איינס פון די וויכטיגסטע חללים וועלכע קאווע שטיבל האט ערפילט פארן היימישן געמיינדע איז די יכולת פון קענען האלטן אונזערע מנהיגים און 'עסקנים' צו א העכערע דעגרי פון פאראנטווארטליכקייט, דורכן פארלאנגן פון זיי טרענספערנסי און ערלויבן קריטיק. אין די זעלבע צייט, האט קאווע שטיבל אויך פארשטאנען די וויכטיגקייט פון טרענספערנסי ביי זיך זעלבסט, און דעריבער זענען די תקנות אריגינעל געשריבן געווארן צו אויסמיידן די פראבלעמען וועלכע פלאגן אנדערע ענליכע פארומס. צום ביישפיל, אויף די נושא פון קריטיק, שטייט געשריבן אין די תקנות ווי פאלגנד:
קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט בלויז דורך ניקים ותיקים. א נייער ניק קען נאר קריטיקירן אין אישית צו די מנהלים. א שרייבער וועלכער האט שוין ביישטייערט כאטש 150 זאכליכע הודעות קען זיך ערלויבן צו קריטיקירן ברבים, אבער אויך, זעלבסטפארשטענליך, מיט כבוד האדם. די סיבה איז וויבאלד מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז שרייבער וועלכע זענען דא בלויז אויף סאבאטאזש זאלן שטערן אנדערע שרייבער און לייענער. אז א נייער ניק וועט זיך אפגעבן בלויז מיט מחאות און קריטיק וועלן מיר זיין געצווינגען אים אויסצושפארן.
דער שליסלפראזע זענען די ערשטע פיר ווערטער. קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט. יא, עס איז דא פארשידענע מאסנאמען אין פלאץ צו מאכן זיכער אז די קריטיק קומט נישט פון טראלס אדער סאבאטאזשירער, אבער דער עיקר איז אז קריטיק איז ערלויבט.
דאס זעלבע איז מיט טרענספערנסי. אין די תקנות ווערט פארשפראכן:
קיין שום הודעה וועט נישט פארשוואונדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן.
פארוואס ברענג איך דאס אויף? ווייל די פאלגנדע האט לעיקוואד, א ניק וותיק לכל הדעות, געפאוסט נעכטן:
לעיקוואד האט געשריבן:סדרן אין אישי האט געשריבן:טעמע: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!לעיקוואד האט געשריבן:און אונז האבען בתמימות געגלייבט אז דאס איז א וויץ. ווייזט אויס די צעקות פון המלוכה וחבריו דאס איז גאר געווען דער וויץ, דאס אז עפעס מנהלים האבען מחליט געווען איינפירען אן אייוועלט סטייל ווערטשאפט אין קאווע שטיבל איז גארנישט קיין וויץ.
קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט אין אישי.
איך וויל נישט רעדן צו די ספעציפישע תגובות פון לעיקוואד וועלכע זענען געקומען אונטער אטאקע. דאס איז ביסיידס די פוינט. די ווייטאג איז דא אז זינט די פרישע כוחות האבן זיך מצטרף געווען צו די הנהלה האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן. איך באשולדיג נישט חלילה די פרישע מנהלים וועלכע זענען זיכער געטריי פונקט ווי די ערשטע און כ'גלייב אז זיי טיילן די וויזיע פון די ערשטע מנהלים. אבער אפילו צו טוישן אזא קלייניגקייט ווי "קריטיק בלויז אין אישי" איז א פגיעה אין די סאמע יסודות אויף וועלכע קאווע שטיבל שטייט, און איז סימפטאמאטיש פון די זעלבע קרענק פון וועלכע די חסידישע/חרדישע געמיינדע ליידט.
ניין, קריטיק קעגן די הנהלה באלאנגט דירעקט נישט אין אישי.
טייערע מנהלים, גבאים, אחראים, און מיטגלידער: ביטע טוישט נישט די פנים פון קאווע שטיבל! אנשטאט דערשטיקן קריטיק, אפילו בייסנדע און ווייטאגליכע, לאמיר ערמוטיגן קריטיק! נאר מיט קריטיק וועלן מיר קענען האלטן דאס פלאץ אלס א מקום ווי פרייהייט פון ווארט קען געוועלטיגן, און דער פלאץ וועט ווייטער געהערן צום המון עם, און נישט צו געציילטע עליטע ניקים מקורבים למלכות.
דער בעסטער פלאץ פאר קריטיק איז אפן, פאר א יעדן צו זען. דעלעגירן קריטיק צו אישי איז דער ערשטער טריט און ריכטונג פון א מנהלים קולטור. וואס איז דאס א מנהלים קולטור? אזוי איז דאס דעפענירט געווארן אין די תקנות:
מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור.
זעלבסטפארשטענדליך אז די פוינט פון קריטיק ברבים איז אז די מנהלים/גבאים זאלן זיך קענען פארענפטערן ברבים, אזוי אז די מער דקות'דיגערע דעטאלן פון די תקנות זאלן קענען ביינאזאם אויסגעארבעט ווערן. עס האט נישט קיין פשט צו האבן אן אשכול "איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן" אויב די מנהלים - וועלכע טוען ענדגילטיג באשליסן איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן -טוען זיך נישט זעלבסט באטייליגן אין דעם שמועס. צו ענטפערן אויף קריטיק בלויז אין אישי ווייזט אויף א שוואכקייט מיט די אייגענע פאזיציע, אן אומזיכערקייט מיט די ריכטיגקייט פונעם אייגענעם מיינונג.
דער עתיד פון קאווע שטיבל ליגט אין ענקערע הענט.