אראומע 23# הרבי ר׳ מרדכי׳לה מנדבורנא - יו״ד א׳ סוכות תרנ״ה

די ערשטע טאג סוכות געפאלט אויס די יארצייט פון הקדוש והטהור, מופת הדור, בוצינא דנהורא, מנורה הטהורה, צדיק יסוד עולם, קדוש יאמר לו איש אלקי' דער הייליגער רבי ר' מרדכי מ'נדבורנא זי"ע.
הרב הקדוש רבי ר' מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע איז געבוירן געווארן י"ט אייר, שנת תקפ"ד, אין נדבורנא צו זיין פאטער הרה"ק רבי ישכר בער מ'נדבורנא, (רבי ר' בערצי) זצוק"ל, בן הרה"ק רבי איציקל קאלישער זי"ע, בן הרה"ק רבי ארון ארי' לייב זי"ע מפרעמישלאן, א תלמיד חבר פון קודש הקדשים אור שבעת הימים רבינו ישראל ה'בעל שם טוב זי"ע.
זיין מוטער הרבנית הצדיקת רחל ע"ה איז געווען א טאכטער פון הג"ר אברהם לייב בלאך זצ"ל, אב"ד פסוויל, בן הגה"צ רבי חיים גבריאל בלאך זצ"ל במח"ס "יפה נוף", בן הגה"צ רבי יוסף זצ"ל אב"ד אלעסק, בעל "גנזי יוסף".
זיין סנדק איז געווען זיין עלטער פעטער, הקדוש והטהור רבי מאיר'ל פון פרימישלאן זי"ע, רבי ר' מאיר'ל זי"ע האט אויך מייעץ געווען פאר רבי בערצא אז ער זאל געבן פאר'ן רך הנימול דעם נאמען "מרדכי", על שמו פון זיין רבי'ן הרה"ק רבי מרדכי מ'קרעמניץ זי"ע, בן הרב הקדוש רבי יחיאל מיכל מ'זלאטשוב זי"ע, וועלכער איז נסתלק געווארן מיט עטליכע יאהר פריער, י"א תמוז אין יאהר תק"פ.
רבי מאיר'ל פרימישלאנער האט אמאל געזאגט צו זיין פלימעניק רבי ר' בערצא, (דער פאטער פון רבי מרדכי'לע נדבורנא) בזה"ל: "איך האב געזען דיין זון מרדכי'לע, און זיין קלסתר פנים איז ממש גלייך צו מיין רבי'נס, הרב הקדוש רבי מרדכי מקרעמניץ זי"ע". רבי מאיר'ל פרימישלאנ'ער פלעגט אים אויך רופן מיטן נאמען:"מרדכי היהודי", זאגענדיג אז ער האט די נשמה פון מרדכי הצדיק.
נאך מימי נעוריו האט זיך דער קליינער מרדכי'לע אויסגעצייכענט מיט זיין הייליגער התנהגות. יעדער איינער האט געזען אז דאס קינד וועט נאך אמאל פארשיינען די וועלט מיט זיין צידקות און קדושה, און ער וועט אויסוואקסען איינער פון די גרעסטע צדיקים וקדושים ביי אידן.
דער רבי בערצא איז אמאל געווען אין פרימישלאן, האט רבי מאיר'ל פרימישלאנ'ער זיך אנגערופען צו אים בזה"ל: "איך בעט אייך, קוקט זיך אום אויף אייער מרדכי'לע, און זעט אז ער זאל עסן, ווייל ער עסט זייער ווייניג".
רבי מאיר'ל פרימישלאנער האט אויך געבעטן רבי ר' בערצא, אז ער זאל מיטברענגען זיין קליינעם מרדכי'לע, דעם יניק וחכים, קיין פרימישלאן, ווען ער קומט צו פארן קיין פרימישלאן.
אמאל איז אריינקומען א איד מיט א קוויטל צום הייליגן זיידען רבי ר' מרדכי'לע פאר ר"ה, און ווען דער איד האט געהאלטן ביים ארויסגיין פון שטוב, האט די הייליגער רבי ר' מרדכי'לע באמערקט אז דער איד יאגט זיך זייער שטארק, האט דער רבי ר' מרדכי געפרעגט דעם איד ווי ער יאגט זיך, האט דער איד גענטפערט, אז ער איז א חזן אין א שטאט און ער וויל זעהן אויב דער מחזור איז נאך גוט פון פאריאר, האט דער ר' מרדכי'לע געגעבען א געשריי און געזאגט "די מָ"ק וואס דו ביסט (מָ"ק מאכט מוֹח קטן, דער רבי ר' מרדכי'לע פלעגט רופען איינער וואס איז געווען א שוואכער בר דעת מ"ק) דער מחזור איז נאך גוט פון פאריאר די דארפסט נאר קוקן צו די ביסט געבליבן די זעלבע פון פאריאר".
ספר "מאמר מרדכי" פרשת כי תבא אויפן פסוק "ידבק ה' בך את הדבר" שטייט אז רבי ר' מרדכי נדבורנ'ער זי"ע האט אמאל געזאגט בזה"ל: "ווען איך בין נאך געווען א קליין יונגל ווען איך האב אנגעהויבן צו לערנען גמרא בעיון האב איך אמאל געפרעגט מיין טאטן זי"ע ווי אזוי קען איך מקיים זיין די פסוק "שויתי ה' לנגדי תמיד" אז איך בין טרוד און אריין געטוען אין לערנען"? האט מיר מיין פאטער געענטפערט אעפי"כ ביזטו מחוייב מקיים צו זיין דעם "שויתי"...
איך האב דעמאלט בשעת מעשה נישט פארשטאנען די הייליגע ווערטער, האט דער רבי ר' מרדכי צוגעגעבן, ווייל ס'האט מיר אויס געזען ווי אן אום מעגליכע זאך... שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן, און איך האב זוכה געווען אז מיינע אויגן זאלן לייכטן במאור התורה - האט רבי ר' מרדכי'לע ווייטער געזאגט האב איך פארשטאנען אז אויב א מענטש איז מבטל זיין ישוב און ער האט נישט אינזינען ביי זיין פלפול הנאת עצמו פאר זיין אייגענעם פארגעניגן אז ער זאל הייסן א גרויסער למדן... נאר זיין גאנצע עיון און פלפול בתורה איז כולו לשם שמים נישט לשם התפארות, פאר גרויס-האלטערישקייט, אז ער האט נאר אינזינען לעשות נחת רוח לעבודת ית"ש, צו מאכן א פארגעניגן פארן אייבישטן, אזא איינער איז זוכה צו זעהן פאר זיך די שם הוי"ה ב"ה כסדר, אפי' ווען ער איז פארטיפט אין זיינע מחשבות, און ער איז פארזינקען בלימוד ובפלפול התורה...
רבי מרדכי'לע נדבורנ'ער האט פארמאגט זעלטענע כשרונות, ער איז געווען באשאנקען מיט א שארפן מוח און שנעלע תפיסה, אויך איז ער געווען א גרויסע מתמיד, און ער האט זיך אלץ יונגע בחור קונה שלמות געווען בכל מקצועות התורה, ער האט אבער אלעס אויס באהאלטן פון מענטשן זייענדיג א הצנע לכת ובורח מפני הכבוד.
רבי מרדכי'לע נדבורנ'ער איז נאך בחיי אביו געווען צוויי יאר צייט ביי זיין עלטער פעטער רבי מאיר פרימישלאנער זי"ע, ווי ער איז מגודל געווארן במעון קדשו פון רבי מאיר'ל, און ביי געוואוינט זיינע וואונדערליכע דרכים, און מדריגות בעבדות השם.
כשהגיע לעול המצות, ביי די דרייצען יאהר איז ער געפארן אויף א שבת קיין פרימישלאן, ביים עולה זיין האט זיך רבי מאיר'ל אנגערופן פארן גאנצן עולם בזה"ל: "מרדכי'לע וועט עולה זיין ששי, אבער ווי אזוי זאלן מיר אויף רופן מרדכי'לע צום עולה זיין? אויב וועט מען אויפרופען "יעמוד מורינו הרב", דאס איז צי א קליינע טיטול לויט זיינע מעלות, וועט מען אים אויפרופען "יעמוד מורה מורינו הרב" דאס וועט אויסזעהן צו א גרויסע טיטול לויט זיין יונגען עלטער, וואס דען זאלן מיר טאן, נאר מיר וועלן אים אויפרופן "איש יהודי היה בשושן הבירה, ושמו מרדכי".
נאכ'ן קידוש האט זיך רבי מאיר'ל אויסגעדרייט צום עולם און ער האט זיך אנגערופן בזה"ל: "וואס זאל איך טוען מיט מיין מרדכי, ווי זאל איך זעצן מיין מרדכי? וועט איר זאגן אין די רעכטע זייט ביים טיש, גלייבטס מיר אויפן ווארט, אז ער איז שוין ראוי צו זיצן אויבן אן בראש השלחן, וועט איר זאגן אז ער זאל זיצן אויבן אן ביים טיש, איך האב דאך מורא אז ער זאל נישט קומען צו א נדנוד פון יוהרא און התפארות, סוף כל סוף איז ער דאך א קינד, אלא מאי זאל ער זיצן אויף מיין שויס".
און דער הייליגער רבי ר' מאיר'ל האט אים טאקע גענומען זיצען אויף זיין שויס, און אזוי איז ער געזעצן ביי אים אויפן שויס אין משך פון די גאנצע סעודה.
רבי ר' מרדכי'לע נדבורנ'ער איז אמאל געפארען קיין סאדיגער, און ער האט זיך נישט אויסגעגעבן פאר קיינעם ווער ער איז, ביים הייליגן רוז'שינער איז געווען איינגעפירט, אז ווען ער איז ארויס געקומען פון זיין חדר מיוחד, האט זיך דער גאנצע עולם וועלעכע איז דארטן געשטאנען ארום, אויסגעשטעלט אין צוויי שורות. און דער רוז'שינער פלעגט אדורך גיין צווישן די צוויי רייען מיט צוגעמאכטע אויגן, און אזוי האט ער געגעבן שלום צו יעדן איינעם.
ווען ער איז אנגעקומען צו רבי ר' מרדכי'לע, האט זיך דער ריז'שינער פלוצלינג אויפגעמאכט די אויגן, און ער האט געפרעגט: "ווער איז דער יונגערמאן?"
האט זיך רבי מרדכי'לע אנגערופן: "איך בין פון נדבורנא".
האט דער ריז'שינער ווייטער געפרעגט: "זענט איר אפשר א זון פון דער רבי ר' בערצי ז"ל?" האט זיך רבי מרדכי'לע אנגערופן: "יא!". "זענט איר אפשר דער יונגסטע?" האט דער ריז'שינער ווייטער געפרעגט. האט רבי ר' מרדכי'לע גענטפערט: "יא!".
דער ריז'שינער האט דערנאך אנגעכאפט די האנט פון רבי מרדכי'לע, און עס געדרוקט מיט זיינע צוויי הייליגע הענט בדרך חבה, דער ריזשינער האט צוגעלייגט רבי מרדכי'לעס קאפ צו זיין הארץ, זאגנדיג צו אים, הערט ווי מיין הארץ קלאפט, דערנאך האט זיך דער ריז'שינער געשטעלט דאווענען.
פרייטאג צו נאכט, איידער דער ריז'שינער זי"ע, איז אריינגעקומען פירן טיש, איז זיין גבאי ארויסגעקומען פון רבי'ןס צומער, כדי איינציטיילן די זיץ פלעצער פון די אנשים מכובדים, און די קרואי מועד אויבן אן ביים טיש. רבי ר' מרדכי'לע איז דעמאלס געזעצן אין ביהמ"ד אין א ווינקל, און ער האט אריין געקוקט אין א ספר. דער ריז'שינער'ס גבאי איז צוגעגאנגען צו דער רבי ר' מרדכי'לע, און ער האט געבעטן אויפן באפעל פון ריז'שענער, אז ער זאל ארויף גיין אויבן אן זיך זעצן ביים טיש, לעבן די שטיל פון ריז'שינער זי"ע.
רבי מרדכי'לע איז געווארן דערציטערט, און צוריק געפאלן צוריקוועגס, פון די עצם רעיון, ס'טייטש ער זאל זיצן לעבן דעם צדיק הדור, דער הייליגע ריז'שינער? בפרט נאך א יונגערמאן ווי ער איז, און ער האט נישט געוואלט ארויף גיין.
דער גבאי איז דארנאך אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה, אין צומער פון ריז'שינער, און ער האט אים איבער געגעבן אז דער יונגערמאן פון נדבורנ'ער (רבי מרדכי'לע) וויל זיך נישט זעצן אויבן אן.
האט דער ריז'שינער געבעטן אז ער זאל אים ווידער בעטן, און רבי מרדכי'לע האט ווייטער נישט געוואלט.
האט דער ריז'שינער דערנאך געלאזט באפעלן מיט'ן גבאי'ן פאר רבי מרדכי'לע, צום דריטן מאל, אז אויב ער גייט נישט ארויף אויבן אן ביים טיש קומט ער נישט אריין! די דאזיגע מעלדונג, האט געמאכט א גרויס געטומל צווישן די חסידים, ס'טייטשט דער רבי וויל נישט פירן טיש צוליב יענעם יונגערמאן? רבי מרדכי'לע האט שוין געזען אז ער קען שוין מער נישט אפזאגען, איז ער בלית ברירה ארויף געגאנגען פון פארענט, און זיך געזעצט אויבען אן ביים טיש. באלד דערנאך איז טאקע דער הייליגע ריז'שינער זי"ע אריינגעקומען פירן טיש. ער האט זיך באלט אויסגעדרייט צו רבי מרדכי'לע, און ער האט זיך אנגערופן צו אים בזה"ל: אמאל פירט מען טיש צוליב איינעם, און אמאל פירט מען "נישט" קיין טיש צוליב איין מענטש.
נאך דעם ווי דער ריז'שינער האט טועם געווען פון די מאכלים, האט ער אוועק גערוקט דעם טעלער פון די מאכלים צו רבי ר' מרדכי'לע (אז ער זאל אליין נעמען שריים). רבי מרדכי'לע האט שפעטער אמאל געזאגט בזה"ל: "דער הייליגע ריז'שינער האט געוויסט וואס ער געט מיר, און איך האב געוויסט וואס ער גיבט מיר"! דער ריז'שינער האט זיך דעמאלט אנגערופן בזה"ל: "דער שכינה שיינט אויפן פנים פון יענעם יונגערמאן". און ער האט בשעת מעשה עטליכע מאל גיגלעט און געקושט זיינע פאות, זאגנדיג, אז ער קישט א מזוזה!,
נאך שבת האט אים דער ריז'שינער געבענטשט, זאגנדיג בזה"ל: "אוודאי ווער עס דינט דעם באשעפער בלב שלם, פאר אים איז שיין, און פאר אים פאסט צו זיין א רבי, די זאלסט זיין א רבי ביי יודן, און די זאלסט נעמען קוויטלעך, און פירן אן עדה יודען ביד רמה".
אזוי ארום איז דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע נסמך געווארן פון צוויי צדיקי הדור, אלס רבי וקדוש ישראל.
אמאל האט דער הייליגע "דברי חיים" פון צאנז זי"ע, צוזאמען מיט זיין זון דער הייליגע "דברי יחזקאל" פון שינאווא זי"ע, באזיכט ביי רבי ר' מאיר'ל פון פרימישלאן.
אינמיטן האט זיך רבי ר' מאיר'ל אנגערופן צו די געסט בזה"ל: "וואלט איר פריער געקומען וואלט איר נאך זוכה געווען, אן צו זעטיגן אייערע אויגן פון דעם שטראלעדיגע צורה פון מיין מרדכי'לע, ער האט דער צורה פון יוסף הצדיק"!
ווי נאר דער שינאוו'ער רב האט דאס געהערט, איז ער באלד ארויסגעלאפן אין גאס, און נאך געפארן נאך רבי מרדכי'לע, עטליכע מאלן, מיט זיין געדינגענער קאראטע.
הגאון הגדול רבי אברהם יודא הכהן שווארץ זי"ע, אבד"ק בערגסעז, בעמח"ס שו"ת "קול אריה", האט אמאל געזאגט, אז מען דארף שטארק נזהר זיין פון א הקפדה פון רבי מרדכי'לע, ווייל ער איז אן איש קדוש.
מען האט אמאל דערציילט, פאר הרה"ק רבי אברהם מסטרעטין זי"ע, אז רבי מרדכי'לע דאוונט זייער שפעט. האט ער זיך אנגערופן בזה"ל: "ח"ו צו רעדן אויף אים, ער ווייסט ווען עס איז דער זמן פאר יעדע זאך, און ווען עס איז דער צייט פון דאווענען".
מען פארציילט, אז רבי מרדכי'לע איז געווען אמאל אין שטאט סיגעט, און מען האט אים איינגעלאדנט אנטייל צונעמען ביי א ברית מילה, ווען דער הייליגע "ייטב לב" זי"ע איז געווען מוהל, און דעם רבי ר' מרדכי'לע האט מען מכבד געווען מיט סנדקאות און זאגן די ברכות.
דער "ייטב לב" זי"ע האט אבער געוואוסט אז רבי ר' מרדכי'לע איז זיך נוהג צו דאווענען זייער שפעט שחרית האט ער געפרעגט דעם רבין ר' מרדכי'לע ווען ער קלערט צו קומען צום ברית. האט זיך אנגערופן דער רבי ר' מרדכי'לע בזה"ל: "אזוי, צווייע דרייע"! דעם ייטב לב'ס התנהגות איז דעך געווען מיט זייער א פינקטליכע סדר, כידוע, איז ער טאקע געקומען צוויי א זייגער צו די ברית. דער רבי ר' מרדכי'לע האט זיך אבער פארשפעטיגט, און ער איז אנגעקומען אסאך שפעטער הערשט אום פינעף אזייגער איז ער געקומען.
אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האט זיך אנגערופן דער ייטב לב צו רבי ר' מרדכי'לע: "איהר האט דאך געזאגט אז איר וועט קומען צווייע דרייע, פארוואס האט איר זיך אזוי פארשפעטיגט ביז פינעף אזייגער"? האט זיך אנגערופן רבי מרדכי'לע בדרך צחות: "נו, צוויי מיט דריי איז טאקע פינעף". נאכ'ן ברית, האט זיך אנגערופן דער ייטב לב צו זיין גבאי: "עס איז כדאי געווען צו ווארטען עטליכע שעה, צו הערן דעם "זה הכסא", ווייל זייט דער רבי ר' הירש פון רימנוב זי"ע, האב איך נישט געהערט אזעלכע ברכות, איך וואלט חשק גיהאט אים צו הערן נאכאמאל דאווענען".
דער הייליגע "אהבת ישראל" פון וויז'שניץ זי"ע, האט אמאל געזאגט בזה"ל: "רבי ר' מרדכי'לע איז למעלה מן הזמן, און למעלה מהשכל, ער האט געדארפט זיין אסאך אסאך פריער".
מען זאגט נאך, פוןרבי ר' מרדכי'לע, אז ער האט געטייטשט די פסוק אין פרשת תולדות, "ורב יעבוד צעיר", "ורב" צו זיין א רבי, "יעבוד צעיר" דארף מען אסאך האראווען אין די יונגע יארן.
אמאל איז געקומען צו רבי ר' מרדכי'לע איינער וועלכע איז געגאנגען מיט צופלויגענע פיאות (נישט צוזאמען גענומען), האט זיך רבי מרדכי'לע געבייזערט אויף אים בזה"ל: "די ווייסט אז די פיאות דארפן אויף זיין בהידור, שיין, געראמט, און דיינע פיאות זענען אזוי ווי בעזעמעס, דעריבער זאלסטו זען נזהר צו זיין אז די פיאות זאלן זיין צוזאמען גענומען שיין, וועסטו מקיים די דאזיגע מצוה מיט א הידור".
רבי ר' מרדכי'לע פלעגט נישט צו עסן מיט א גאפל, נאר מיט די הענט, אמאל האט אים איינער אן אויפגעקלערטער מאדערנע מענטש, דערלאנגט א גאפל צום עסן, האט זיך רבי מרדכי'לע אנגערופן בזה"ל: "מיינע הענט זיינען היינט געווען אין די מקוה, אבאר דאס גאפל נישט!"
נאך א זאך וואס דער רבי ר' מרדכי'לע איז געווען נזהר, אז ער האט קיינמאל נישט געלאזט צו זיך א דאקטער זאל אים אינטערזוכן, אפילו ווען ער איז געווען שטארק קראנק רח"ל, ער פלעגט זאגן וואס קען מיר א דאקטער העלפן, אז איך בין פיל מיט עוונות ופשעים, נאר דער אייבישטער אליין קען מיר העלפן.
איין מאל איז געקומען א יוד צו רבי ר' מרדכי'לע, און האט אראפגעלייגט אויפן טיש א קוויטל מיט א פדיון, האט אים רבי מרדכי'לע געפרעגט וואס איז זיין בקשה? האט ער
זיך אן גערופן: "גארנישט... איך בין נאר געקומען קענען דעם רבי'ן". האט זיך רבי מרדכי'לע געבייזערט אויף יענעם יוד, זאגענדיג בזה"ל: "איז דען מרדכי א קאמעדע (א שוי שפילער), אז מען קוקט אים אן זאל ער נעמען געלט?", און האט נישט געוואלט צונעמען דאס געלט.
איין מאל האט ער געזאגט אז מען זאל נישט שטעלן קיין וויין ביים טיש. ער האט געזאגט דער טעם, ווייל עס זענען פארהאן מענטשן, וועלעכע האבן נישט קיין געלד, פונדעסט וועגן שטעלן זיי וויין ביים טיש, ווייל ער זעט אז זיין חבר שטעלט וויין ביים טיש וויל ער נישט ווייזן אז ער האט נישט קיין געלד, שטעלט ער אויך וויין, קומט דאך אויס אז דאס שטעלן וויין קומט אים אן זייער שווער, און עס איז אים בנפשו, דערנאך טרונקט מען דאס בלוט פון יענער מענטש, "כי נפש הבשר דמו בנפשו הוא"... דעריבער בעט ער אז מען זאל נישט שטעלן וויין ביים טיש.
דער רבי ר' מרדכי'לע איז געווען אן איש פלא, ער האט געהאט אפענע אויגן, וכל רז לא אניס ליה. איין מאל האט איינער, א חסיד'ישע יוד, פון די מקורבים ביים רבי'ן רבי מרדכי'לע, האט זיך גענויטיגט אין א ישועה, ווייל ער האט געליטן שטארק פון זיינע גוי'שע שכנים, און ער האט געהאט אויסצושטיין פול צרות פון זיי, ער האט אבער נישט מזכיר געווען פאר רבי ר' מרדכי'לע וועגן זיין פראבלעם, נישט וועלנדיג אים שטערן אין זיינע זאכן, אבער ווען איינער פון די גוים האט אים שוין געסטראשעט מיט'ן ערגסטן, האט אים די פרוי שטארק דערקוטשעט און געבעטן אז ער זאל אריין גיין צום רבי'ן און ער זאל מזכיר זיין זיין בקשה.
אריינקומענדיג אינעווייניג אין צימער, האט אים רבי מרדכי'לע גארנישט געפרעגט, נאר ער האט אים געהייסן אז ער זאל זיך אוועק רוקן אין א זייט... און ער האט אים געזאגט "דו מאק לויף אהין"! און ווייטער געהייסן "דו מאק לויף אהין"! אזוי האט ער אים געהייסן לויפן עטליכע מאל, יענער יוד איז געבליבן נבהל ונשתומם, וואס וויל דא דער רבי פון מיר? און מיט גרויס שרעק איז ער ארום געלאפן אין צומער עטליכע מאל ווי דער רבי האט אים געהייסן. נאך דעם האט אים דער רבי געזאגט, אז ער זאל גיין אהיים און עס וועט אים גארנישט פאסירן...
אהיים קומענדיג האט ער דאס פארציילט פאר זיין פרוי אין מיטן עסן, וואס דער רבי האט מיט אים געטוען, אזוי רעדנדיג ביי זיין טיש מיט זיין פרוי, האט זיך יענע יוד אינטער געהויבן פון זיין ארט ביים טיש, און וועלנדיג אנווייזן ווי אזוי דער רבי האט אים געהייסן אוועק רוקן זיך אויף דער אנדערע זייט, האט ער זיך אוועק גערוקט פון זיין ארט, און זיך געשטעלט אויף אן אנדער ארט, און געוויזן דערביי צו זיין פרוי "זעסט אזוי האט מיר דער רבי געהייסן זיך אוועק רוקן אויפן אנדערע זייט".
אין יענע מאמענט האט מען אריין געשאסן א קויל דארך דער פענסטער, און עס איז א דורך געפלויגן פונקט אויף יענעם ארט ווי יענע יוד איז פריער געזעצן ביים טיש, און אזוי ווי ער האט זיך פונקט באותו רגע אויף געהויבן און זיך אוועק געשטעלט אויף א צווייטן ארט, איז אים געלאנגען בדרך נס און בחסדי השם אז דער קויל האט אים נישט געטראפן ח"ו, און אזוי ארום איז יענע יוד ניצול געווארן ממות לחיים.
שפעטער איז יענע יוד געוואר געווארן אז די ערלים, זיינע שונאים, האבן געהאט באשלאסן צווישן זיך, אז ווען ער וועט זיך זעצן עסן נאכטמאל ביים טיש, וועלן זיי אריין שיסן א קויל דארכן פענסטער, און אים הרג'ענען (רח"ל).
דאס אלעס האט רבי ר' מרדכי'לע געזען אינעווייניג אין קוויטל, עיניו צופיות למרחוק, און מיט דעם וואס ער האט אים געהייסן אז ער זאל זיך אוועק ציען אויף אן אנדערע זייט דערמיט האט ער אים געלערנט און מרמז געווען אז ער זאל וויסן זיך אויף צו הייבן פון זיין ארט, בכדי אז ער זאל ניצול ווערן פון די הענט פון די רשעים, וועלכע האבן געלאקערט אויף אים שלעכטס צו טוען, און מיט זיינע הייליגע ווייטע אויגן האט ער דאס שוין פון פאראויס געזען, און פון ווייטנס אויסגעפוילט א ישועה.
איינמאל איז איינער געקומען צו רבי ר' מרדכי'לע אויף יום הקדוש, יענע יוד האט אבער פארגעסן זיינע ברילן אינדערהיים, ווען רבי מרדכי'לע איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, האט ער געזען ווי א יוד וויינט זייער שטארק, האט ער אים געפרעגט פארוואס ער וויינט אזוי, האט זיך יענע יוד אנגערופן, אז ער האט נישט קיין ברילן און ער קען נישט דאווענען, האט זיך רבי מרדכי'לע אנגערופן בזה"ל: "נו, זעהט מען אן ברילן"!, פון דעמאלטס אן האט יענע יוד אנגעהויבן צו זען אן ברילן, און א גאנץ לעבן האט ער נישט געדארפט אנקומען צו קיין ברילן, ער האט אויך געהאט אריכות ימים, און ער האט געלעבט 104 יאר!
איינמאל איז רבי מרדכי'לע געווען אויף א שבת אין די שטאט טעטש, און ס'האט דעמאלטס געהערשט א גרויס טרוקעניש אין די מדינה, ווייל ס'האט זייער ווייניג גערעגנט יענעם יאר. רבי ר' מרדכי'לע האט זיך אנגערופן אז ער וועט זיך נישט שטעלן דאווענען ביז ס'וועט קומען א רעגן, (עס איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג), פלוצלונג האט זיך גענומען רעגענען, און ערשט דערנאך האט זיך רבי ר' מרדכי'לע געשטעלט דאווענען.
איינמאל איז געקומען צום רבי ר' מרדכי'לע, א יוד פון בוקארעסט, מיט'ן נאמען פישל וויטנער, וועלעכע האט געהאט א קראנקע טאכטער, און זי פלעגט שטארק צו צוטערן רח"ל, און מען איז שוין געווען ביי אלע דאקטורים און ס'האט גארנישט געהאלפן.
יענע יוד איז געווען א גרויסע אויפזעער ביים שטייער אמט, אבער ער איז נעבעך נישט געווען קיין שומר תורה און מצות, און רבי מרדכי'לע האט אים אנגעווינטשן בזה"ל: "דיין טאכטער וועט האבן א רפואה און די א ישועה"... (רבי מרדכי'לע האט א פנים מיט זיינע הייליגע אויגן געזען אז אין יענעם פרייען יוד טליעט נאך עפעס א פונק פון יודישקייט, און ער האט געוואלט אז דער פונק זאל זיך צופלאקערן, און עס זאל זיך אין אים וועקן דאס יודישע געפיל, דעריבער האט ער אים געווינטשן מיט די ווערטער "אין די א ישועה", און דערמיט האט ער אים מרמז געווען אז ער דארף אויך א ישועה ברוחניות, און ער זאל תשובה טוען).
וכך הוה, פון יענע הייליגע ווערטער האט זיך אין יענעם יוד צוריק געוועקט דאס פינטעלע יודישקייט אין זיין הארץ, און ער האט באשלאסן תשובה צו טוען, ער איז געבליבן ביי רבי מרדכי'לע א שטיק צייט, און ער איז געווארן אן אמת'דיגע בעל-תשובה, זיין טאכטער איז דערנאך אויך געזינט געווארן.
רבי ר' מרדכי'לע האט אים שפעטער געזאגט "דו האסט דאך איר געלאזט אויף בויען אים שבת א ריזיג פאלאץ (דאס דאזיגע פאלאץ איז דעמאלטס ווערט געווען א האלב מליון פראנק), און היות מ'טאר דאך נישט נהנה זיין פון מעשה שבת, דעריבער זאלסטו וויסן אז דאס הויז וועט אנהייבן ביסלעך ווייז זינקען אין דער ערד", וכך הוה, דאס הויז האט אן געהויבן ביסלעך ווייז צו זינקען.
רבי ר' מרדכי'לע פלעגט ווינטשן פאר די מענטשן וואס האבן זיך געזעגנט פון אים פאר פסח בזה"ל: "זאלסט אפגעהיטן ווערן פון א משהו חמץ בפסח, און פון א משהו יסורים א גאנץ יאר".
עס איז געווען בשעת די מלחמה יאהרען זענען 27 בחורים'לעך אינאיינעם נעבעך געפאהרען אין מיליטער דינען קיין מוּנקַא סאַזאָר, אויפן וועג זענען זיי דורך געפאהרען בושטונא, ווי דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע ליגט, אין זיי האבען אלע אינאיינעם מחליט געווען זיך אריין צו כאפען צו די קבר פון דעם הייליגען רבי ר' מרדכי'לע אין בעטין רחמי שמים אז זיי זאלען ניצול ווערין פון די שווערע מלחמה, אין מיט די הכנה זענען זיי ווייטער גאפאהרען, אין שפעטער ווען עס איז א דורך דער קריג, האט א איד געוואלט זעהן ווי די זיבען אין צוואנציג בחורים זענען, צו האבען זיי איבער געלעבט דעם קריג, צי נישט, אין ער האט גענישטערט אין געזוכט ביז ער האט צוזאם געטראפען זעקס אין צוואנציג פון די זיבען אין צוואנציג בחורים, אין דאס אליינ'ס איז געווען א גרויס וואונדער ווייל וויפיל זענען ליידער אומגעקומען ל"ע, אבער ער איז נישט געווען רוהיג ער האט געהאלטען ביי זיך קלאהר אז דער אנדערער מוז אויכעט לעבן ווייל אז מען בעט ביי דעם קבר פון אזא צדיק ווערט מען געהאלפען, ביז ער האט שפעטער באקומען גריסען אז דער זיבען אין צוואנציגסטער איז אויך געבליבען לעבן אין איז אין ארץ ישראל.
חוסטע רבי שליט"א האט דערציילט אז זיין'ס א קרובה וואס איז געבליבען נאך די מלחמה וואוינען דארט אין סעליש, נישט ווייט פון חוסט והגלילות, האט אים דערציילט, אז בערך פאר 35 יאהר צוריק איז געווען א איד וואס זיין טאכטער איז נעבעך זייער נישט געזונט געווארין, רח"ל, אין ער איז אין זיין צער געפאהרען צום ציון הק' פון דעם הייליגען רבי ר' מרדכי'לע פון נאדבורנא, אויסבעטין א ישועה, עס איז געקומען אויף דער נאכט חלומ'ט ער זיך אז דער רבי ר' מרדכי'לע איז אים געקומען אין חלום, אין ער האט אים געזאגט אז ביי אים אין שטאט איז נישטא קיין מקוה, אזוי ווי די דארפסט דאך א ישועה פאר דיין טאכטער, אז די וועסט בויען א מקוה אין די שטאט וועט דיין טאכטער האבען א ישועה, אין כך הוה ער האט געבויעט א מקוה, אין זיין טאכטער האט געהאט א ישועה מן השמים.
הרה"צ בעל תולדות אהרן משה זצ"ל, ווען ער איז געווארין דער ממלא מקום אביו הק', אין שטאט חוסט, איז אריין געקומען צו אים א איד אין געזאגט כהאי לישנא, רבי איך קום שוין צו דעם טיש ביי 4 דורות רבי'ס, דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע, דער הייליגער רבי ר' ישראל יעקב, דער הייליגער רבי ר' שמעלקי, אין צו דעם רבי'ן דער רבי ר' אהרן משה, אין ער לייגט צו, אין איך קום נאך אלץ מיט די זעלבע אמונה, דער הייליגער רבי ר' אהרן משה האט דאס געהערט, איז ער מרוב ענותנותו דערשראקען געווארין צו הערין אזעלעכע ווערטער, אז מיט די זעלבע אמונה קומען אידען צו אים, האט ער זיך אויף געשטעלט אין געפאהרען קיין בושטענע, צו די קברי אבותיו, אין מתפלל געווען, אין צום סוף איז ער צו געגאנגען צום רבי ר' מרדכי'לעס ציון אין דערציילט די מעשה, אין געבעטין אז דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע זאל אים שטיין צו די האנט, אין עס איז א דורך צוויי וואכען פון דעמאלט'ס אין עס איז געווען א איד וואס האט געדארפט א ישועה פאר זיין טאכטער, אין איז געקומען צום רבין רבי אהרן משה אין דערציילט א מעשה פלא, ווי פאלגענד: אז ער איז געגאנגען צום רבי ר' מרדכי'לע'ס ציון אויסבעטין א ישועה, אין ער איז אהיים פון דארט, אויף דער נאכט איז אים דער רבי ר' מרדכי'לע געקומען אין חלום אריין, אין אים געזאגט, אז היינט קומט מען נישט צו מיר, איך האב איבער געלאזט א אור אייניקעל אין דיין גלילות, אין די שטאט חוסט דער רבי ר' אהרן משה, גיי צו מיין אור אייניקעל רבי ר' אהרן משה אין דארט וועסטו געהאלפען ווערין.
דער איד האט בכלל נישט געוואוסט אז עס איז נאך געבליבען דורות פון דעם צדיק דארט, אבער אזוי ווי ער האט דאס געזעהן אין חלום איז ער ארויס אויף די רייזע, אין ער האט זיך אויפגעהויבען אין געפאהרען קיין חוסט צום רבין ר' אהרן משה, אין ווען ער איז געקומען האט ער דערציילט פאר דעם רבין אז דער רבי ר' מרדכי'לע האט אים געשיקט, אין אזוי ווי מען האט געוואוסט אין נאדבורנא אז מען קען פוילען ישועות דורך געבין פאר אידען צו עסין, אין ספעציעל נאך סעודת שבת, האט אים דער רבי ר' אהרן משה, געהייסען געיבן שלש סעודות, אין אזוי האט ער געטוהן אין ער האט געהאט א ישועה.
עס איז דא א באוואוסטע מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט געוואוינט אין בושטענע, אין די צייטען וואס דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע פון נדבורנא האט דארט געוואוינט, דער איד איז גראדע געווען א וויזשניצער חסיד, ער פלעגט פאהרען צום הייליגען צמח, (רבי ר' מענדעלע וויזשניצער, ער איז געווען די ערשטע וויזשניצער רבי,) איז ער געפאהרען צו אים אויף ראש השנה, אהנקומענדיג אהיים קיין בושטענע, נאך ראש השנה, איז ער געגאנגען צו רבי ר' מרדכי'לע שלום נעמין, האט אים רבי ר' מרדכי'לע געפרעגט, וויפיל אזייגער האט דער וויזשניצער רבי געזאגט ברכות, האט ער געענטפערט, רופט דער רבי ר' מרדכי'לע אריין זיין גבאי, אין פרעגט אים, וויפיל אזייגער האבען מיר געזאגט ברכות, אין עס איז אויס געקומען גענויא די זעלבע צייט, אין אזוי האט ער אים אויסגעפרעגט אלע איינצעלהייטען, ווען מען האט אהנגעהויבען יעדע חלק התפלה, אין עס איז אלעס אויס געקומען גענויא די זעלבע צייט, ווי דער רבי ר' מרדכ'לי האט געדאווענט, אזוי ביז נאך תקיעת שופר, איז אלעס אויסגעקומען גענויא די זעלבע צייט אין וויזשניץ ווי ביים הייליגען רבי ר' מרדכי'לע אין בית המדרש.
האט רבי ר' מרדכי'לע זיך אהנגערופען, מרדכי'לע שטייט אויף ראש השנה אינדערפרי אין זעהט אז די הימל איז אינגאנצען פארוואלקענט, מען קען נישט דאווענען, גייט אדורך א שטיקעל צייט, אין מרדכי'לע זעהט אז עס געט זיך עפעס א ריר, די וואלקענעס הייבען זיך אהן צו ריקען, פרעגט מרדכי'לע אהן אויבען אין הימל, וואס האט פאסירט, דורך וואס ריקען זיך די וואלקענעס אוועק, האט מען געענטפערט פון הימל, אז רבי' ר' מענדעלע וויזשניצער גייט איצט אין מקוה אריין, זאגט רבי ר' מרדכי'לע, אזוי ווי איך האב דאס געהערט האב איך מיך מיט געכאפט, אין איך בין אויך געגאנגען אין מקוה אריין.
דערנאך זעהט מרדכי'לע אז עס ריקט זיך ווייטער, פרעגט ער אויבען וואס גייט פאהר, וואס האט פאסירט, זאגט מען אויבען, אז רבי ר' מענדעלע וויזשניצער זאגט אדון עולם, האט רבי ר' מרדכי'לע צוזאם גערופען דעם גאנצען עולם, שוין זיך צו שטעלין דאווענען, (ביי רבי ר' מרדכלי'ע פלעגט מען קיינמאהל נישט דאווענען אזוי פרי, האט מען געדארפט צוזאם רופען דעם עולם) אין איך האב מיך מיט געכאפט, אין אזוי ווייטער, ביי יעדע שטיקעל פון דעם דאווענען, ביז תקיעת שופר, אין פלוצלינג, האב איך דערזעהן דער גאנצער הימל איז ריין, אהן א שום וואלקען, ממש ריין, פרעגט מרדכי'לע אהן אויבען אין הימל וואס איז פשט?, האט מען געזאגט אז רבי ר' מענדעלע בלאזט שופר, האב איך מיך מיט אים מיטגעכאפט.
נאך אן אינטערסאנטע מעשה איז געווען צווישען די צוויי צדיקים, אז דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע איז אמאהל אריין געקומען צו איינעם אין שטוב אריין צו גאסט זייענדיג אינטערוועגינס, אין דער רבי ר' מרדכי'לע קומט אריין אין די אויפנעם שטוב, אין איז נישט צופרידען פון די אויסשטעל פון די טיש אין בענקלעך, אין דער רבי ר' מרדכי'לע האט זיך גענומען דרייען ארויף אין אראפ מיט דעם טיש בי ז ער האט עס אראפ געלייגט אויף א געוויסע פלאץ אין אויסגעשטעלט דעם אויסשטעל אויף אן אנדערער אופן ווי עס איז געווען, אין דערנאך האט ער דאס זעלבע געטוהן מיט די בענקלעך אין מסדר געווען דעם טיש אין בענקלעך, אויף א נייע פארמאט.
דערנאך האט ער אריינגערופען דעם בעל הבית אין צימער אריין אין פרעגט אים, זאג מיר, צו איז נישט דער טיש געווען אמאהל אויס געשטעלט אזוי ווי איך האב עס יעצט אויסגעשטעלט? דער בעל הבית פארוואונדערטער -הייט ענטפערט יא!, פרעגט דער רבי ר' מרדכי'לע ווייטער צו איז נישט דא געווען עמיצער אן עהרליכער איד בשעת ווען די טיש אין בענקלעך זענען געווען אויסגעשטעלט אויף דעם אופן ווי איך האב עס יעצט אויסגעשטעלט, האט דער בעל הבית זיך דערמאנט אין געזאגט, יא! ער דערמאנט זיך אז ווען דער הייליגער צדיק רבי ר' מענדיל'ע וויזשניצא'ער איז דא געווען ביי אים איז טאקע די טיש אין בענקלעך אויס געשטעלט געווען גענויא אויף דעם אופן ווי דער רבי ר' מרדכי'לע האט עס יעצט אויסגעשטעלט.
האט זיך אהנגערופען דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע, מרדכי'לע קומט אריין אין שטוב אריין אין שפירט אז עס איז דא דא עפעס א באזונדערע קדושה, אבער נישט אויף דעם פלאץ ווי ער זיצט, אין הייבט אהן טאפען אין פרובירען ביז מען האט אהנגעטראפען דעם מקום הקדושה.
(צדיקים האבען די מעשה איינגעטייטשט אין די משנה, אין אבות רבי חנניה בן תרדיון אומר שנים שיושבים ואין ביניהם דברי תורה הרי זה מושב ליצים, אבל שנים שישבו ויש ביניהם דברי תורה, שכינה שרויה ביניהם, איז אלע פרעגען דאך אז מען זיצט אויף א פלאץ אין מען לערינט נישט איז מען שוין א לץ?, הרי זה מושב ליצים? האבען זיי געטייטשט אזוי אז א מענטש זעהט אמאהל ער קומט אויף א פלאץ, אין ער עפענט אויף א גמרא, ער וויל לערנען, ער נעמט זיין חברותא, אין טוהט אלע השתדלות, אבער עס גייט נישט, ער ווייסט נישט פארוואס אבער עס געלונגט אים נישט צו לערנען, עפעס ליגט דא באהאלטען אינטער דעם, זאגט אונז די משנה אויב שנים שיושבים ואין ביניהם דברי תורה, צוויי זעצען זיך אוועק אין בשום אופן גייט עס נישט עס איז אין ביניהם דברי תורה זאלסטו וויסען אז די סבה דערפון איז, ווייל הרי זה מושב ליצים, דא איז אמאהל געווען א פלאץ ווי עס זענען געזעצען אנשי בליעל, ליצים, אין דערפאר געלונגט דיר נישט צו לערנען אויף דעם ארט ווייל זיי האבען רחמנא ליצלן אריין געברענגט א טומאה אין דעם ארט וואס שטערט אין לאזט נישט לערנען דא,
אבער אויב זעהסטו א פארקערטע מעשה די זעצט זיך אוועק אויף א פלאץ אין עפעס אינמיטען שפירסטו פון זיך אליין א גלוסטעניש צו תורה, צו עבודה, עס ציהט דיך פון זיך אליין צו עפענען א גמרא אין זיך גיין זעצען לערנען זאלסטו וויסען די סבה דערפון איז ווייל שכינה שרויה ביניהם, דא איז א פלאץ ווי עס איז אמאהל געזעסען א עהרליכע איד אין געדינט דעם אייבירשטען אין ער האט אריין געברענגט א השראת השכינה אין די גאנצע פלאץ אין דערפאר ציהט דיך אזוי שטארק צו לערנען אין דאווענען אין דינען דעם אייבערשטען.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באופן כללי יא.
עס איז דא צוויי משפחות וואס שטאמען פון עם די ארגינעלע אייניקלעך זיינע זענען די לייפער׳ס למשפחותיהם, דערנאך זענען דא די ראזענבוים׳ס וואס זענען אייניקלעך פון איינער פון די קינדער ר׳ מאיר קרעטשניפער וואס האט געטוישט די קינדער די משפחה נאמען ביי די יארן וואס זיי האבן זיך געדארפט שטעלען צום מיליטער
עס זענען אויך פארהאן די לייפער׳ס וואס זענען אייניקלעך פון ר׳ יוסף מבארשא דער יונגסטער ברודער פונעם רבי ר׳ מרדכי׳לה

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
פיקציע האט געשריבן:זוכענדיג מער איבער הרב הנ״ל האב איך דאס געטראפען אויף אייוועלט.
די מיינסט צו זאגן
זוכענדיג מער איבער הרב הנ״ל האב איך דאס געטראפען אויף קאווע שטיבל.
ווייל די ביסט שוין נישט דא גיוועהן א יאר
אבער עס קומט זיך דיר עניוועי א יישר כח פאר'ן לאזן וויסן פון ווי ער האט דאס גענומען.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
ענף משושלת נדבורנה הוא נדבורנה-באניה עם רבי דוד לייפר מ[נדבורנה-]באניה הי"ד שבו רבי אהרן יחיאל עלה לארץ לצפת עם חותנו רבי זאב וולף טירנויער (צאצאיו בן אחרי בן נושאים את ההגייה העברית טירנואר), דוד סבתי מצד אמי (http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7% ... 7%90%D7%A8) המיוחס לרבי יצחק אייזיק מטירנא בעל "ספר המנהגים" (http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%A0%D7%90).
הערך בויקיפדיה היידית על ר' מרדכי שבו פחות תולדות חיים מאשר בויקיפדיה העברית (אגב הענף המרכזי של שושלת נדבורנה ועוד ענפים אחרים [כמו קרצ'ניף] אינם נושאים את שם המשפחה המקורי של אדמו"רי חסידות נדבורנה אלא את את השם רוזנבוים, ודווקא כל הנושאים את שם המשפחה המקורי של אדמו"רי החסידות שייכים לענפים צדדים יותר (כמו נדבורנה-באניה ובהמשך נדבורנה-צפת ומבניו של ר' אהרן יחיאל מכהנים בצפת, בירושלים [שניים] ובחיפה, כאמור בערך הוויקיפדי על רז"ו טירנואר המקושר לעיל): http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%A0%D7%90)
הערך בויקיפדיה היידית על שושלת נדבורנה (לעומת הערך בויקיפדיה העברית שבנוי לפי מספרי דורות בויקיפדיה היידית הערך בנוי לפי שם האישיות המרכזית בכל דור): http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7% ... 7%99%D7%A3)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאר הדור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אתא קלילא: איך ווייס נישט צו מיט דיין נייעם אדער אלטן ניק. אבער בכל אופן א יישר כח. איך זעה אז איך האב שוין געלייקט בשעת דו האסט צו ערשט געשריבן דא אויף קאווע שטיבל. די באשרייבונג פון דעם צדיק הדור איז געווען כמים קרים על נפש עייפה. איך האב נאך געליינט א סאך מופתים און דברים נפלאים פון דעם קדוש וטהור און איש פלא. נאר כ'האב שוין פארלוירן דעם ספר ווי דאס אלעס איז באשריבן. אויב דו האסט נאך א מקור אויף פארשידענע אנדערע מנהגים און מופתים פון דעם צדיק, זיי מוחל און שרייב עס דא כדי לשמח הלבבות און ממשיך זיין ישועות בזכות האי צדיקא פאר כלל ישראל. אמן..