די אידיש געפירטע ראיאטן אין בארא פארק תשל"ט

מיטהאלטענדיג די היציגע ראיאטן וואס קומט פאר אין די טעג אין באלטימאר ברענגט עס פאר מאנכע ארויף אויפן געדאנק די ראיאטן וואס די אידן האבן געפירט במשך עטליכע שעה שבת קודש פרשת תולדות שנת תשל"ט ,
שבת צופרי תיכף נאכן דאווענען האבן זיך די אידישע ציושטע מאסן מיט העק אין שפיזן אין דער האנט א לאז געטון צום פאליציי'אישן סטאנציע וואס איז געווען קווארטירט אינדרויסען פונעם אידישן קווארטל .... (קרעדיט מנחם מנדל)
די מעשה האט זיך אנגעהויבן נאך וואס עס האט זיך אפגעשפילט עטליכע אינצידענטן אין בארא פארק ווי עס איז נישט געווען קיין געהעריגע שיצונג פון די פאליציי. ביז די קלימאקס האט דערגרייכט ווען איין פרייטאג צונאכטס איז א איד נאכן דאווענען אין באבובע ביהמ"ד דערשטאכן געווארן רח"ל אזוי ווי די פאליציי האט נישט געהעריג רעאגירט צו דעם סיטואציע האט דאס שוין ארויס גענומען דער עולם פון דער גלייכגעוויכט און שבת צופרי נאכ דאווענען האבן זיך הינדערטע אידן א מעשה לאז געטון צו די 66'טע פריסינקט און געשריגן מיט א פארלאנג אויף מער שוץ , די מאסן פארזאמעלטע האט זיך פארגרעסערט פון מינוט צו מינוט . מיטאמאל האט מען זיך א לאז געטון שטורמען דעם געביידע און אנגעהויבן פליקן טירן. ברעכן קעבינעטס. שענקלעך. אויסשוטן הינדערטע טיקעטס. שמעטערנדיג פאליציי'אישע געצייג און וואס נאר מען האט געפונען אינטער די האנט ,
די פאליציי האט דאן אריינגעברענגט פארשטערקעטע קרעפטן און האבן אנגעהויבן מאכן סדר טיילענדיג מכות אויף רעכטס און אויף לינקס ! נאכן קומען צו אן אפשטעל איז געווען אזויפיל ווי 72 פארוואונדעטע ! איינער פון זיי האט געכאפט אן הארץ אטאקע שטארבענדיג נישט לאנג דערנאך . (לויט די פאליציי איז אזויפיל ווי 62 פארוואונדעטע געווען פון זיי ...!)
לויט זייער שאצונג זענען געווען ארום 200 מענטשן אינעווייניג און אזויפיל ווי 2000 מענטשן ! אינדרויסן ,
צווישן די ארעסטירטע איז דאן געווען דער היציגער אסעמבלימאן סעמועל הירש וואס האט געבעקט די ראיאטן אבער ער איז קורצליך דער באפרייט געווארן צוליב ווערן ארעסטירט אויף א טעות (....)
ווער עס געדענקט פרטים אדער איז באקאנט מיט די פרשה איז מכובד מוסיף צו זיין ,

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער געוואגטער יונגל: דו האסט זייער גוט אראפגעלייגט דעם תמצית פון די געשיכטע. נאר איין נקןדה האסטו פארגעסן מוסיף צו זיין וואס האט אויך צוגעגעבן צו דעם כעס פון פארזאמלטן עולם. אז די פאליציי האט אין די זעלבע צייט וואס זיי האבן נישט געגעבן קיין עלעמענטארע שוץ פאר'ן עולם. ווייל ס'זענען דאן פארגעקומען א סאך אנטיסעמיטיש מאטיווירטע אטאקעס אויף חסידי'שע אידן און אויך א סאך גניבות און איינברעכעריי אין פריוואטע הייזער. און די פאליציי האט ארויסגעוויזן מאכטלאזיגקייט אדער שוואכן אינטערעסע צו כאפן די פארברעכער. זענען זיי אבער געווען אויסערגעוויינליך שטרענג מיט די טרעפיק רעגולאציעס און זיי האבן אפגעשטעלט די בארא פארקער איינוואוינער און געטיילט טיקעטס אויף רעכטס און לינקס. דאס האט צוגעגעבן צו דעם אויפברויז. און ווען די רויבערס האבן דערשטאכן דעם איד, וועלכער איז אהיימגעגאנגען פון באבוב'ער רב'ס טיש, האט די פאליציי רעאגירט מיט א גלייכגילטיגקיט. זאגנדיג אז זיי האבן נישט געכאפט דעם פארברעכער...!
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
די ערשטע פון דריי קליפס פון די שבת ראיאטן אין בארא פארק.
איך האב אין דער היים א קאסעטע פון רבי שלמה באבובער ז"ל. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אלץ מחאה אקעגן די וואס זענען געגאנגען צו די פראטעסט. ער מאכט אזעלכע קולות אז ס'כאפט א ציטער. דערביי האט ער אויך ארויסגעווארפן ש. ג. ע"ה און חב"צ וו. ווייל זיי האבען אנגעשריגן דוד גרינצווייג פון די ב"פ קאונסעל און אים נאכגעשריגן אין די גאסן אז ער איז א גנב. אלץ מסירה אויס האט ער זיי צייטווייליג ארויסגעווארפן פון באבוב.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
די פאליציי האבן געהאט אן ארעסט ווארענט אויף מ. י. ע. צוליב דעם וואס זיי האבן געהאט באווייז אז ער האט וואנדיליזירט די פאליציי סטאנציע. ער האט זיך געטוישט די אויסזעהן פון די בארד וכדומה און פאר א שטיק צייט נישט געוואוינט אין דער היים.
די מאיאר איז געקומען צו פליען מיט א העליקאפטער, געלאנדעט אויף די געביידע. ער האט געשריגן צו די פארזאמעלטע go home and eat your chullent.
מאכט א זוך אויף גוגל איר וועט טרעפן באריכטן, קליפס און בילדער.
די מאיאר איז געקומען צו פליען מיט א העליקאפטער, געלאנדעט אויף די געביידע. ער האט געשריגן צו די פארזאמעלטע go home and eat your chullent.
מאכט א זוך אויף גוגל איר וועט טרעפן באריכטן, קליפס און בילדער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: די אידיש געפירטע ראיאטן אין בארא פארק תשל"ט
ס'זעהט אויס ווי דער עולם דא האט גוטע מעמאריס. עט'ס האט געהאקט א לעבן ווען איך בין נאך לאנג נישט געוועהן במעי אמי.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
אזוי ווי דער פותח האשכול וויל זייער שטארק פארגלייכען די יודישע געמיינדע צו די אפריקאנער קאמיונעטי, וועלכע מאכען לעצטענס יעדע שטיק צייט איבערקערענישען און ראיאטען לענגאויס אמעריקע, הלמאי מ'רודפ'ט זייערע פארברעכערס, נאכמער ווערען זיי אויפגעברויזט ווען ס'איז נישט קלאר די שולד פון דעם פארברעכער, ווען אין עטליכע פעלער זענען אומגעברענגט געווארען אונטער די פאליצייאישע אזוינע וואס זענען בכלל נישט געוועזען א געפאהר פאר די פאליציי, און דאס איז טאקע א שרעקליכע עולה און אומרעכט, אין יעדענספאל, שולדיג אדער אומשולדיג האבען זיך ארויסגעלאזט מאסען צעיושעטע חברה, און אנגעזייט חורבן און ווילדע אטאקעס נישט נאר אויף פאליציי אפיצירען, נאר אויך אויף די פשוטע ציוויליזירטע נארמאלע באפעלקערונג, ספעציעל די גליקליכע לייט וועלכע ארבעטען פאר א לעבען, [נישט דווקא מיט דראגס] און האבען שיין פרנסה, אונטערצינדענדיג אויטאס, וואנדאליזירען און פארברענען פריוואטע אייגענטומס, באראבעווען און פלינדערען געשעפטען, אין געוויסע פעלער אפילו אראפגעשאסען צום טויט אומשולדיגע פאליציי אפיצירען [וועלכע זענען פונקט געזיצען אכטונג געבען אויף זייערע ברודער..], איבערקערענדיג דאס לאנד.
מיר דארפען נישט צוריק גיין צו איין יאר צוריק צו פינעף יאר צו אויפזוכען די חורבנות וואס די זעלביקע חברה האלטען אין איין איבערטוהן, מ'דארף אויך נישט צוריק גיין פינעף און צוואנציג יאר צו די קראנהייטס ראיאטען ווען קאלטבלוטיגע רוצחים האבען קריטיש פארוואונדעט עטליכע און גע'הארגעט איין יוד, זיי האבען זיך אויך דאן בארעכטיגט זייערע ווילדע שטיק, ווייל איין יוד [טאקע צוליב לייכטזיניגקייט געפלאכטען מיט שוואנצענעס אין זיין רבי'ן] האט בטעות אין אן עקסידענט אומגעברענגט א קינד, דעריבער זענען אלע יודען געווארען הפקר, און דריי טעג האבען זיי געשטורעמט און געפלינדערט [מיט די האלבע הסכמה פון די דעמאלצדיקע מעיאר וועלכער איז געוועהן צו זיי א ברודער]
גייט א שרייבער און וויל פארגלייכען די יודישע קאמיוניטי להבדיל אלף אלפי הבדלות צו צולאזטע רוצחים און חיות? ביז קנאפע פערציג יאר צוריק האט ער געדארפט צוריק גיין צו טרעפען עפעס א משל און מעין דמעין פון א ראיאט, וויפיהל מאהל זענען אונזערע ברידער געמיין באהאנדעלט געווארען דורעך די פאליציי, און כמעט קיין פיפסעל האט מען נישט געהערט, ווער רעדט פון ראיאטען אדער באראבעווען געשעפטען, ווען גדעון באש ע"ה הי"ד איז געשאסען געווארען דורעך א פאליציאנט אין הארץ פון ב"פ, דער עולם האט געברויזט, האט מען ארויסגעלאזט שיסען פאליציי? וויפיל קארס האט מען אונטערגעצינדען? וויפיל געשעפטען האט מען בארויבט און געפלינדערט? ווען מר. שיק קעיטערער, אן עלטערער רעספעקטפולער ביזנעסמאן איז געווארען פארגעוואלדעוועט דורעך די פאליציי, דער עולם האט זיך פארזאמעלט דארט אין די מאסען, מ'האט געברויזט און זיך גערעגט, וויפיל בריזשעס האט מען געבלאקט טרעפיק? וויל הייזער האט מען אונטערגעצינדען? וויפיל פאליציאנטען האט מען פארוואונדעט? וויפיל פענצטער האט מען אויסגעשאסען?
Please don't try to insult our inteligence

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

אין אוודאי העט FAILED מיסייע געשריבען דערוועגן.
http://www.google.com/url?sa=i&rct=j&q= ... 5153361960

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
הוגה האט געשריבן:די ערשטע פון דריי קליפס פון די שבת ראיאטן אין בארא פארק.
איך האב אין דער היים א קאסעטע פון רבי שלמה באבובער ז"ל. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אלץ מחאה אקעגן די וואס זענען געגאנגען צו די פראטעסט. ער מאכט אזעלכע קולות אז ס'כאפט א ציטער. דערביי האט ער אויך ארויסגעווארפן ש. ג. ע"ה און חב"צ וו. ווייל זיי האבען אנגעשריגן דוד גרינצווייג פון די ב"פ קאונסעל און אים נאכגעשריגן אין די גאסן אז ער איז א גנב. אלץ מסירה אויס האט ער זיי צייטווייליג ארויסגעווארפן פון באבוב.
הוגה איך מיין די מאכסט א טעות ש. ג. איז נישט דעמאלס געפלויגן עס איז גיוועהן אן אנערע מעשה
און אב"צ וו. וואס מען האט טאקע געווארפן מיט א צווייטן איז אויך נישט געפלויגן ווייל ער האט נאכגעשריגן דוד גרינצווייג נאר ווייל זיי צוויי זענען ארום געגאנגען שבת אינדערפרי אין אלע בתי מדרשים אין שטאט און אויסגעקלאפט אז נאכן דאוונען גייט זיין א פראטעסט ביי די פאליצצי סטאנציע און היות עס איז גיוועהן א מוראדיג'ע חילול השם פאר באבוב אז זיי האבן עס אנגעפירט האט זייער רב זיי צוויי געווארפן.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
@kool man
אוודאי איז עס קיין פארגלייך די צוויי, 1) ביי אונז זענען די ראיאטן ביים בעלזער רבין נישט געווען ווי קיין איינע פון די לעצטיגע ראיאטן באלטימאר, מיזורי, וכו', 2)ביי זיי ווען ס'טוט זיך א מהומה איז שווער צו טרעפן איינער פון זייערע פירער וואס זאל פרובירן צו בארואיגן די געמיטער און צוריקשטעלן זאכן אין ארדער, און אפהאלטן די רויבערייען פון די געשעפטן (א טייל פון זיי 'שווארצע איינגעטימער), משא"כ ביי אונז זעהסט דאך אז באבובער רב האט געטוהן למעשה,
אבער פון די אנדערע זייט קענסטו נישט פארגלייגן די אומרעכט וואס ווערט געטוהן פון מאל צומאל פאר די אידישע קאמיוניטו, צו די רעגלמעסיגע מיטריעטמענט וואס די שווארצע געמיינדעס באקומען כסדר, ס'איז אן עקסטערע דעבאטע פאר זיך 'ווער' ס'איז שולדיג אויף דעם, יש צדדים לכאן ולכאן,
אבער מ'קען נישט פארלייקענען אז זיי ווערן באהאנדלט 'סאאך' ערגער ווי אונז אין ניו יארק,
פארשטייט זיך אז דאס בארעכטיגט נישט די מעשים תעתועים, איך וויל עס נאר לייגן אין 'פראפער קאנטעקסט'

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:@kool man
אוודאי איז עס קיין פארגלייך די צוויי, 1) ביי אונז זענען די ראיאטן ביים בעלזער רבין נישט געווען ווי קיין איינע פון די לעצטיגע ראיאטן באלטימאר, מיזורי, וכו', 2)
די רעדסט וועגן די ראיאטן וואס סאטמאר האט געמאכט קעגן בעלז אדער וואס בעלז האט געמאכט ביים מאכנובקה הכנסת ס"ת?
איך האב נישט געמיינט אריינצוגיין אין קיין פאליטיק, איך האב גערעדט בכלליות פון ווען ס'איז געווען מהומות ביי יודן, ואידך זיל גמור
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]יעקב מענטש[/tag], האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודה. עס וואונדערט מיר וויאזוי מענטשן קענען האבן א גלייכגילטיגקייט צו די plight פון די אפריקאנער-אמעריקאנער. מיר אידן וואלטן זיי געדארפט הערשט פארשטיין.
נאר איין קליינע הערה בנוגע וואס דו האסט געשריבן:
אסאך פון זייערע פירער לייגן יא אריין כוחות צו בארואיגן די געמיטער. לדוגמא, קוק אויף א קליפ וואס רעי לואיס האט ארויסגעגעבן. אויך זעה די בילד פון א רייע מענטשן וואס האבן פארמירט א ליניע צו באשוצן די פאליציי אפיצירן פון ווילדע פראטעסטירער. עס איז דא נאך. די פראבלעם איז אז אין זייערע קאמיוניטיס איז נישט יעדער כפוף צו די דעת פון זייערע גדולי הדור.
אגב, ברוכים הבאים צום פורום.
.[/justify]

יעקב מענטש האט געשריבן:ביי זיי ווען ס'טוט זיך א מהומה איז שווער צו טרעפן איינער פון זייערע פירער וואס זאל פרובירן צו בארואיגן די געמיטער און צוריקשטעלן זאכן אין ארדער, און אפהאלטן די רויבערייען פון די געשעפטן
אסאך פון זייערע פירער לייגן יא אריין כוחות צו בארואיגן די געמיטער. לדוגמא, קוק אויף א קליפ וואס רעי לואיס האט ארויסגעגעבן. אויך זעה די בילד פון א רייע מענטשן וואס האבן פארמירט א ליניע צו באשוצן די פאליציי אפיצירן פון ווילדע פראטעסטירער. עס איז דא נאך. די פראבלעם איז אז אין זייערע קאמיוניטיס איז נישט יעדער כפוף צו די דעת פון זייערע גדולי הדור.
אגב, ברוכים הבאים צום פורום.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
@הוגה,
אמת אז היינט איז ביי זיי דא מער מענטשען וואס טוען למעשה און נעמען די זאך אין די הענט, אזאך וואס פלעגט נישט זיין אמאל, אבער די קול פון די היץ קעפ דארטן איז איבערוויגענד, און באקומט מער שטיצע פון די סטריט באמס, און איך וויל אויסבעסרן דיין ליין, נישט אז זיי פאלגן נישט זייער גדולים, נאר 'זיי פאלגן די נישט ריכטיגע גדולים', און די סיבה איז, ווייל זינט זייער געבורט האלטן זיי אין איין הערן אז די ביסט גערודפט, דיסקרימינירט, אא"וו, ממש אזוי ווי די ל.ג.ב.ט. חברה (כידוע זענען זיי מוראדיג סענסיטיוו, פאר די זעלבע ריזאן), און במילא ווען איינער לייגט צו א מעטש פלאקערט עס אויף,
די סיבה פארוואס מענטשען קימערן זיך נישט מיט זייער גורל, איז ווייל א גרויס חלק פון די בלעים קען מען לייגן אויף זיי, עיין ערך סאציאלע פראגראמען, וערך די דזשאנסאן דיעל צו קויפן די שוואצע וואוט,
אמת אז היינט איז ביי זיי דא מער מענטשען וואס טוען למעשה און נעמען די זאך אין די הענט, אזאך וואס פלעגט נישט זיין אמאל, אבער די קול פון די היץ קעפ דארטן איז איבערוויגענד, און באקומט מער שטיצע פון די סטריט באמס, און איך וויל אויסבעסרן דיין ליין, נישט אז זיי פאלגן נישט זייער גדולים, נאר 'זיי פאלגן די נישט ריכטיגע גדולים', און די סיבה איז, ווייל זינט זייער געבורט האלטן זיי אין איין הערן אז די ביסט גערודפט, דיסקרימינירט, אא"וו, ממש אזוי ווי די ל.ג.ב.ט. חברה (כידוע זענען זיי מוראדיג סענסיטיוו, פאר די זעלבע ריזאן), און במילא ווען איינער לייגט צו א מעטש פלאקערט עס אויף,
די סיבה פארוואס מענטשען קימערן זיך נישט מיט זייער גורל, איז ווייל א גרויס חלק פון די בלעים קען מען לייגן אויף זיי, עיין ערך סאציאלע פראגראמען, וערך די דזשאנסאן דיעל צו קויפן די שוואצע וואוט,
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:די סיבה איז, ווייל זינט זייער געבורט האלטן זיי אין איין הערן אז די ביסט גערודפט, דיסקרימינירט, אא"וו, ממש אזוי ווי די ל.ג.ב.ט. חברה (כידוע זענען זיי מוראדיג סענסיטיוו, פאר די זעלבע ריזאן)
איז דאס דען נישט אמת? דו זאגסט אז זיי ווערן ווילד ווייל "מ'זאגט" זיי אז זיי ווערן גע'רודפ'ט. זיי טענה'ן אז זיי ווערן ווילד ווייל זיי ווערן טאקע גע'רודפ'ט. זענען זיי גערעכט אדער דו?
געוואלדיג, גוגל LGBT
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
לעסביענס ,געיס ,בייסעקסועל ,טרענסעקסועל.
זעה אין מאחורי.
זעה אין מאחורי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פערזענליכע אטאקע
סיבה: פערזענליכע אטאקע
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
סארי, איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין דעם ענין איך האב נאר געוואלט ברענגן א דוגמא, אבער לאמיר צוריקגיין צו די שווארצע געמיינדע,
וואס מיינסטו גערודפט ? איז דען היינט דא דזשים קראו געזעצן ? דארפן זיי זיצן אין די בעק פון די באס ? ווען ער גייט אריין צו די באנק און האט גוטע קרעדענשאלס האט ער א שוואכערע טשענס צו באקומען א לאון ווי א ווייסער מיט די שעלבע פייל ?
אבסאלוטלי נישט!!
ס'איז קלאר ווי די טאג אז כהיום יום וועט אנסטיטושענעל דיסקרימינאציע איז אויסגעראטן, און נישט נאר דאס, זיי זענען נאך בעפארצוגט אריינצוגיין אין יוניווערסיטי, 'בלויז' ווייל ער איז א שווארצער, קען מען נישט בלעימען זייערע פראבלעמן, פאווערטי, עדיוקעישאן, אא"וו אויף דיקרימינאציע,
זיי ליגן אין די בלאטע און אנשטאט זיך אויפהייבן און זיך נעמען אין די הענט (ס'דא בעלי גבורה וואס טוען דאס יא און זענען זייער מצליח), ווארטן זיי אויף נאך א וועלפעיר טשעק
וואס מיינסטו גערודפט ? איז דען היינט דא דזשים קראו געזעצן ? דארפן זיי זיצן אין די בעק פון די באס ? ווען ער גייט אריין צו די באנק און האט גוטע קרעדענשאלס האט ער א שוואכערע טשענס צו באקומען א לאון ווי א ווייסער מיט די שעלבע פייל ?
אבסאלוטלי נישט!!
ס'איז קלאר ווי די טאג אז כהיום יום וועט אנסטיטושענעל דיסקרימינאציע איז אויסגעראטן, און נישט נאר דאס, זיי זענען נאך בעפארצוגט אריינצוגיין אין יוניווערסיטי, 'בלויז' ווייל ער איז א שווארצער, קען מען נישט בלעימען זייערע פראבלעמן, פאווערטי, עדיוקעישאן, אא"וו אויף דיקרימינאציע,
זיי ליגן אין די בלאטע און אנשטאט זיך אויפהייבן און זיך נעמען אין די הענט (ס'דא בעלי גבורה וואס טוען דאס יא און זענען זייער מצליח), ווארטן זיי אויף נאך א וועלפעיר טשעק
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
דאס איז א לאנגע דיסקוסיע וואס סיי איך האב נישט צייט צו שרייבן יעצט און סיי עס באלאנגט בעצם נישט אין דער אשכול. דא איז די נושא איבער דער ספעציפישע שבת ראיאט פון א היסטארישע שטאנדפונקט. אבער בקיצור נמרץ, דאס איז דיין אפיניאן. זיי פון זייער צד האלטן דאך נישט אזוי נישט ווייל מ'זאגט זיי אזוי, נאר ווייל זיי פילן אזוי. דאס מיינט נאך נישט אז זייער רעאקציע איז ריכטיג אדער נישט און אז עס איז לטובתם. אבער עס העלפט אוודאי פארשטיין פון וואו זיי קומען.
נאך איין נקודה, עס איז נישט ריכטיג צו דזשענערעלייזען. די געמיינדע דארט איז צוטיילט פונקט ווי עני אנדערע געמיינדע. עס זענען דא דארט ווילדע און איידעלע, סיקריקים און אויפגעקלערטע, רייכע און ארימע, דעמאקראטן און רעפאבליקאנער.
שוין, צוריק צום נושא.
(אפשר ווילן די גבאים אפטיילן דער שמועס אין א באזונדערע אשכול.)