יעצט באמערקט די אשכול, וויל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט אמת אז דער איד איז געווען א ערענסטערע צייטונג, נישט געהאט די אלע נארישקייטן (ספעציל אין מכלומרשטע בריוון), די אנגענומענע מיינונג איז געווען אז די בּלאט זענן ליצים וואס מאכן חוזק פון די זאליס משא״כדי איד שרייבט מיט אן ערענסטן שלייער אבער א פארביסענע שנאה
אלעס האט זיך געטוישט לעצטענס, בנוסף צו האס און גיפטיגע שנאה, קאפירן זיי די בלאט מיט נארישע בריוון און ליצנות, לדוגמא די קאקאש קעיק בריוו אדער די בילד פון כינוס כללי תשכ״א מיט די סלאגאן "ווער עס פארשטייט וכו׳, און נאך אסאך נארישע ליצנות ואי אפשר לפורטם כי רבים הם
נאך צוויי חילוקים צווישן די צוויי צייטונגען
1) יעדער פארשטייט אז ווען צוויי פארטייען שלאגען זיך וועט יעדער באשמוצען דעם אנדערען, אבער דער איד רייסט אראפדי ארונים און זייער פירער זייער אסאך מאל אויף זאכן וואס איז בכלל נישט קיין טייל פון די מחלוקה לדוגמה אריזאנע ווייץ, צומת הגידין וכדומה, זיי האבן אמאל געהאט א לאנגע בריוו אויף מהר״א׳ס דרשה ביי קידוש החמה ווי ער האטגערעדט וועגן שלום און אחדות, הלמאי ער מאכט אן אלע מחלוקות, ואטו כי רוזלא נחשוב? 2) די איד באשמוצט פערזענליך די ראשי הארונים למשל זיי האבן שוין צענדליגער מאל אנגערופן ר׳ אלישע האראוויץ דער חסידישער בערני מעידאף, דאס זעלבע האט דער בלאט געקענט שרייבן אויף ר׳ אליעזר קעסטענבוים, אפּגערעדט יוסי בראך אדער יצחק ראזענבערג, די בלאט וואלט געקענט שרייבן אויף (נאר ר״ת) במ״ל נ״וו (אים האבן זיי געהאלפן) די י׳ ברודערס און זייער פאטער ר״א ע״ה
די וואך אינעם בלאט ביים ענדע פונעם פאליטישן ארטיקל פון ב. לעבל איז פארבליבן עטליכע זאצן וואס דער שרייבער האט זיך פארגעשריבן איידערן שרייבן דעם ארטיקל.
אגב, דער ב. לעבל שרייבט גאנץ פיינע אפהאנדלונגען.
אזוי אויך האב איך באמערקט אז יוסי געשטעטנער האט מוצאי שבת אטאקירט אויף טוויטער דעם שרייבער יעקב כהן אז ער האט געפעלשט היסטאריע מיטן פארמישטן די פאקטן איבער וועלכע פון די פארטייען זענען געווען פרא און אנטי שווארצע. דעם ארטיקל האב איך נישט געליינט, קען איינער דאס באשטעטיגן?
אלבערט האט געשריבן:די וואך אינעם בלאט ביים ענדע פונעם פאליטישן ארטיקל פון ב. לעבל איז פארבליבן עטליכע זאצן וואס דער שרייבער האט זיך פארגעשריבן איידערן שרייבן דעם ארטיקל.
אגב, דער ב. לעבל שרייבט גאנץ פיינע אפהאנדלונגען.
אזוי אויך האב איך באמערקט אז יוסי געשטעטנער האט מוצאי שבת אטאקירט אויף טוויטער דעם שרייבער יעקב כהן אז ער האט געפעלשט היסטאריע מיטן פארמישטן די פאקטן איבער וועלכע פון די פארטייען זענען געווען פרא און אנטי שווארצע. דעם ארטיקל האב איך נישט געליינט, קען איינער דאס באשטעטיגן?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אלבערט האט געשריבן:אגב, דער ב. לעבל שרייבט גאנץ פיינע אפהאנדלונגען.
כ'וואלט געזאגט אז דער ב. לעבל און יעקב כהן זענען מחזיר עטרה ליושנה, היינט צוטאגס זענען זיי פון די איינציגסטע וואס עס איז ווערד זיי צו ליינען אין דער בלאט.
האהא. קרית יואל ווערט בעסער און בעסער פון טאג צו טאג. מ'זוכט שוין חקלאים צו ארבעטן אין די פעלדער, און אויפבויען דער קליינער אידישע מדינה'לע. נאך אביסל וועלן די גראבע מגוש'דיגע פויערן פון די מחניים ביכער, מיט די טראגער-אוועראלס, רויטע באקסעדיגע דיקע העמעדער, און שטרויענע היטלעך (פלאטשיגע) אריינשפאצירן אין גרויסן, בביהמ"ד הגדול, מאכן א קאווע און פארכאפן א ציגארע...איי איי איי..