עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
הערליך!!
אין יענע צייטן האט מען נישט געלייגט א טויטע גוף אין אייז?
אין יענע צייטן האט מען נישט געלייגט א טויטע גוף אין אייז?
ראשעקאל האט געשריבן:הערליך!!
אין יענע צייטן האט מען נישט געלייגט א טויטע גוף אין אייז?
זיכער נישט.
נישט נאר ס'איז געווען א היבש טייערע זאך, וואס נישט יעדער שמויגער האט זיך געקענט ערלויבן, נאר איך ווייס נישט צו מ'האט אפילו געוואוסט אין פוילן, אז ס'איז דא אזא אפשען...
אגב, אויך ביי ר' יהושע'לע בעלזער איז געשען דאס זעלביגע. ער איז געפארן קיין וויען פאר אן אפעראציע, און נאכדעם איז ער געווארן א חולה מסוכן נוטה למות, און ווען די חסידים האבן געזען וואס דא גייט פאר האט מען אים שנעל ארויפגעברענגט אויף א באן צוריק קיין בעלזא. נאכן ערשטן סטאנציע ארויס פון וויען הבירה איז דער בעלזער רב אוועק, און די חסידים האבן געשפילט אז ער לעבט [מ'האט זיך אפגעשטעלט ביי יעדן שטעטל, און געזאגט פאר די פארזאמעלטע אידן וואס האבן געוואלט זען דעם רבי'ן, אז ער קען נישט קומען צום פענסטער ווייל ער איז זייער שוואך...], ווייל ווען נישט וואלט מען אים נישט דורכגעלאזט צו פארן אין באן אלס מת.
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
זייער אינטערסאנט. קיינמאל נישט געהערט די מעשה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יין שרף האט געשריבן:נו, פרעג געוויסע חסידים וועסטו הערן אז ער האט טאקע נישט געקענט...
אבער זיי זענען נישט געווען גרייט זיך פארהערן מיט איהם אדער צו שמועסן אין לערנען. דער גרויסער גאון און חסיד הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל האט בשעתו געשריבן אויף הרב אלישיב אז ...מ'האט זיך געבעטן ביי איהם אז ער זאלל נישט גיין לערנען אין "היכל שלמה"...דער הרב דייטש האט פארשטאנען אז זיין תורה איז פון די סיטרא אחרא....ער איז געווען פסול ביי איהם ווייל ער איז געווען א ציוני...
berlbalaguleh האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:נו, פרעג געוויסע חסידים וועסטו הערן אז ער האט טאקע נישט געקענט...
אבער זיי זענען נישט געווען גרייט זיך פארהערן מיט איהם אדער צו שמועסן אין לערנען. דער גרויסער גאון און חסיד הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל האט בשעתו געשריבן אויף הרב אלישיב אז ...מ'האט זיך געבעטן ביי איהם אז ער זאלל נישט גיין לערנען אין "היכל שלמה"...דער הרב דייטש האט פארשטאנען אז זיין תורה איז פון די סיטרא אחרא....ער איז געווען פסול ביי איהם ווייל ער איז געווען א ציוני...
[tag]berlbalaguleh[/tag],
אז מ'רעדט שוין פון הרב אלישיב מיט היכל שלמה, איז וויכטיג אנצומערקען וואס הרב אלישיב אליינס האט מעיד געווען דערוועגן, אז בעפאר ער איז אריין אין היכל שלמה איז ער געגאנגען פרעגן ר' זעליג ראובן בענגיס - גאב"ד העדה החרדית, צו ער זאל עס טון [ווי באקאנט האבן זיי געהאט זייער א שטארקע שייכות, און רז"ר האט אים אסאך אויפגעבויט, ואכהמ"ל], און ר' זעליג ראובן האט אים געזאגט אז ער זאל יא אריינגיין אין היכל שלמה [מאנכע טענה'ן גאר, אז ער האט אים דעמאלס געזאגט אז אדרבה ס'איז גוט ער זאל אריינגיין ווייל אזוי וועלן זיי זיך פירן ע"פ תורה און מ'וועט נישט אויפנעמען קלי הדעת].
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
אדנירם האט געשריבן:חאצקעל שניידער האט געשריבן:שש: עי׳ בס׳ לק״א פ׳ ל״ב ותמצא נחת בביאור ואהבת לרעך כמוך דהאהבה הוא מצד הטוב שנמצא בכ״א מישראל באיזה מצב שיהיה ומצוה לשנאותו היינו מצד חלק הרע , וצ״ע בעכו״ם שהם משלש קלי׳ הטמאות למה יש ענין לאהוב אותם כמש״כ בשערי קדושה למהרח״ו שיאהב כל אדם אפי׳ גוים ואולי יוכל מעכ״ת לבאר הענין.
ב. כשאני אומר שאינו רק בקבלת עול אין הפי׳ שמכוון הטעם בשעת קיומה אלא שגם הוא מרגיש מחמת אהבתו לה׳כל׳ אהבה לחלק, וגם שאהבה הוא מדה והיאך שייך מצוה על מדה כידוע הקי׳ על ואהבת את ה׳ אלקיך.
א. התשובה נלענ"ד בפשיטות, דמידת האהבה בכוחה להפך את האדם ממגושם, אנוכיי, ואכזרי, לאיש נעלה ואהוב. ולכן יש לאהוב גם נכרי כדי להשריש בקרבו מידת האהבה, שהיא מדה חשובה לאין ערוך.
וביתר עומק התשובה לזה, שחלק מחיוב האדם עלי אדמות הוא, להשריש בקרבו מידות אנושיות. היינו שאף ללא התוה"ק היה מקיים מצוות שכליות ומידות אנושיות. שהרי אל"כ אינו כ"א מכונת-אדם, ודו"ק. ולכן כל שאינו אוהב בן אדם באשר הוא [עד שלא נכנס בגדר 'הלא משנאך ה' אשנא' וגו'], לא עשה חובתו מעולם מצד האנושיות שבו.
עוד לא נגעתי לזה שמכיון שעל הקב"ה נאמר 'ורחמיו על כל מעשיו', גם אנו צריכים לילך בדרכיו וכמו שאחז"ל 'מה הוא רחום אף אתה רחום' וכו', וזה קאי אף על הנכרים, וכפי שמסופר בספר יונה. וכפי הנראה ה"ה במציאות אהבת אדם. אלא שמ"מ אינו מ"ע דאורייתא כמו המ"ע של 'ואהבת לרעך כמוך', וק"ל.
ב. לא הבנתי דבריך, ולא אדע איך להשיב ע"ז. פרשהו שנית, אולי אוכל להשיב אשר יחנני ה'.
מפוזרי האט געשריבן:ר' חאצקעל; ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נישט געכאפט וואס ר' שש האט דיר געשריבן. אין וואורקע האט מען ליב געהאט א צווייטען נישט ווייל מען דארף, נאר ווייל מ'האט אים טאקע פשוט ליב געהאט. מ'האט נישט 'מקרב' געווען דעם פראסטן איד, מ'האט זיך טאקע געשפירט אייניג מיט אים.
און דאס איז טאקע די תכלית המצווה פון ואהבת לרעך כמוך, נאטורליך ליב האבן דער צווייטער. ווייל ליבשאפט קען נאר זיין נאטורליך.
סעיף ב׳ פון מיין פריעדיגע תגובה באצו איך זיך צו דאס וואס ר׳ שש האט מיר מחלק געווען צעווישען אהבת ישראל צו אהבת הבריות אז אהבת ישראל איז ווייל די תורה האט געהייסען און מאיז עס מקיים געצוואונדענעהייט וואס וואו ר׳ מפוזרי איז אזוי שיין מסביר איז נישט דא קאזא זאך , נאר מכח וואס מהאט ליב דעם באשעפער (ווער סהאט ) וואס ווערט אין די ספרים אנגערופען דער כל האט מען אויך ליב דעם איד וואס איז א חלק כו׳ ווערט ער דעריבער אנגערופן די חלק ,
אדער פאלט מיר יעצט איין א צווייטע זאך אפשר איז עס מכח אהבת הטוב . עכ״פ לסיומא דמילתא מיין איך אז משטיי מיר אלע גלייך אין דעם אז אהבת ישראל איז אויך א נאטורליכע זאך.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדנירם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:נו, פרעג געוויסע חסידים וועסטו הערן אז ער האט טאקע נישט געקענט...
אבער זיי זענען נישט געווען גרייט זיך פארהערן מיט איהם אדער צו שמועסן אין לערנען. דער גרויסער גאון און חסיד הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל האט בשעתו געשריבן אויף הרב אלישיב אז ...מ'האט זיך געבעטן ביי איהם אז ער זאלל נישט גיין לערנען אין "היכל שלמה"...דער הרב דייטש האט פארשטאנען אז זיין תורה איז פון די סיטרא אחרא....ער איז געווען פסול ביי איהם ווייל ער איז געווען א ציוני...
[tag]berlbalaguleh[/tag],
אז מ'רעדט שוין פון הרב אלישיב מיט היכל שלמה, איז וויכטיג אנצומערקען וואס הרב אלישיב אליינס האט מעיד געווען דערוועגן, אז בעפאר ער איז אריין אין היכל שלמה איז ער געגאנגען פרעגן ר' זעליג ראובן בענגיס - גאב"ד העדה החרדית, צו ער זאל עס טון [ווי באקאנט האבן זיי געהאט זייער א שטארקע שייכות, און רז"ר האט אים אסאך אויפגעבויט, ואכהמ"ל], און ר' זעליג ראובן האט אים געזאגט אז ער זאל יא אריינגיין אין היכל שלמה [מאנכע טענה'ן גאר, אז ער האט אים דעמאלס געזאגט אז אדרבה ס'איז גוט ער זאל אריינגיין ווייל אזוי וועלן זיי זיך פירן ע"פ תורה און מ'וועט נישט אויפנעמען קלי הדעת].
אדנירם: דו ביסט נאכנישט דא גענוג לאנג צו וויסן וואס איך האלט פון "הרב" דייטש זכותו יגון עלינו. און די גאנצע הודעה איז געשריבן געווארן מיט א סארקאסטישן טאן. כאילו צו זאגן ווער ס'האט געזאגט מבינות אויף הרב אלישיב...דער דעמאגאג און היפאקריט סענדער דייטש...!
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
אדנירם האט געשריבן:נאך אזויפיל הפצרות און לויב רייד, האב איך געשריבן א לענגס און א ברייטס, להשלים החסר ולמלאות רצונכם הטהור... אזש כ'האב עס געדארפט צעטיילן אין שני מחנות.
דא האט איר א פרישע קאפיטל נאך בו ביום [ענדערש: בו בלילה...].
ליינטס און האטס הנאה, און דערקוויקטס ענקער דארשטיגע זעל מיט ריינע קוואל וואסער [גענוג מליצ'יש אדער כ'זאל ווייטער 'שילדערן מיט פילפארביגקייט אזש ס'זאל אריינגרידזשען אין די טיפסטע סטרונעס פון הארץ'...?!
כמיין אז טובים השניים מן האחד.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
יעצט גענדיגט לעזן ביידע פרקים , זייער שיין [emoji4]הן מיטן תוכן ד.ה. אינהאלטס רייך און הן מיטן שלימות אונז זאל מיר באקומען א קאמפליט פיקטשער , האסט אונז נישט דיסעפוינטעד , הערה דו שרייבסט וועגן אמשינוב׳ער פארשלעפטקייט , למשל ביים בעלזער רב איז טאקע געווען פארשלעפט ד.ה. געדאווענט שפעט וכדו׳ אבער איינמאל ער האט געדאווענט אדער אריינגעקומען צום טיש איז עס געפארן , אבער ביים היינטיגע אמשינוב׳ער איז חוץ פון פארשלעפטקייט דא די ענין פון באריכות יעדע זאך נעמט און נעמט ,איז דאס אויך געווען ביי די פריעדיגע אמשינוב׳ער רביים?
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
מבעט דעם עולם ווער סהאט נאכנישט געלייקט זאל שנעל לייקן , כוויל שוין ליינען ווייטער.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נו געלייקט, מ׳ווארט מיר אויף די נעקסטע.
@אדנירם, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?
@אדנירם, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
א איד האט געשריבן:נו געלייקט, מ׳ווארט מיר אויף די נעקסטע.
@אדנירם, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?
סזעט אויס וואו די קאשע קאכט זיך יעצט
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
מפוזרי האט געשריבן:ר' חאצקעל; ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נישט געכאפט וואס ר' שש האט דיר געשריבן. אין וואורקע האט מען ליב געהאט א צווייטען נישט ווייל מען דארף, נאר ווייל מ'האט אים טאקע פשוט ליב געהאט. מ'האט נישט 'מקרב' געווען דעם פראסטן איד, מ'האט זיך טאקע געשפירט אייניג מיט אים.
און דאס איז טאקע די תכלית המצווה פון ואהבת לרעך כמוך, נאטורליך ליב האבן דער צווייטער. ווייל ליבשאפט קען נאר זיין נאטורליך.
מענין לענין באותו קנין האב איך אמאל געהערט פון א רבי נישט קיין נפקא מינה וועלכע, זייער א גיט ווארט. ער זאגט ס'דא אנדערע מענטשן און רביס וואס לאזן זיך ' אראפ' צו די מענטשהייט, זאגט ער, איך בין נישט אזוי איך דארף מיך נישט אראפלאזן איך בין שוין אינטן.... ודוק
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם: דו ביסט נאכנישט דא גענוג לאנג צו וויסן וואס איך האלט פון "הרב" דייטש זכותו יגון עלינו. און די גאנצע הודעה איז געשריבן געווארן מיט א סארקאסטישן טאן. כאילו צו זאגן ווער ס'האט געזאגט מבינות אויף הרב אלישיב...דער דעמאגאג און היפאקריט סענדער דייטש...!
[tag]berlbalaguleh[/tag]
רבי'ניו, כ'בין שוין אדורך צענדליגע אלטע אשכולות, און דו וועסט זיין סורפרייזד צו זען וויפיל איך ווייס שוין איבער די חברים יקרים מפנינים דא...
כ'האב שוין באגעגענט מער ווי איינמאל וויאזוי דו באציהסט זיך צו סענדער דייטש מיט דעם אויבנדערמאנטן שפראך "סענדער דער דייטש, זכותו יגון".
און טאקע אויף דעם ארויף האב איך געשריבן מיין תגובה, אויפצואווייזן אז סענדער האט פשוט נישט געוואוסט די פשוטע פאקטן.
חאצקעל שניידער האט געשריבן:יעצט גענדיגט לעזן ביידע פרקים , זייער שיין [emoji4]הן מיטן תוכן ד.ה. אינהאלטס רייך און הן מיטן שלימות אונז זאל מיר באקומען א קאמפליט פיקטשער , האסט אונז נישט דיסעפוינטעד , הערה דו שרייבסט וועגן אמשינוב׳ער פארשלעפטקייט , למשל ביים בעלזער רב איז טאקע געווען פארשלעפט ד.ה. געדאווענט שפעט וכדו׳ אבער איינמאל ער האט געדאווענט אדער אריינגעקומען צום טיש איז עס געפארן , אבער ביים היינטיגע אמשינוב׳ער איז חוץ פון פארשלעפטקייט דא די ענין פון באריכות יעדע זאך נעמט און נעמט ,איז דאס אויך געווען ביי די פריעדיגע אמשינוב׳ער רביים?
ס'האט זיך געוואנדן וועלכע רבי.
ס'געווען פארשלעפטע במהותם, ווי אלעס האט געדויערט צייט, און ס'געווען וואס נישט.
אגב, דער ערשטער אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד'ל, איז אמאל אריינגעקומען שפעט צום דאווענען, און דעמאלס איז אויך דארטן געווען דער אלטער גראדזיסקער צדיק, ר' אלימלך, וואס פלעגט אראפלייגן א לאנגע דאווענען, און דער גראדזיסקער האט שוין געהאלטן טיף אינמיטן דאווענען ווען דער אמשינאווער האט אנגעהויבן. אבער אינמיטן דאווענען האט דער אמשינאווער שוין אספיעט אנצויאגן צו וואו מען האט געהאלטן.
נאכן דאווענען האט אים דער גראדזיסקער געפרעגט: אמשינאווער רבי, ווען דאווענט איר?! האט אים דער אמשינאווער געענטפערט: 'ויברך דוד את ה' - דוד (ער האט דאך געהייסן דוד) לויבט כסדר דעם אייבערשטן, א גאנצן טאג, אבער 'לעיני כל הקהל' - ווען דער עולם ווארט אויף אים, 'ויאמר דוד' - זאגט דוד אפ דעם דאווענען, נישט צו מאכן אנדערע אידן ווארטן...
פון דעם האב איך מיך ארויסגעלערנט צוויי יסודות: א' - אנדערש ווי דער היינטיגער רבי, האט ער זיך יא געקענט יאגן ביים דאווענען. ב' - און זיין יאגעניש איז געקומען פון די יסוד היסודות פון אמשינאוו: אהבת ישראל. און דערפאר האט ער נישט געקענט פועל'ן ביי זיך אז אנדערע זאלן ווארטן אויף אים.
--------------
ככללא דמילתא, האב איך מיך באמיט נאר צו ברענגען מעשיות וואס זאלן געבן דעם בילד און מסביר זיין דעם מהות פון אמשינאוו, דערפאר האב איך נישט אזוי ווייט דערציילט טיפישע סארט חסיד'ישע מעשיות, ווי 'מופתים', 'בקרב קדושים יתהלל', וכדו'. ווען יא וואלט איך גערעדט נאנסטאפ, און מיין פוינט דא איז נאר צו ארויסברענגען וואס אמשינאוו איז, ותו לא.
שטארק געזאגט... די פאני זאך איז נאר, אז דער וואס האט געלייקט דיין תגובה, איבער די נחיצות צו לייקן מיינע מאמרים, האט זעלבסט נישט געלייקט די מאמרים...חאצקעל שניידער האט געשריבן:מבעט דעם עולם ווער סהאט נאכנישט געלייקט זאל שנעל לייקן , כוויל שוין ליינען ווייטער.
היות איך שוויץ אריין אין מיינע מאמרים, כ'לייג נישט סתם ארויף מעשה'לעך אן קיין דעקונג אדער וואס זענען נישט מבהיר דעם ענין [עי' בתגובה הקודמת], ערווארט איך אז דער עולם זאל לכה"פ זיך 'מוטשענען' א 'סעקונדע' דורכן געבן א לייק, פאר מיין מוטשעריי וואס קען נעמען א 'צוויי שעה' ווי גארנישט!א איד האט געשריבן:נו געלייקט, מ׳ווארט מיר אויף די נעקסטע.
@אדנירם, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?
חאצקעל שניידער האט געשריבן:א איד האט געשריבן:נו געלייקט, מ׳ווארט מיר אויף די נעקסטע.
@אדנירם, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?
סזעט אויס וואו די קאשע קאכט זיך יעצט
סארי, נישט יעצט.
1. כ'בין געווען ביזי אפצושרייבן א נייע מאמר בענין חדש, עי' כאן: viewtopic.php?f=50&t=8764#p270780.
2. עי' בתגובה הקודמת ותבין...
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
ווער איז געווען ר׳ אלימלך מגראדזיסק? כמיין כהאב שוין געהערט דעם נאמען אבער...
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
אדנירם האט געשריבן:חאצקעל שניידער האט געשריבן:א איד האט געשריבן:נו געלייקט, מ׳ווארט מיר אויף די נעקסטע.
@אדנירם, דו נעמסט אזוי ערנסט די ארטיקל לייקן, אפשר זאלסטו מאכן א בחינה נאכן ענדיגן? און געבן א מתן שכרו בצדו?
סזעט אויס וואו די קאשע קאכט זיך יעצט
סארי, נישט יעצט.
1. כ'בין געווען ביזי אפצושרייבן א נייע מאמר בענין חדש, עי' כאן: viewtopic.php?f=50&t=8764#p270780.
2. עי' בתגובה הקודמת ותבין...
הקיצור מיינסט צו זאגן ס׳נישט געווען גענוג לייקס, מבעט מיר נאכאמאל דעם עולם נעמט עס נישט פאר לייכט און ער איז דאך נישט מער וואו גערעכט.
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ווער איז געווען ר׳ אלימלך מגראדזיסק? כמיין כהאב שוין געהערט דעם נאמען אבער...
ער איז געווען פון די סאמע באוואוסטסע צדיקי הדור בשעתו, אן עובד ה' וצדיק תמים.
דער גראדזיסקער איז געווען דער זון פונעם בארימטער שרף פון מאגלניצא, ר' חיים מאיר יחיאל, וואס איז געווען א זון פון ר' אבי עזרא זעליג חתן המגיד מקאזשניץ. דער מאגלניצער איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' אלעזר'ל ליזשענסקער בן הרבי ר' אלימלך, נאך וועם דער גראדזיסקער האט געהייסן 'אלימלך'.
ער איז אויך געווען דער פאטער פונעם בארימטן איש קדוש, ואיש החינוך [און לויט מאנכע, דער ערשטער חסיד'ישער פסיכיאלאג], דער פיאסעצנער רבי ר' קלונימוס קלמיש, וואס איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש.