כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:גערעכט מיט די נקודה אז איינער וואס איז רעליגיעז ווייל ער זיכט משמעות החיים איז מער עובד את עצמו ווי א עובד השם, אבער די פארקערטע נקודה פארשטיי איך נישט, ווייל אפי' נאכדעם וואס איך בין מיר משעבד כל כולו לעבוד הבורא דארף איך נאכאלץ וויסן די ציל פארוואס ער האט מיר דא געשיקט, פארן פשוטע סיבה כדי איך זאל קענען אהין אנקומען,
די תשובה אויף דעם ליגט אין די שורה וואס איך האב געשריבןאוודאי איז כשר און וויכטיג צוצולייגן אן אויער און הערן וואס דער מצווה האט דיר צו פארציילן איבער זיינע פלענער פארוואס ער האט דיך אהערגעשיקט, תורה היא ולימוד היא צריכה.
פיין און וואויל, אבער דו דארפסט מסביר זיין קלארער ווען ס'איז שייך די אויבנדערמאנטע נקודה, אז מען דארף הערן און וויסן איבער דעם באשעפער'ס פלענער פארוואס ער האט דיר אהערגעשיקט, און ווען ס'איז שייך די צווייטע נקודה וואס דו שרייבסט א שורה דערויף אז "די אלע געדאנקען פון פסוק און פיליזאפיע מיט קבלה און נאך וואס שטעלן פאר פאר'ן מאמין מהלכים פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט און וואס ער זוכט דא זענען נישט דא צו פארענטפערן די דילעמע פון "משמעות החיים" ווייל אזא דילעמע עקזעסטירט נישט באמת".
ואפרש שיחתי: דו טענה'סט אז ס'איז נישטא קיין חיוב צו וויסן וואס משמעות החיים איז, ווייל ס'איז נישט אונזער עסק, וכדבריך "אדער איז בכלל נישט דא קיין תכלית צום לעבן אדער איז יא דא אבער ס'איז נישט דיין פראבלעם, ס'האט עס שוין דער וואס האט דיר באשאפן געלייזט פאר דיר לכתחילה ועליה אין להוסיף. אלענפאלס איז די פראבלעם א ליידיגע זאק אן קיין שום משמעות און לגמרי נישט קיין בארעכטיגטע פראגע". אבער דא הערשט א צעמישעניש, ווען איז עס נישט מיין עסק, און ווען איז עס גאר א חיוב אלס תורה היא וללמוד אני צריך, און וויבאלד די בעלי השקפה ומקובלים זענען געווען פארנומען מסביר צו זיין סיבת בריאת העולם, דארפן מיר אויך זוכן צו פארשטיין דעם ענין.
נאך א נקודה, אז דיין יסוד אז א מאמין דארף נישט קומען פארענטפערן די טעם פון בריאת העולם על ברואיו, וויבאלד ער גלייבט אין א גאט און ער דארף זיך פארלאזן אויף אים. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. חדא, וויבאלד דאס קען זיין איינער פון די סיבות פארוואס יא צו גלייבן אדער נישט צו גלייבן אין גאט. כלומר, אויב כ'זע נישט קיין שום הסבר אין א בריאה מאן יימר אז ס'איז דא א גאט, לאמיר ענדערש אננעמען אז די וועלט איז א טבעי שאינו צריך הסבר וביאור. אשר על כן קען גאר זיין אז די בירור פון סיבת הבריאה איז דער וועג געוואויר צו ווערן צו - און אז - ס'איז דא א גאט. און אזויווי דיין משל מיט בוכל אונטערן טיש, אזוי אויך דא דארף איך וויסן צו ס'איז בכלל דא מענטש וואס האט אונטערגעלייגט דעם ביכל, אדער נעשתה מאליה. און לכאורה איז דאס נישט ווייניגער ווי סיי וואספארא אנדערע נושא בידיעת ה', וואו מען איז חוקר צוצוקומען צום ריכטיגן אמונה בה'.
נאכמער, אפילו איך ווייס ווען בבירור - נאך בעפאר די חקירה בטעם הבריאה - אז ס'איז דא א גאט, דארף איך נאך פרובירן מברר צו זיין וואס וויל ער פון מיר - אויב ער וויל עפעס פון מיר בכלל. דהיינו, איינשטיין האט דאך - ווי די יוונים הקדומים - געלייקנט אין השגחה כאטש ער האט געגלייבט אין גאט. ער האט אפשר נישט געהאט דעם פראבלעם פון פארשטיין וואס איז די תכלית האדם בעולם [כאטש אפילו זיי האבן געהאט א פראבלעם דערמיט אויף א קלענערע פארנעם, ואכמ"ל]. אבער מיר אידעלעך וואס ווערן ערצויגן אז דער באשעפער פירט די וועלט בהשגחה פרטית, וואס דאס מיינט אז יעדע זאך האט א גענויער חשבון. אויב אזוי כדי מאמת צו זיין דעם נקודה דארפן מיר בראש ובראשונה פארשטיין וואס אונזער תפקיד און תכלית איז. און נאר אזוי וועלן מיר קענען אננעמען מתוך ידיעה אז ס'איז דא השגחה אויפן וועלט, ודו"ק.
און צום לעצט, אפילו ווען איך ווייס ווען בבירור אז ס'איז דא השגחה פרטית, און ס'איז דא א טעם וסיבה לבריאה. וכדבריך, אז אויב אזוי פארלאז דיך אויף גאט אז ער ווייסט וואס ער טוט. דארפן מיר הערשט פרובירן צו פארשטיין מה חובתינו בעולם, ומה טעם לבריאת העולם. ווייל שטארק מעגליך אז דורכדעם וואס מיר וועלן דאס פארשטיין, וועלן מיר וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אונזער טאג טעגליכע עבודה. ווייל ווען מיר ווייסן פארוואס די וועלט איז באשאפן געווארן, קענען מיר וויסן וואס מיר דארפן טון צו פארפילן אונזער פליכט בשלימות על צד היותר טוב.
ומ"מ אודה ולא אבוש, אז נאכן זיך דערגרינטעווען בטעם הדבר, זע איך, אז עס איז נאך אלס בעסער דער פריערדיגער טעם ווי דער לעצטיגער טעם. ווייל לענ"ד ווערט מען נישט געוואויר קיין גרויסע יסודות וואס טוישן דעם בליק אויפן לעבן, נאר ס'זעט ענדערש אויס ווי פשוטע פסיכיאלאגישע הסברים צו פארענטפערן אן אומפארשטענדליך עסק. זאת ועוד, אז ס'וועט נאך אלס זיין שווער מיליאן און א האלב קשיות שאכ"מ, וואס די תירוץ איז ממילא ווי דו האסט אויסגעשמועסט אז מיר קענען זיך סייווי נישט דערגרינטעווען צו פארשטיין א בלתי מוגבל. דערפאר איז דער אמת'ער תוך תוכו פון א מענטש וואס איז חוקר בטעם הבריאה, פשוט מברר צו זיין צו ס'איז דא א הסבר מניח על הדעת וואס זאל מיר לאזן גלייבן אין א גאט. וכדברינו הקודמים.
הארכתי יותר מדי, ואקוה שלא קצרתי יותר מדי, והמבין יבין.