די אידיש געפירטע ראיאטן אין בארא פארק תשל"ט

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3749 מאל

די אידיש געפירטע ראיאטן אין בארא פארק תשל"ט

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

מיטהאלטענדיג די היציגע ראיאטן וואס קומט פאר אין די טעג אין באלטימאר ברענגט עס פאר מאנכע ארויף אויפן געדאנק די ראיאטן וואס די אידן האבן געפירט במשך עטליכע שעה שבת קודש פרשת תולדות שנת תשל"ט ,

שבת צופרי תיכף נאכן דאווענען האבן זיך די אידישע ציושטע מאסן מיט העק אין שפיזן אין דער האנט א לאז געטון צום פאליציי'אישן סטאנציע וואס איז געווען קווארטירט אינדרויסען פונעם אידישן קווארטל .... (קרעדיט מנחם מנדל)

די מעשה האט זיך אנגעהויבן נאך וואס עס האט זיך אפגעשפילט עטליכע אינצידענטן אין בארא פארק ווי עס איז נישט געווען קיין געהעריגע שיצונג פון די פאליציי. ביז די קלימאקס האט דערגרייכט ווען איין פרייטאג צונאכטס איז א איד נאכן דאווענען אין באבובע ביהמ"ד דערשטאכן געווארן רח"ל אזוי ווי די פאליציי האט נישט געהעריג רעאגירט צו דעם סיטואציע האט דאס שוין ארויס גענומען דער עולם פון דער גלייכגעוויכט און שבת צופרי נאכ דאווענען האבן זיך הינדערטע אידן א מעשה לאז געטון צו די 66'טע פריסינקט און געשריגן מיט א פארלאנג אויף מער שוץ , די מאסן פארזאמעלטע האט זיך פארגרעסערט פון מינוט צו מינוט . מיטאמאל האט מען זיך א לאז געטון שטורמען דעם געביידע און אנגעהויבן פליקן טירן. ברעכן קעבינעטס. שענקלעך. אויסשוטן הינדערטע טיקעטס. שמעטערנדיג פאליציי'אישע געצייג און וואס נאר מען האט געפונען אינטער די האנט ,
די פאליציי האט דאן אריינגעברענגט פארשטערקעטע קרעפטן און האבן אנגעהויבן מאכן סדר טיילענדיג מכות אויף רעכטס און אויף לינקס ! נאכן קומען צו אן אפשטעל איז געווען אזויפיל ווי 72 פארוואונדעטע ! איינער פון זיי האט געכאפט אן הארץ אטאקע שטארבענדיג נישט לאנג דערנאך . (לויט די פאליציי איז אזויפיל ווי 62 פארוואונדעטע געווען פון זיי ...!)
לויט זייער שאצונג זענען געווען ארום 200 מענטשן אינעווייניג און אזויפיל ווי 2000 מענטשן ! אינדרויסן ,
צווישן די ארעסטירטע איז דאן געווען דער היציגער אסעמבלימאן סעמועל הירש וואס האט געבעקט די ראיאטן אבער ער איז קורצליך דער באפרייט געווארן צוליב ווערן ארעסטירט אויף א טעות (....)

ווער עס געדענקט פרטים אדער איז באקאנט מיט די פרשה איז מכובד מוסיף צו זיין ,

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר