זענען שווארצע בני חם?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
זענען שווארצע בני חם?
א געוויסע רבי, האט געזאגט ביי א דרשה אז אבאמא שטאמט פון בני חם און אז ווען אבאמא פארלירט ווען די וואלן וואלטן די שווארצע געמאכט ראיאטן אנקעגען אידן. בכלל איז דער סטעימענט נאריש און ראסיטיש. איך ווינדער מיך צו עס איז בכלל אמת אז שווארצע שטאמען פון חם?
ניין, בפירוש נישט, שווארצע מענטשן קומען אדער שטאמען (אבולציה) פון די מדינות נעבן דעם equator, זייענדיג נענטער און מער אויסגעשטעלט צו דער זון זענען זיי געפארבט אפגעברענט. אין פאקט זענען די תושבים פון די מדינות אין סענטרל און זיד אמעריקע נאך צומאל שווארצער ווי די פון ניגעריע, על אף וואס זיי שטאמען פון די שפאנישע מדינות, בני יפת, ס'איז נאר אז אסאך פון די אנגעבליכע בני חם וואוינען אין אפריקע זענען זיי אויך שווארץ מיינען טייל מענטשן אז שווארצקייט איז א קללה אויסשליסלך פאר די בני חם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
גראדע איז דא אזא מדרש (הובא בילקוט מעם לועז) אז חם איז פארשאלטן געווארן מיט שווארצע הויט און דיקע ליפן וכו', זעט אויס אז דער מדרש האלט אז אלע אפריקאנער וואס האבן די אייגנשאפטן שטאמען פון כוש אדער פון די אנדערע קינדער. אבער דאס איז אומפארשטענליך וויבאלד נאר כנען איז פארשאלטן געווארן, און ער האט דאך נישט באקומען אפריקע.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל
הרמב"ם בהלכות איסורי ביאה פרק יב הלכה כה:
כשעלה סנחריב מלך אשור בלבל כל האומות ועירבם זה בזה והגלה אותם ממקומם, ואלו המצרים שבארץ מצרים עתה אנשים אחרים הם, וכן האדומים שבשדה אדום. והואיל ונתערבו ד' אומות האסורים בכל אומות העולם שהן מותרים - הותר הכל, שכל הפורש מהן להתגייר חזקתו שפירש מן הרוב, לפיכך כשיתגייר הגר בזמן הזה בכל מקום בין אדומי בין מצרי8 בין עמוני בין מואבי בין כושי בין שאר האומות, אחד הזכרים ואחד הנקבות - מותרין לבא בקהל מיד9.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
איינער האט געשריבן:א געוויסע רבי, האט געזאגט ביי א דרשה אז אבאמא שטאמט פון בני חם און אז ווען אבאמא פארלירט ווען די וואלן וואלטן די שווארצע געמאכט ראיאטן אנקעגען אידן. בכלל איז דער סטעימענט נאריש און ראסיטיש. איך ווינדער מיך צו עס איז בכלל אמת אז שווארצע שטאמען פון חם?
איך בין נישט מנהל דא אבער איך וואלט געזאגט אז דו וואלסט געדארפט עפנען די אשכול און צימעס
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
ביי משה רבינו שטייט (בהעלותך יב,א) כי אשה כשית לקח, רש"י דרש'ט לשבח על שם נויה נקראת כושית וכו',
פשטות טייטשט מען אין די מגילה מהודו ועד כוש, כוש איז עטאפיע, וואס געפונט אין אפריקע,
קען זיין צפורה איז געוועהן נאה ביופיה ונאה במעשיה, אפילו זי איז געוועהן טינקעל.
דער מלכות שבא מיט וועם שלמה המלך האט חתונה געהאט, איז אויך אויך געקומען פון עטאפיע מארץ כוש,
סיי משה רבינו אין סיי שלמה המלך האט געהערט קינדער פין דעם זיווג, זייער מעגליך אז טייל פון די קינדער אדער אייניקלעך זענען געוועהן טינקעל הויטיג. נאך מער אז מקוקט זיך אום אין דער 'מידעל איסט' זענען זיי על רוב זייער טיקעל. דאס האט גארנישט מיט חם, בני כנען זענען פארשאלטן געווארען צו זיין טינקעל, אבער דאס מיינט נישט אז אנדערע קענען נישט זיין שווארץ.
פאלאשע אידען יוכיח, אמת מהאט זיי געהייסען איבערגיין א גירות פרעדוציר, אבער דאך קיינער קען נישט קומען קלאר זאגען אז זיי שטאמען נישט פין די בני יעקב אבינו, השבטי קה, נישט קיין נפק"מ פון וועלעכע שבט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
א כושי איז אין חז"ל און אין תנ"ך דער סימבאל פון א שואורצער מענטש, כי אשה כישית לקח זאגן טייל מפרשים אז זי איז געווען טינקל הויטיג ווי א כושי. אין מדרש שטייט אז ווען די טינקלהויטיגע מדנים זענען געקומען צו פוטיפר פארקויפן דעם העלן יוסף, האט פוטיפר זיי געזאגט, אז געווענדליך פארקויפט א גרמני א כושי און נישט פארקערט אז א כושי פארקויפט א גרמני. פון דער מדרש זעען מיר אין צוגאב אז א כושי איז דער סימבאל פון א שווארצע אויך אז א כושי איז אויך א סימבאל פון א קנעכט.
מצד שני זעען מיר אין אנדערע מקורות אז דוקא דער פארשאלטענער כנען מיט די קללה "עבד עבדים יהיה לאחיו" איז דער מקור פון א טייל פון דעם ציוויליזירסטן פאלק די דייטשן, ווי מיר זעען אין סוף עובדיה (תרי עשר) וואו ס'שטייט אז די אידן וועלן פארטריבן ווערן צווישן די כנענים וועלעכע וואוינען ביי צרפת, זאגן דארט א טיל מפרשים אז דאס מיינט מען אלמעניע (אין פראנצויזיש ווערט דייטשלאנד אנגערופן אלמיין) וואס געפונט זיך לעבן פראנקיע (פראנקרייך).

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:ביי משה רבינו שטייט (בהעלותך יב,א) כי אשה כשית לקח, רש"י דרש'ט לשבח על שם נויה נקראת כושית וכו',
פשטות טייטשט מען אין די מגילה מהודו ועד כוש, כוש איז עטאפיע, וואס געפונט אין אפריקע,
קען זיין צפורה איז געוועהן נאה ביופיה ונאה במעשיה, אפילו זי איז געוועהן טינקעל.
דער מלכות שבא מיט וועם שלמה המלך האט חתונה געהאט, איז אויך אויך געקומען פון עטאפיע מארץ כוש,
סיי משה רבינו אין סיי שלמה המלך האט געהערט קינדער פין דעם זיווג, זייער מעגליך אז טייל פון די קינדער אדער אייניקלעך זענען געוועהן טינקעל הויטיג. נאך מער אז מקוקט זיך אום אין דער 'מידעל איסט' זענען זיי על רוב זייער טיקעל. דאס האט גארנישט מיט חם, בני כנען זענען פארשאלטן געווארען צו זיין טינקעל, אבער דאס מיינט נישט אז אנדערע קענען נישט זיין שווארץ.
פאלאשע אידען יוכיח, אמת מהאט זיי געהייסען איבערגיין א גירות פרעדוציר, אבער דאך קיינער קען נישט קומען קלאר זאגען אז זיי שטאמען נישט פין די בני יעקב אבינו, השבטי קה, נישט קיין נפק"מ פון וועלעכע שבט.
קודם כל שטייט נישט אין ערגעץ אז שלמה המלך האט געהייראט די מלכה פון שבא. והשנית איז נישט זיכער אז זי קומט פון כוש מאנכע האלטן אז די מלכה איז געקומען פון תימן. וואס איז יא זיכער; שלמה המלך האט חתונה געהאט מיט בת פרעה.
אגב דער מלבי"ם אין ירמיהו זאגט אזוי ווי כעלעמער מגיד האט געברענגט אז די שווארצקייט פון די טונקעלע קומט פון די זון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
אויסדרוקליך נישט. די עטיאפישע אידן זענען טונקל הויטיג, אבער זיי זענען אידן פונקט ווי אונז אלע.
איך ווייס אסאך האבן טענות אויף די פאקט, אבער תכלית גערעדט, די זעלבע טענות האט מען געהאט אויף די תימנ'ע הונדערט יאר צוריק, ווען די אשכנזים און אפילו ספרדישע אידן, האבן זיך צום ערשטן מאל אנגעשטויסן אין די עדה, וואס האט אייגנארטיגע מנהגים וואס זענען נישט אייניג מיט די אלגעמיינע טראדיציעס פון די צוויי גרויסע עדות, ספרדים און אשכנזים.

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
אויך די ליכטיג-הויטיגע יידן זענן פולשטענדיגע יידן אזוי ווי אלע, בלויז ווייל פילע דורות צוריק זענן גווארן אריינגמישט אביסל דייטשע און סלאווישע ג'ינס, דורך גרים, מאנסים און התבוללות.
רבנים זאגן אז עס איז נישט קיין שאלה להלכה אז זיי זענן זיכער יידן לחומרא.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אויך די ליכטיג-הויטיגע יידן זענן פולשטענדיגע יידן אזוי ווי אלע, בלויז ווייל פילע דורות צוריק זענן גווארן אריינגמישט אביסל דייטשע און סלאווישע ג'יגנס, דורך גרים, מאנסים און התבוללות.
רבנים זאגן אז עס איז נישט קיין שאלה להלכה אז זיי זענן זיכער יידן לחומרא.
אויף געוויסע יחידים , וועלכע האבן נישט די דריי סימנים וואס די גמ' רעכנט אויס אז מ'קען דערקענען אויף זיי אז זיי שטאמען פון אברהם, יצחק ויעקב, קענמען מסופק זיין אויב זייער זיידע איז געווען א רומענישער אדער אונגארישער גוי וועלכער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד...
מאטי האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן: דער מלכות שבא מיט וועם שלמה המלך האט חתונה געהאט, איז אויך אויך געקומען פון עטאפיע מארץ כוש,
קודם כל שטייט נישט אין ערגעץ אז שלמה המלך האט געהייראט די מלכה פון שבא. והשנית איז נישט זיכער אז זי קומט פון כוש מאנכע האלטן אז די מלכה איז געקומען פון תימן. וואס איז יא זיכער; שלמה המלך האט חתונה געהאט מיט בת פרעה.
[tag]מאטי[/tag],
חז"ל זאגן אויך [און רש"י ברענגט עס אראפ], אז וועגן דעם האט אברהם אבינו אזוי מורא געהאט אז די מצריים וועלן אוועקנעמען שרה, וויבאלד זיי זענען געווען בכלל הקללה של חם, היות מצרים איז אויך א זון פון חם, און זיי זענען אויך געווען שווארץ.
קומט אויס אז שלמה המלך וואס האט חתונה געהאט מיט בת פרעה, האט זוכה געווען אין א שווארצע פרוי.
עוד מישהו האט געשריבן:אויסדרוקליך נישט. די עטיאפישע אידן זענען טונקל הויטיג, אבער זיי זענען אידן פונקט ווי אונז אלע.
איך ווייס אסאך האבן טענות אויף די פאקט, אבער תכלית גערעדט, די זעלבע טענות האט מען געהאט אויף די תימנ'ע הונדערט יאר צוריק, ווען די אשכנזים און אפילו ספרדישע אידן, האבן זיך צום ערשטן מאל אנגעשטויסן אין די עדה, וואס האט אייגנארטיגע מנהגים וואס זענען נישט אייניג מיט די אלגעמיינע טראדיציעס פון די צוויי גרויסע עדות, ספרדים און אשכנזים.
געהאקט א טשייניק.
אונז האבן אלס געוואוסט פונעם אידישן עקזיסטענץ אין תימן, כאטש ס'כמעט נישט געווען קיין שייכות. די תימנ'ע האבן אלס געהאט געוויסע ספרים אונזערע, א שטייגער דעם יד החזקה להרמב"ם, און זיי האבן נאכגעפאלגט אונזערע הלכות, כאטש זיי האבן אסאך מאל גע'פסק'נט אנדערש. משא"כ די פאלאשן, האבן געהאט מאדנע הלכות אן קיין מקור, אסאך מאל האבן זיי געטון שלא כהלכה אפילו ביי דאורייתא'ס [לויט אונזער רבנ'ישע פארשטאנד אין פסוק], און מ'האט נישט געהאט מיט זיי קיין משא ומתן, און אודאי נישט בהלכה, ביז די עלייה לעדת עטיאפיע.
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
איינער האט געשריבן:א געוויסע רבי, האט געזאגט ביי א דרשה אז אבאמא שטאמט פון בני חם און אז ווען אבאמא פארלירט ווען די וואלן וואלטן די שווארצע געמאכט ראיאטן אנקעגען אידן. בכלל איז דער סטעימענט נאריש און ראסיטיש. איך ווינדער מיך צו עס איז בכלל אמת אז שווארצע שטאמען פון חם?
דער ילקוט מעם לועז אין פרשת נח זאגט אז יא. נישט אז ער איז געוועהן א שכר נאר נאך וואס ער האט געטוהן צו זיין טאטע (נח) איז ער פארשווארצט געווארען.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: זענען שווארצע בני חם?
אדנירם האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן: דער מלכות שבא מיט וועם שלמה המלך האט חתונה געהאט, איז אויך אויך געקומען פון עטאפיע מארץ כוש,
קודם כל שטייט נישט אין ערגעץ אז שלמה המלך האט געהייראט די מלכה פון שבא. והשנית איז נישט זיכער אז זי קומט פון כוש מאנכע האלטן אז די מלכה איז געקומען פון תימן. וואס איז יא זיכער; שלמה המלך האט חתונה געהאט מיט בת פרעה.
[tag]מאטי[/tag],
חז"ל זאגן אויך [און רש"י ברענגט עס אראפ], אז וועגן דעם האט אברהם אבינו אזוי מורא געהאט אז די מצריים וועלן אוועקנעמען שרה, וויבאלד זיי זענען געווען בכלל הקללה של חם, היות מצרים איז אויך א זון פון חם, און זיי זענען אויך געווען שווארץ.
קומט אויס אז שלמה המלך וואס האט חתונה געהאט מיט בת פרעה, האט זוכה געווען אין א שווארצע פרוי.
די היינטיגע מצרים איז נישט די זעלבע פון אמאל. ווען האט זיך עס געטוישט, נאך פאר שלמה המלך אדער שפעטער?
ווי אויך קען זיין אז די בת פרעה איז פון א אנדערע דינאסטיע בכלל נישט פון חם.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
[tag]petergrifin[/tag],
אויב מען זאל אננעמען, אז 'עד שבא סנחריב ובלבל את האומות', זענען די פעלקער יא געווען איש על מחנהו ואיש על דגלו, דאן איז דאך פשוט אז זיי זענען געווען די זעלבע מצריים, וויבאלד סנחריב איז געווען אסאך אסאך שפעטער פון שלמה המלך.
אויך דיין צווייטע טענה, איז בפשטות נישט מסתבר. ווייל אפילו דו וועסט אננעמען אז ס'איז געווען אן אנדערע דינאסטיע [ואכן כ"ה במציאות], זענען זיי אבער בפשטות נאכאלס געווען חלק פונעם אור-אלטן מצרי'שן פאלק, מזרע חם. נאר די מלך איז געווען פון אן אנדערע משפחה פון די מצריים [א שטייגער ווי די מלכי ישראל, וואס זענען געווען אן אנדערע דינאסטיע ווי מלכי בית דוד, אבער פארט געווען מעם ישראל].

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:44 am