ער האט געוואלט מאכן געלט פון פארקויפן די ירושה חפיצים פון הייליגן מנח"א זי"ע, די מונקאטשע חסידים בראשם פון האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א האבן דאס נישט געקענט צוקוקן האבן זיי דאס אפגעהאלטן מיטן טענה'נען אז ער איז דער מונקאטשע רבי און אלעס באלאנגט פאר אים.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די מלחמה איז נישט געווען מיטן טאטן, נאר מיט די ווייב. זי האט נעבעך אראפגעפירט דעם מאן און זי האט אים נישט געלאזט זיך פירן ברבנות, זי האט גע'רודפ'ט די קינדער נכדי המנ"א זי"ע און זיי ארויסגעווארפן פון שטוב, די קינדער האבן נעבעך געוואלגערט פון איין בית יתומים צו די אנדערע די עלצטע זון הערשי ע"ה האט אליינס קעיר גענומען פון די געשוויסטער און שפעטער געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע פון וואס ער איז שוין געבליבן א אינוואליד עד יום מותו. ער האט מיט איר חתונה געהאט נאך די מלחמה ווען ער איז געקומען אויף אר"י שבור ורצוץ מיט א שטוב מיט 5 קליינע קינדער ער האט זיך געפרייט איינער קוקט אויף אים און ער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א סאברא. סוף ימיו האט ער נעבעך באוויינט זיין ביטערע גורל.
איך האב געהערט ממקורות נאמנים אז זי איז געוועין א יעקעטע. אפשר געבוירן אין א"י. געשטאמט פון יעקעס...! כ'האב נאך געהערט א סאך נעגאטיווע אינפארמאציע איבער איר און איר התנהגות.שלא כדאי להעלות על הכתב.
אינטערסאנט אז אזא סאטמארער שוואנץ ווי דיר זאל אויך אפקויפען די נערעטיוו אז דער קלויזענבארגער רב'ס אויסגעשפילטקייט האט געהאט ציטאן מיט די סאטמארע טעראר. טרעף מיר איין נאמען פון די צענדליגער וואס האבן בשעתו איבערגעלאזט קלויזענבארג קיין סאטמאר וואס האבן דאס געטאן אלץ א תוצאה פון טעראר. פונקט פארקערט די טערער האט נאכגעפאלגט די אויסגעשפילטקייט כידוע ליודעים. נאר דאס איז אמאל ברור אז ר"ב וואלט געהאט זערא שאנס צי סוקסידען און וויליאמסבורג בשעת דארט איז געווען א סאטמארער רב, און ס'לזאט זיך דיבעיטען אפילו אן א סאטמארער רב דארט.
איך ווייס נישט איבער יא סאטמארער שוואנץ אדער נישט.(כלשונך.) אבער דער פאקט אז קלויזנבורגער רב איז געווארן אויסגעשפיעלט פון מתפללים. רוב פון וועלכע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין סאטמאר, איז ער במחכת"ה זיך אליינס שולדיג געוועין. לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע מענטשן וואס האבן עס פארציילט לפי תומם. און נישט מיט קיין שנאה. ווייל ער האט זיך ארומגעווארפן מיט די מענטשן. און נישט געגעיבן חיזוק, ווען זיי האבן עס אזוי שטארק געדארפט. אלעמאל געוועין מיט א בייזע מינע. און אריינגעזאגט אין באב'ן אריין. לעומת די סאטמאר'ער רב האט אייביג אויפגענימען מיט א שמייכל. און געזאגט א פריינטליכן גוט שבת. איך בין נישט דארט געוועין. נאר אויב ס'איז אמת, איז זייער שטארק מסתבר פארוואס מענטשן האבן איבערגעלאזט און געגאנגען אין א צווייטע ביהמ"ד וואו מ'נעמט אויף מיט א פרייליכע שמייכל. כאטש די קלויזנבורגער רב זצ"ל איז נאך די מלחמה מיט מסירת נפש געקומען קיין אמעריקע מאכן געלט כדי צו העלפן האלטן יתומים און יתומות ביי אידישקייט. אבער אפשר די פארביטערטקייט פון זיינע צרות אין די מלחמה האט איהם נישט געלאזט ארויסווייזן פריינטליכקייט צו די מענטשן אין זיין ביהמ"ד...! די סאטמער'ער טעראר איז א עקסטער באזינדער פרשה וואס דארף באשריבן ווערן באריכות. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס קלויזנבורג איז געווארן אויסגעשפיעלט פון מתפללים...!
"כל חיי שאלתי אותו את השאלה הזו, ובמספר רב של הזדמנויות - אך רק סמוך לפטירתו הוא הסכים לענות לי על כך. הוא אמר לי: 'אני הייתי הרעבע (כינוי לאדמו"ר), ואני קורא ליהודים לעלות אחרי לארץ ישראל, ומתריע בפניהם שהנאצים מגיעים תוך פרק זמן קצר להונגריה - והם מסרבים לשמוע בקולי? אם אני רעבע, לא אמורים להרהר אחר דבריי'. אגב, התגובה של החסידים לקריאתו הייתה קשה. הם אמרו לו, 'רבי, אם אתה צריך כסף, אז תבקש. למה אתה מפחיד את כולם סתם?'"
דער סוף פונעם ארטיקל איז גרייזיג ווען זיי אידענטיפיצירן דעם היינטיגען מונקאטשער רב אלץ א ברודער פון ר׳ ברוך׳ל (אנשטאט א זוהן).
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UppnE8V4OGY[/youtube]א גאר רירענדע פילם פון מונטקאטש פארן קריג מיט אינטערעסאנטע שטריכן איבער דאס אלגעמיינער אידישע לעבן דארט, אויכעט איז דא דארט גאר אינטערעסאנטע זאכן פון הגה''צ ר' ברוך ראבינוביץ וחמיו בעל מנחת אלעזר זצ''ל
איינע פון די זאכן וואס זיי ברענגען ארויף איז אז ווען דער גרויסער עסקן וממנהיגי הציונות זאב ז'בוטינסקי ע''ה איז געקומען געבן א דרשה אין תרצ''ו מחזק זיין די ארטיגע יודן איז הגה''צ רבי ברוך געקומען זיך אינטעהערן פון אונטערן פענסטער אביסעל דברי חיזוק
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
יישר כחכם הרב @מור וקציעה די קליפּ איז געוואלדיג ,זייער רירענד און אינטערסאנט פול מיט בענקשאַפט און נאסטאלגיע צו דער אלטער היים , א חוץ פונדעם פיל איך א שטארקע קאָנעקשאן צו די שטאט מונקאטש וואס מיין מאמע איז דארט געבוירן און די שטאט פון מיינע זיידעס און איר עלטערין,
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius