געוועזענער פרעזידענט בוש קריטיקירט אבאמא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

געוועזענער פרעזידענט בוש קריטיקירט אבאמא

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאך יארן לאנג זיך איינהאלטן בשיטה, האט דער פארגאנגענער פרעזידענט בוש געמוזט ארויסלאזן אביסל לופט פון בויך, און קריטיקירט זיין נאכפאלגער, פרעזידענט אבאמא, פאר פארשידענע מיסברויכן וואס ער האט לדעתו נישט גוט געהאנדלט אלס פרעזידענט, אבער די שטרוי וואס האט צעבראכן דעם רוקנ'ס קעמל איז געווען די פארהאנדלונגען מיט איראן.

http://finance.yahoo.com/news/george-w- ... 20467.html
וירח ה' את ריח הניחוח
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

יא, ס'איז מיר געווען א גרויסער חידוש ווען כ'האב דאס געהערט. געווענליך געבן זיך די פריערדיגע פרעזידענטס אכטונג נישט צו קריטיקירן דעם וואס זיצט יעצט אויפ'ן בענקל. ווייזט אויס אז דא איז אן אויסנאם אין זיינע אויגן.
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

For the record אבאמא האט נישט אויפגעהערט צי קריטיקירען בוש פון די טאג וואס ער איז אריינגעקומען אין אמט, אלץ געבלעימט בוש פאר אלע זיינע פראבלעמען אין בוש האט קיינמאל נישט געענפערט , זעט אויס אז סאיז טאקע א אויסנאם. פאר ווער עס געדענקט האט בוש אלץ געזאגט Iran will not have a bomb under my watch אין די מולאס האבען מורא געהאט פין עם ווייל זיי האבען געוויסט אז ער מיינט ביזנעס
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

Yossy האט געשריבן:פאר ווער עס געדענקט האט בוש אלץ געזאגט Iran will not have a bomb under my watch אין די מולאס האבען מורא געהאט פין עם ווייל זיי האבען געוויסט אז ער מיינט ביזנעס


משא"כ אין די יארן פון אבאמא האט איראן נישט מורא געהאט און יא געהאט די באמבע? :shock: :?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

אינטער אבאמאס פלאן ווערט איראן א נוקלאער power אין די סאנקציעס ווערט אראפגענימען אין אמעריקע באקומט הבטחות גארנישט מער ,
סדערמאנט פון טשעמבעליין ווען ער האט געמאכט א דיעל מיט היטלער אין האט געשאקעלט די צעטל פון די agreement . האט דעמאלטס טשורטשיל געזאגט.
“You were given the choice between war and dishonor. You chose dishonor, and you will have war.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך פארשטיי דיר אבער נאך אלץ נישט. דו מאכסט בוש פאר א היראו צוליב דעם וואס איראן האט נישט געהאט קיין באמבע בימיו. (על אף וואס בוש האט אויסגעהרגט הונדערטער טויזענטער מענטשן על לא דבר.) אבער ביי אבאמא גיבסטו נישט קיין שום קרעדיט אז בימיו האט איראן אויך נישט געהאט א באמבע? ס'זעהט דיר נישט אויס אביסל בייעסד?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

Yossy האט געשריבן:אינטער אבאמאס פלאן ווערט איראן א נוקלאער power


האבן ענערגיע פון א נוקלעאר רעאקטער , מיינט נישט קיין נוקלעאר פאוער.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

Yossy האט געשריבן:אינטער אבאמאס פלאן ווערט איראן א נוקלאער power אין די סאנקציעס ווערט אראפגענימען אין אמעריקע באקומט הבטחות גארנישט מער ,
סדערמאנט פון טשעמבעליין ווען ער האט געמאכט א דיעל מיט היטלער אין האט געשאקעלט די צעטל פון די agreement . האט דעמאלטס טשורטשיל געזאגט.
“You were given the choice between war and dishonor. You chose dishonor, and you will have war.

הבטחות און אינספעקציעס, וואס נאך זאל איראן טון, פארקויפן זייער לאנד פאר וואשינגטאן?


כמעט אזויווי נאצי דייטשלאנד.
נאר איין קליינע נישט וויכטיגע חילוק, אין די 1930ער איז דייטשלאנד געווען די שטערקסטע מיליטערישע מאכט אויפן וועלט, איראן האט אן אלטער צוריקגעשטאנענע מיליטער.
דייטשלאנד האט אקטיוו געזוכט מלחמה, די קאנסערוואטיווער פרעמיער פון ענגלאנד טשעמבערליין האט געוואוסט אז דייטשלאנד זוכט מלחמה און עווענטועל גייט זיין א קריג, ער האט נאר געזוכט אפצושטיפן די עווענטועלע קריג וויסנדיג אז ווי עס שטייט אויפן מינוט קען ענגלאנד נישט געווינען, און האט זיך גענומען ערנסט אויפבויען די ענגלישע מלחמה מאשין.

איראן האט נישט אינוואדירט/אקופירט א צווייט לאנד פאר די לעצטע צוויי הונדערט פופציג יאר, זענען אונטער א יו.ען. וואפנס עמבארגאו. די עטליכע מיליטערישע פליגער וואס זיי האבן זענען אור אלטע אמעריקאנער סחורה פון די 1970.
סאודי אראביע, טערקיי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, עגיפטן, און מן הסתם אויך קאטאר און קואעיט, מיט זייערע אמעריקאנער פראדוצירטע וואפן קען -יעדער עקסטער- זיך שלאגן מיט איראן גרינגערהייט. ווער רעדט נאך פון די אייראפעאישע לענדער, אדער אמעריקע.
דאס אלעס איז מיט קאנווענציאלע וואפן, ווער רעדט נאך פון די מערב וועלטס נוקלעארע מאכט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

חוץ מזה וואס עס איז בכלל נישט קלאר אז טשעימבערלין איז נישט געווען גערעכט. מיר ווייסן נישט וויאזוי עס וואלט זיך אויסגעשפילט אויב וואלט טשעימבערלין יא געשפילט hard ball מיט היטלער. בקיצור, דאס איז אלץ טיפישע פאליטישע דעמעגאגיע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:כמעט אזויווי נאצי דייטשלאנד.
נאר איין קליינע נישט וויכטיגע חילוק, אין די 1930ער איז דייטשלאנד געווען די שטערקסטע מיליטערישע מאכט אויפן וועלט, איראן האט אן אלטער צוריקגעשטאנענע מיליטער.
דייטשלאנד האט אקטיוו געזוכט מלחמה, די קאנסערוואטיווער פרעמיער פון ענגלאנד טשעמבערליין האט געוואוסט אז דייטשלאנד זוכט מלחמה און עווענטועל גייט זיין א קריג, ער האט נאר געזוכט אפצושטיפן די עווענטועלע קריג וויסנדיג אז ווי עס שטייט אויפן מינוט קען ענגלאנד נישט געווינען, און האט זיך גענומען ערנסט אויפבויען די ענגלישע מלחמה מאשין.


דער ויכוח געהערט שוין צו היסטאריאגראפיע. איך גלייב אז די כוונה פון יוסי איז געווען צו דעבאטירן "טשעמבערלייעניזם" ווערסוס "טשורטשעליזם", אנעם אריינגיין אין די היסטאריאגראפישע דעטאלן.

בנוגע איראנ'ס מיליטערישע מעגליכקייטן, איז עס זיכער אפן פאר דעבאטעס. א נוקלעארע באמבע קען מאכן אן ענדע צו די דעבאטעס...

איראן האט נישט אינוואדירט/אקופירט א צווייט לאנד פאר די לעצטע צוויי הונדערט פופציג יאר,


אבער זיי שיקן געווער צו טעראר ארגאניזאציעס וואס זאלן אייננעמען לענדער אונטער זייער שוץ... איראן איז אומדירעקט באלעבאס אויף לבנון, טיילווייז סיריע, און דער גורל פון תימן הענגט נאך. ס'איז אמת אז דאס גייט אריין אין א נייעם שמועס איבער "רעגירונגען וואס פינאנצירן טעראר" (סאודי אראביע טוט עס אויך, און אמעריקע האט אויך א היסטאריע פון שטיצן טעראר ווען ס'האט געדינט זייערע צילן), אבער בכל אופן איז נישט ריכטיג זיי אפצומאלן ווי אזעלכע וואס זענען נישט פארוויקלט אין אגרעסיע קעגן אנדערע לענדער.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איך זע נישט קיין דעבאטע דא, העסט מיר פארשטיין געבן וואס איראנ'ס ציווילע נוקלעארע פראגראם האט מיט נאצי אגרעסיע, העט מען קענען דעבאטירן.
איראן איז נישט גלייך צו נאצי דייטשלאנד כלל וכלל, פינטל.
דעריבער קומט טשעמבערליין און טשורטשיל נישט אריין דא.

אויך, אומבאגרונדעטע סאודישע באשולדיגונגען איבער איראנער וואפן שטיצע אין תימן מאכט זיי נישט טעראר שטיצער (ספעציעל מיט סאודי מיליטערישע באמבאדיר פליגער אין די הונטערגרונד). זוכן און שטיצן פאליטישע אליאירטע -אפילו אויב זיי זענען פון די שיא איבערצייגונג- אין תימן סיריע אדער איראק מאכן נישט איראן פאר טעראר שטיצער, חוץ אין די אויגן פון די אראבישע דיקטאטארן -און זייערע אויסלענדישע שטיצער- וואס שפירן זיך באדראעט פון יעדע זעלבסטשטענדיגע שטרעמונג אין מיטעלן-מזרח. צי איז דאס די מוסלעמענער ברודערשאפט אין עגיפטן, די מאיאריטעט שיא געמיינדעס אין איראק און באכראין, צי די שיא מינאריטעטן אין תימן, די עמיראטן אדער אין אראביע זעלבסט.

אן איינצעלנע איראנער באמבע איז די ענדע פון יעדע דעבאטע? פארוואס.
דאכט זיך אז אמעריקע האט נישט אפגעשטעלט איר נוקלעארע וואפן פראגראם גלייך נאך די סאוויעטישע אטאם פראבע. דאכט זיך אז הונדערט איז שטערקער ווי איינס, און אין פאל פון אמעריקע ווערסוס איראן איז די דיסקוסיע אזוי לעכערליך אז מען קען עס נישט אנרופן 'דעבאטע'.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גראדע, מיט מיין גאנצע האס צום געוועזענעם פרעזידענט און זיינע געפערליכע אויסערן-פאליטיק פלאנטערס מוז איך אנערקענען זיין שטאַטסמאנשאפט פון נישט ארונטעררייסן זיין נאכפאלגער יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, ווי זיין וויצע -דער נאך ווילדערע, טשעיני- גלייכט אזוי צו טון.
אויך יעצט, ווען ער האט יא געלאזט פאלן קריטיק האט ער עס געטון ווי א מענטש. לויט רוב נייעס קוועלער האט ער זיך זייער שיין ארויסגעברענגט, נישט ווי געוויסע ווילן שרייבן אז ער האט שארף אראפגעריסן אדער ווילד קריטיקירט אבאמא.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:איך זע נישט קיין דעבאטע דא, העסט מיר פארשטיין געבן וואס איראנ'ס ציווילע נוקלעארע פראגראם האט מיט נאצי אגרעסיע, העט מען קענען דעבאטירן.
איראן איז נישט גלייך צו נאצי דייטשלאנד כלל וכלל, פינטל.
דעריבער קומט טשעמבערליין און טשורטשיל נישט אריין דא.


ווען מ'רעדט פון אגרעסיע מיינט מען זייער אויפפירונג אין אלגעמיין, און די רעטארישע הבטחות קעגן מדינת ישראל ספעציפיש. א נוקלעארע באמבע וועט ערמעגליכן אויסצופירן די הבטחות. די ציווילע פראגראם טענה איז דאך אין צענטער פונעם ויכוח.


אן איינצעלנע איראנער באמבע איז די ענדע פון יעדע דעבאטע? פארוואס.


כ'האב געמיינט צו זאגן אז ס'ענדיגט די דעבאטע אין דער פראגע צי ס'איז דא וואס מורא צו האבן פון זיי.
פארשפארט