וואו איז פארשוואונדן געווארן דער נו״ן?
דער נו״ן פון אקוזאטיוו און דאטיוו
ווען א סטודענט גייט זיך היינט צו טאג לערנען אידיש אין איינע פון די אוניווערסיטעטן אדער קאלעדזשן, לערנט ער אין איינע פון די שיעורים דעם כלל פון אן ענדע נו״ן אין אקוזאטיוו און דאטיוו.
קודם כל לאמיר דערמאנען פארן עולם דעם באדייט פון די צוויי גראמאטישע באגריפן וואס יעדער וואס לייגט זיך אריין אין דער וועלט פון אידישער גראמאטיק מוז וויסן אין יעדן טריט אין שריט.
דער וואס ווייסט וואס זענען די באגריפן, קען די קומענדיגע דריי פאראגראפן איבער שפרינגען.
(נאָמינאַטיװ - נושא.
צ.ב.ש: דער טיש איז גרויס.)
אַקוזאַטיװ - מושא ישיר - אזוי ווי דער לשון קודש׳דיגער ״את״ (באמערקונג: ״את״ איז א באשטימטער אקוזאטיוו און אקוזאטיוו קען אויך זיין נישט באשטימט)
צ.ב.ש: גיב מיר דאס בוך. איך האב געזען משה(ן). איך זוך א שיינעם אתרוג.
דאַטיװ - מושא עקיף או אחרי מילת יחס - נאך א פּרעפּאָזיציע אדער נאך געוויסע ווערבן וואס נאך זיי וואלט געקומען "צו". צ.ב.ש: 1) אינטער דער ערד. 2) איך גלייב (צו) דער פרוי)
דער סדר איז אזוי:
נאָמינאַטיוו: דער מאן, די פרוי, דאס קינד.
אַקוזאַטיוו: דעם מאן, די פרוי, דאס קינד.
דאַטיוו: דעם מאן, דער פרוי, דעם קינד.
מען דעקלינירט אויף די אדיעקטיוון אט אזוי:
נאמינאטיוו: א / דער קלוגער מאן, א / די קלוגע פרוי, א קלוג קינד, דאס קלוגע קינד.
אקוזאטיוו: א / דעם קלוגן מאן, א / די קלוגע פרוי, א קלוג קינד, דאס קלוגע קינד.
דאטיוו: א / דעם קלוגן מאן, א / דער קלוגער פרוי, א קלוג קינד, דעם קלוגן קינד.
דער כלל פון דעם לאנגן נו״ן איז אזוי:
״מענטשן אין אקוזאטיוו און דאטיוו באקומען א נו״ן צום סוף״
לויט דעם כלל דארף אזוי זיין:
״איך האב ליב שלמה׳ן״ (אקוזאטיוו)
״זאג (פאר) רבקי׳ן״ ״נעבן חיימ׳ען״ (דאטיוו)
דער נו״ן ווערט נישט בלויז צוגעלייגט ביי נעמען, נאר אויך צו געוויסע סובסטאנטיוון (זאכווערטער). און דאס קען יעדער איינער פון אונז עדות זאגן. די סובסטאנטיוון וואס צו זיי ווערט דער ענדע נו״ן צוגעלייגט זענען: טאטע; מאמע; באבע; זיידע; משיח; רבי; איד און מענטש (אין מזרח׳דיגע דיאלעקטן)
צ.ב.ש: ״כ׳האב געזען דיין טאטען (אקוזאטיוו. באמערקונג: ״דיין״ אין נישט קיין פרעפאזיציע)
זאג דער מאמען (דאטיוו)
״ביים הייליגן רבי׳ן״. ״מען זאל דערלעבן משיח׳ן״. ״העלפן א איד׳ן״ ״זען א מענטשן״ (מיזרח׳דיגע דיאלעקטן)
אין געוויסע סוסטאנטיוון ווערט א רי״ש אראפ געלייגט און א נו״ן צוגעלייגט די סובסטאנטיוון זענען:
עמעצער - עמעצן. איינער - איינעם. יענער - יענעם. באאמטער - באאמטן. א.א.וו.
אין פארשידענע פראנאמען ווערט צו געלייגט א נו״ן וואס דאס צייגט אונז ווי שטארק איז דאס נו״ן ביים ענדע כאראקטעריסטיש אין אידיש.
דאס צולייגן א נו״ן ביי אקוזאטיוו און דאטיוו אין זיין גרויסער פארעם (מענטשן און געוויסע סובסטאנטיוון) האט עקזיסטירט אין רוסישן, ליטווישן, ראמענישן און אין הונגארישן דיאלעקט. אינעם פוילישן דיאלעקט האט מען נישט צו געלייגט דעם נו״ן אין זיין גרויסער פארעם נאר אין דער קליינער; דער פוילישער-גאליציאנער איז געגאנגען צום טיש פון הייליגן רבי׳ן, דער רבי האט גערעדט וועגן הייליגן יוספ׳ן און מסיים געווען מיט א תפילה אויף משיח׳ן. דערנאך האט ער גערעדט מיט איטשע און נישט דווקא מיט איטשען.
(דאכט זיך מיר אז אין געוויסע דיאלעקטן אין פוילישן אידיש גופא האט אויך עקזיסטיט שאס צולייגן א נו״ן ביי אקוזאטיוו און דאטיוו ביי מענטשן, איך וועל מיך פרייען אויב עמעצער ווייסט מער פרטים וועגן די דיאלעקט און וואו האט מען צוגעלייט אדער נישט צו געלייגט דעם נו״ן)
אין די ע״ט ( - עברי טיישט) ספרים עקזיסטירט נישט דער נו״ן און מען דארף טאקע פרעגן פארוואס, אויב אין אלע אידיש דיאלעקטן עקזיסטירט דער נו״ן דא ווי א קלארע כלל און דא ווייניגער, פארוואס האט עס נישט דארט נישט קיין זכר, אפשר ווייל עס האט זיך אנטוויקלט גאר שפעטער ווען די ביכער זענען געשריבן געווארן?
די פראגע איז אויף אונז (אונגערישע אידן), ווי איז נעלם געווארן דער נו״ן פון אונזער לשון און אונזער ליטעראטור, צי איז עס ווי נאך כללים און עלעמענטן וואס זענען שוואך געווארן ביי אונז?
(צוריק צו גיין צו אונזער ערשטער קשיא, דארט ליגט אפשר דער תירוץ - אז דער נו״ן איז נישט גערעכנט געווארן ווי א עלעמענט וואס איז שייך צו דער ליטערארישער שפראך נאר צו דעם דיאלעקט און דערפאר האט מען נישט געשריבן מיט דעם נו״ן. אדער פשוט׳ער כדי צו בלייבן נייטראל און זיך ווענדן צו אלע אידיש רעדנדיגע פון אלע דיאלעקטן)
וואו איז פארשוואונדן געווארן דער נו"ן?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
איך האב דיר געלייקט ווייל עס זעהט מיר אויס אז די האסט עפעס געשריבן וואס איז מיר נוגע
אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט פון דער גאנצע שיעור
איז עס שייך אביסל מער מפענח זיין אדער מער באריכות יעדע משל וואס די ווילסט מיט דעם ארויסברענגען?
אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט פון דער גאנצע שיעור
איז עס שייך אביסל מער מפענח זיין אדער מער באריכות יעדע משל וואס די ווילסט מיט דעם ארויסברענגען?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:55 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:פאר'ן אונגארישן דיאלעקט קלינגט דער נון פרעמד, אבער עס ווערט אויפגעהיטן דורך טייל פראפעסיאנעלע שרייבער אין פאל וואס עס ווארפט זיך נישט אין די אויגן.
אין דעם גראמאטיק קאלום פון דעם "מאמענט" מאגאזין (וואו איז עס לעצטנס פארשוואונדן געווארן?) האט דער שרייבער פרובירט אויפצולעבן דעם נון. אין דעם קאלום האט דער שרייבער אנגעוויזן נאך א כלל וואס דו האסט נישט דערמאנט. נאך א נאמען שרייבט מען דעם נון נאר אויב עס האנדלט זיך פון א באקאנטן מענטש. מ'קען שרייבן "ביידען האט מאסאזשירט אבאמא'ן," אבער נישט "דער געשעפטסמאן האט גערופן זרח'ן, אן ארבעטער אין זיין געשעפט."
1)אויב מען האט אזוי גערעדט פאר זאל דאס קלינגען פרעמד?
2)מה זה קאלום?
3)יא איר זענט גערעכט, דער מענטש דערף זיין באקאנט. איך וועל נישט דערמאנען דעם מענטש מיטן נאמען אויב איך קען נישט דעם מענטש, און ווען איך דערמאן א מענטש מיטן נאמען קען איך צולייגן א נו"ן צו זיין נאמען. לויט די דיאלעקטן וואס דער נו"ן ווערט צו געלייגט ביי "איד" און מענטש" דעמאלס דארף ער נישט זיין באקאנט, והראיה אז עס ווערט דערמאנט מיט א אומבאשטימטע ארטיקל "העלפן א אידן"
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:55 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:איך האב דיר געלייקט ווייל עס זעהט מיר אויס אז די האסט עפעס געשריבן וואס איז מיר נוגע
אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט פון דער גאנצע שיעור
איז עס שייך אביסל מער מפענח זיין אדער מער באריכות יעדע משל וואס די ווילסט מיט דעם ארויסברענגען?
איך ווייס נישט גענוי וואס האט איר נישט פארשטאנען אבער איך וועל פראבירן מסביר צו זיין נאך אמאל די באגריפן אקוזאטיוו און דאטיוו.
אקוזאטיוו: אזוי ווי "את" אויף לש"ק, א צווייטער טייל פון א זאץ וואס קומט צו ענדיגן דעם זאץ.
דוגמאות: גיב מיר א דיקער בוך, גיב מיר דעם דיקן בוך. איך זוך אן ארבעטער, איך זוך דעם ארבעטער. איך האב ליב קעץ, איך האב ליב די קליינע קאץ. איך וויל קויפן א שיין בענקל, איך וויל קויפן דאס שיינע בענקל. איך האב געזען משה'ן. דו גייסט אין קראם? נעם מיט חנה'לען די זיסע!
דאטיוו: נאך א פרעפאזיציע. די ווערטער: "אין" "ביי" "אויף" "אינטער" "הינטער" "ארום" "נעבן" "צו" אא"וו זענען פרעפאזיציעס. אדער נאך געוויסע ווערבן וואס וואלטן געדארפט קומען מיט פרעפאזיציס.
דוגמאות: ער זיצט אינטער א גרויסן טיש, ס'ליגט אינטער'ן שווארצן טיש. ס'ליגט אונטער א נייסער שמאטע. לייג עס אויף דער נייסער ערד. אויפן ארט האט ער געהאט אן ענטפער. ס'ליגט ביי א קליין קינד. גיב עס דער פרוי. גיב עס יאנקעלען. טראג עס צו שלמה'ן.
נאך א כלל: דער נו"ן ביים ענדע איז אויך אנשטאט "פאר" און מען קען זאגן סיי: "גיב עס פאר אהר'לען" און סיי "גיב עס אהר'לען"
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:45 am
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
מיר האט זיך געדאכט ביז היינט אז נאר דא אין ארץ ישראל איז די לעצטע יארן פארשוואונדן געווארן דער נו"ן פון אקוזאטיוו און דאטיוו. איך האב געמיינט אז עס איז אן איינפלוס פון עברית, דהיינו אז דער יונגער דור זעצט איבער דעם סדר פונעם זאץ פון עברית אויף אידיש: תן ל יעקב - גיב פאר יענקל - אנשטאט: גיב יענקלען. יעצט פארשטיי איך אז אויך אין אנדערע לענדער איז עס אזוי. גיי ווייס פארוואס.