעך אין יומא דפגרא'ס.

עד כאן דברי חברי. מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון די ארטיקלען.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דא האט איר א ק/פ פון א אָריגינעלע ארטיקל פון א צווייטער מעשה וואס איז געשריבן געווארן דורך זייערס א אייגענע מעמבער מיט אפאר חדשים צוריק אויף די פוטסטעפס social media wall וואס נאָר זייערע מעמבערס האבן צוטריט, ווי ער שילדערט דארט וויאזוי מ׳האט מקבל פנים געוועהן זיין חבר און די קאַלטע אויפנאַמע צו זייערע נייע קונדען און וויאזוי זיי האבן אים גארנישט געקענט העלפן און די אָנגעבליכע תירוץ איז געוועהן אז ער האט געשטינקען פון מאַריוואַנא

די ארטיקל איז הונדערט פּראצענט אויטענטיטש און גע׳חתמט געווארן מיט א נאמען וואס כמעט א יעדער אין די ארגאניזאציע קען זיך מיט אים , פארשטייט זיך אז איך האב ארויסגענומען זיין חתימה און ס׳איז זייער גרינג פאר ווער ס׳וויל זיך איבערצייגן צו ס׳איז טאקע געשריבן געווארן אויף זייער wall אדרבה פארבינדט זיך מיט סיי ווער וואס איז דארט א מעמבער און פרעגטס אויב אזא ארטיקל איז טאקע ערשינען

[left]
Hi all,

I've been a member here for a long time and Footsteps has done a lot to make my transition easier. And although I don't attend very often anymore, it's still very dear to me.

All my interactions with the staff at Footsteps were always comforting and nonjudgmental. Sometimes I thought the staff were even a bit too patronizing, but at least the extreme was on the side of kindness.

Which brings me to my point.

A friend of mine in the Chasidic community is undergoing a difficult time. As soon as it was found out that he's secretly not practicing anymore, his wife left him, he lost his multimillion dollar business, and now potentially his custodial rights to see his kids. He's having a tough time in court, because, as some of us know, the family court is biased toward the religious side, the block vote, the power structure.

So when we told him to seek help at Footsteps he decided, after some resistance, to give it a go.

He arrived at Footsteps, and after waiting two hours for the staff member, she finally arrived. After a few minutes, the conversation was over. He was left dumbfounded by the attitude he received. She told him he smells from pot, and he's just like those others (sic). As he was relating his story, the staff member made no effort to hide her contempt for this man, and no sympathy for the horrible situation he faces. She asked him a few times why he wants to join Footsteps, which is absurd. It's quite obvious why. She told him Footsteps can't help him and offered a number of a lawyer.

He felt like a piece of shit. He called me up a few days later to tell me the story. I felt ashamed. I felt ashamed that an organization I always hold up as a model for empathy and relieving suffering has caused an already broken man who lost everything to suffer more humiliation.

I really hope it's not as bad as he made it sound. I really hope Footsteps hasn't changed so drastically.




Best,
[/left]

stay tuned for more !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאווע טרינקער האט געשריבן:שבת אחים, מיילא קעגען קאסובע רבי, טענה'סטו אז דו האסט פערזענליכע מעשיות.. אבער קעגן פוטסטעפס איז שוין א כלי שלישי...


דו האסט מיך שוין מעהר ווי איינמאל אַטאַקירט אין פארשידנע אשכולות וועגן דעם קאסובער , און וואס איך זאג שרייעסטו קאסובער כאילו דעס איז עפעס א טראָמפּ קאַרד אדער שאַך מאַט ,

איך האב געטראכט צו איך זאל דיר בכלל ענטפערן אבער כ׳האב מחליט געוועהן אז כ׳וועל עס איבערלאזן אויף א צווייטע מאהל ווען איך וועל מיך אביסלע בארוהיגן פון די פוטסטעפס סומאכטע וועט דאן קומען איינמאל פאר אלע מאהל א אשכול א לאנגס און ברייטס איבער דיין הייליגן רבי׳ן וואס אלע דא גרויס און קליין וועלן זיך באלעקן די פינגער

דו מאכסט מיך אויסגעקוקן כאילו איך בין עפעס א אומסטאַבּילער מענטש וואס שרייעט יעדען טאג אויף א צווייטען אבער די פאקט איז (אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים דא געשריבן) אז מעהר ווי ניינציג פּראצענט פון זיינע נאנטע חסידים אריינגערעכענט דריי פון זיינע גבאים האבן אים איבערגעלאזט אין א משך פון קוים 10 יאהר, איך מיין אז די סטאַטיסטיקס איז נישטא אויף קיין איין רבי בדורנו איז אלזא היות איך בין פון די רַבים וואס האט אים איבערגעלאזט און דו ביסט פון די מיעוט וואס האלט זיך אָן מיט אים איז די דזשאוק אָן יוא מיי פרענד..
די איינציגסטע חילוק צווישען מיר און די אלע אנדערע וואס האבן אים איבערגעלאזט איז אז איך האב מעהר דרייסט ווי זיי און איך זאג ארויס דעם אמת למען ישמעו ויראו זאל א יעדער וויסן דעם אמת איבערן קאסובער און א יעדער זאל וויסן דעם אמת וועגן פוטסטעפס און דעס איז די מוראדיגע מעלה פון א אנליין פארום ווי מ׳קען שעירן אינפארמעישאן ביאָונד די היינטיגע היימישע אויסגאבעס וואס וועלן קיינמאל נישט שרייבן דעם אמת אויב סשטומט נישט מיט זייערע אַגענדעס
בקיצור אין מערבין שמחה בשמחה איך וועל צוריקגיין צו די ארגינעלע נושא פונעם אשכול און איך קען דיר אזויפיל זאגן @בלוט טרינקער (כ׳מיין @קאווע טרינקער) אז איך וועל דיר בלנ״ד נישט שולדיג בלייבן ועוד חזון למועד
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

שליחה דורך שמערל »

דו ווילסט טאקע איינעם איינרעדן אז די מעשה פון פעיסבוק איז א צווייטער ווי דיינס? פארוואס ווייל דו פארציילסט נישט אז יענער איז אנגעקומען צו א מיטינג שטינקענדיג פון דראגס?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמערל האט געשריבן:דו ווילסט טאקע איינעם איינרעדן אז די מעשה פון פעיסבוק איז א צווייטער ווי דיינס? פארוואס ווייל דו פארציילסט נישט אז יענער איז אנגעקומען צו א מיטינג שטינקענדיג פון דראגס?


שמערל יא אזוי ווי דו הערסט סאיז אינגאנצען א אַנדרע מעשה און איך האב דערויף דעקונג פון אי מעילס און מעסעדזשעס וואס קענען עס באשטעטיגן , און אלעס וועט מיט די צייט ארויפקומען , אביסלע געדולט , דער אמת וועט סוכ״ס ארויפשווימען
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמערל האט געשריבן:דו ווילסט טאקע איינעם איינרעדן אז די מעשה פון פעיסבוק איז א צווייטער ווי דיינס? פארוואס ווייל דו פארציילסט נישט אז יענער איז אנגעקומען צו א מיטינג שטינקענדיג פון דראגס?


פארוואס מיינסטו אז איך זוך דא איינעם עפעס איינצורעדען ? וואס האב איך פון דעם כבוד? געלט ? וואו גייט מיר דאס העלפן ? פארוואס זאל איך דאס טוהן ?
אויב מיינט איר טאקע אז דו אלע זאכן וואס איך שרייב דא האט זייטיגע אדער פערזענליכע חשבונות האט איר א גרויסן טעות , איך קען נאר נישט צוקוקן ווי ענק אלע נער׳ן זיך אין א זאך וואס איך ווייס פירסט הענט אז ס׳איז בולש.ט , דאס אלעס !

כ׳האף אז דו פארשטייסט אליינס אז איך האב א מוראדיגע פראבלעם פון ארויסשרייבן אפען נעמען מיט די פונקטליכע פאקטן אין קאווע שטיבל און איך האב נאך דערווייל נישט קיין רשות פונעם בעל המעשה איז פאר דעם קען איך נאך נישט שרייבן קיין איינצילהייטן פון די מעשה אבער איך וועל ארבעטן אויף א וועג איך זאל אייך יא קענען אויפווייזן אז די ביידע מעשיות זענען אמת ויציב , stay tuned
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אויסלייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אויסלייזער »

שבת אחים האט געשריבן:דא האט איר א ק/פ פון א אָריגינעלע ארטיקל פון א צווייטער מעשה

איך זעה נישט וואו די פ"ס ארג' האט בא'עול'ט דעם צופארענע שמוציגע / דראג שטינקעטיג אינגערמאן? מיר זעהט אויס אז ער האט אראפגעלייגט זיין בעטטע"ל קעיס און געזוכט לעגאלע הילף אין זיין משפחה מלחמה. אויף דעם איז דער ארג' נישט קיין הילף.
די ערליכע אידישע ארג' ווי ערכים, שופר, העלפן דען יא מיט קאמפטן אין קאורט?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך בין סורפרייזד צו זעהן וויפיל פון די חברי ק"ש האבן "א חבר" אין פוטסטעפס אדער OTD. כ'האב נישט געוואוסט אז די נומערן זענען אזוי הויך.

דערווייל זיץ איך דא מיט א באקעט פון פאפקארן און איך ענדזשוי די show. איך בין נאר נישט זיכער צו אלץ א פרומע איד דארף איך root'ן אז פוטסטעפס זאל יא העלפן מענטשן אדער נישט...

שבת אחים האט געשריבן:ווען איך וועל מיך אביסלע בארוהיגן פון די פוטסטעפס סומאכטע וועט דאן קומען איינמאל פאר אלע מאהל א אשכול א לאנגס און ברייטס איבער דיין הייליגן רבי׳ן וואס אלע דא גרויס און קליין וועלן זיך באלעקן די פינגער


עס קומט א זאפטיגס. ייש"כ קאווע טרינקער.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך ווייס נישט פונקט קיין פרטים האט נישט קיין טעם זיך אריינימישען, אבער מען דארף ארויסברענגען איין דבר פשוט, מיט וואס פאטסטעפס איז טאקע אייניג מיט התאחדות הרבנים און דאס איז נישט קיין טענה נאר א מציאות. וואס ווען א מענטש ווערט אביסעל מעטשור כאפט ער אז אזוי ארבעט די וועלט און הערט אויף אזויפיל צו האבען טענות. עס איז נישטא אזא מין זאך אן עסקן אדער אן ארגינאזאציע אדער סיי וואס זאל קענען העלפען יעדער איינער מיט זיינע אלע פראבלעמען אינגאנצן מסדר זיין. יעדער הילף ארגינאזאציע אויף דער וועלט עדווערטייזט זיך כאילו זיי זענען די מלאך המושיע פאר דעם אדער פאר דעם. קינדער ווען זיי זענען קליין לעבן מיט אזא מין הרגשה און דמיון עס וועט אלעמאל זיין איינער זאל זיי מסדר זיין אלעס די מאמע די טאטע שפעטער דער רבי די קהילה די עסקן.

דרייט מען זיך אביסעל מען ווערט עלטער ווערט מען געוואור עס ארבעט נישט אזוי. עס איז נישטא אזא מין זאך איינער וואס קען אלעס מסדר זיין פאר דיר. נישט אין שלום בית נישט אין ביזנעס נישט אין געזונט אין קיין שום זאך. אמאל איינער מזל עס גייט עם גוט אמאל נישט. אמאל העלפט א חבר אמאל קען ער נישט געבן מער ווי א האג. דאס איז באופן כללי. און כל שכן ווען מען רעדט פון אזא מין קרייסיס ווי למשל גיין אט"ד איז. וואס דאס קען איבערדרייען א מענטש'ס גאנצע לעבן. איז די הילף וואס אנדערע קענען געבן מורא'דיג באגרעניצט, אפאר דאלער דא אפאר האגס דארט, עס אזי גארנישט כלפי דער פראבלעם, און אוודי כלפי די ציפיות פון דער מענטש וואס וואקסט אויף אין אזא דמיון בפרט ווי עס איז ביי היימישע אידען אז פאר אלץ איז דא אן עסקן זאל מאכן פראטעקציע זאל מסדר זיין. חברה עס ארבעט פשוט נישט אזוי אין ריעל לייף.

פונקט נעכטן האב איך געקוקט א דאקומענטערי וועגן מענטשען וואס ארבעטן אויף האטליינס וואס העלפען מענטשען אין שווערע מצבים. האט מען געפרעגט איינער וואס איז די שווערסטע זאך פאר עם אין די ארבעט. זאגט ער אז ער האט א קעיס וואס ער ווייסט ער קען נישט העלפען. יא, יענער איז א פראפעשיענל זיין דזשאב איז צו העלפען מענטשען, אבער נישט אלעס איז אונטער זיין קאנטראל. אסאך מאל איז די מערסטע וואס ער קען געבן איז עמאנשיענל סאפאורט, און אסאך מאל דאס אויך נישט, נישט יעדער איז אפען צו דעם. איז אז איינער האט זיך פארגעשטעלט אז פאטסטעפס אדער התאחדות הרבנים אדער קאסובער רבי אדער סיי וועלכע ילוד אשה וועט זיין א מלאך המושיע און וועט עם ראטעווען פון זיין מעסד אפ לעבן, זאל ער וויסען עס גייט נישט אזוי, ער וועט נאר ארויסקומען מיט טענות.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט