וואס איז די שמחה לג בעומר?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

וואס איז די שמחה לג בעומר?

שליחה דורך קאך_לעפל »

בר יוחאי נמשחת אשריך... שמן ששון מחבירך.... או...או.... בר יוחאי נמשחת אחריך שמן ששון מחבירך....

אויף די לאנגע געדרייטע שאסייען וואס פירן צום קליין פארשטיפטן דערפל מירון, שלענגלען זיך צעדנליגע טויזענער אויטוס און אוטובוסען, איבערגעפאקט מיט שווערע טויזענעטער רייזענדער, פון אלע שיכטען אין קרייזען, חסידישע אידן מיט די טראדיציאנאלע אייראפישע חסידישער טראגע, מזרחיסטן מיט זייערע כיפה סריגה'ס, ספרדים מיט זייערע ווייסע דאטשיקלך, ווילדע נא נח'ס מיט זייערע לאנגע צופלאשקעטע פייאות, ירושלימער קנאים מיט געשטרייפטע קאפאטעס, פרייע יונגען מיט צולאזטע טשופניקעס, כולם נקבצו ובאים לך... אלע פארמאגן בלויז איין דיסטאנאציע, מירון...

אין די לעצטע יארן, האט זיך דער מירון פיבער אריבערגעכאפט קיין חוץ לארץ אויך, נישט בלויז ביי בני עליה, נאר אפילו ביים פשוטען המון עם, און נישט בלויז ביי מענער, נאר אויך דער עזרת נשים האט באקימען דער מירון פיבער, און האבן זיך גענומען מאסענווייז פארן קיין מירון.

פארוואליע, וואס גייט דא פאר? פארוואס פארט יעדער קיין מירון? וואס איז די שמחה דא?

זייער פשוט אין דעם קליינעם דערפל מירון האט מען פאר א קנאפע 2 טויזענט יאר ציריק באהאלטען דעם ג-טליכען תנא רבי שמעון בר יוחאי, עס איז גאר נישט צוגעגאנגען אזוי פשוט... די אנשי ציפורי האבן דירך געפירט בלוטיגע ריאטען אין די גאסן פון גוש חלב, זיי האבן קאטאגאריש פארלאנגט אז מען זאל רבי שמעון באערדיגען אין ציפורי.. אבער עס האט זיי אבער גאנץ-קנאפע געהאלפן, דער מיטה פון רבי שמעון האט זיך געהויבן אין די ליפטען, ווי א פארגעשריטענער קאמפ עראפלאן, און זי האט געלאנדעט אין מירון, ווי ער איז געקומן לקבורה, און די ברויזענדע ציפורי איינוואוינער זענען געבליבן מיטן צינג אונדרויסען....

נא! זאל זיין אזוי רבי שמעון ליגט אין מירון! אשר על כן? אין גאנץ ארץ ישראל אויף יעדען בערגעל און שטענגל, ליגען באהאלטן אבות הק', נבואים, כוהנים גדולים, תנאים, אמוראים, און עס קומען נישט קיין מאסן, מען טיילט נישט קיין ח''י רוטל, מען באמבעט נישט מיט גיין מוזיק, מען שאטערט נישט קיין פרעס-שאטערס, מען פארקויפט נישט קיין ישיעות פאר 18 דאלאר.... וואס איז ביי רבי שמעון אנדערש? וואס איז דער גאנצער באלאגאן? וואס האט רבי שמעון מיט מיר? און וואס האב איך מיט רבי שמעון? עכ''פ מער ווי אנדערע תנאים?

נאך לאנגע פארמאטערטע נעכט פון פארשן און נאכזוכן אין אלטע ארכיווען, און אין אלטע פארשטויבטע פארגעלטע כתבי ידות, האב איך ענדליך באוויזען צו שאפן א שטיקל ליכט אויף די סיטואציע, און ארויסקומען מיט א שטיקל הסבר איבער דעם ל'ג בעומר אין מירון סומטאכע...

רבי שמעון בן יוחאי איז נסתלק געווארן אינעם טאג ל''ג בעומר ג''א תתק''כ, 92 יאר נאכן חורבן הבית, און אינעם טאג וואס רבי שמעון איז נסתלק געווארן האט ער מגלה געווען גאר טיפע הייליגע סודות התורה, וואס קיין מענטשליכע אויער האט נאך קיינמאהל נישט געהערט, די סודות זענען נאך געווען פול מער ווי די סודות וואס ער האט מגלה געווען ביי די ערשטע אידרא וואס ווערט געברענגט אין זוה''ק פרשת נשא.

אין שמחה כשמחת התורה...

די הייליגע שכינה מיט דער גאנצער פמליא של מעלה, ווי אויך די נשמות פון די פארשטארבענע צדיקים פון גן עדן, אלעס איז אראפגעקומען פון די הויעכע סעפערן צו הערן די גאר הייליגע סודות וואס רבי שמעון איז מגלה, דער הויז ווי רבי שמעון איז געליגען איז געווען ארום גענומען מיט אן העליש פייער פון הימעל.. און קיינער חוץ זיינע גאר נאנטע די תלמידים האט נישט געהאט אהין קיין צוטריט... און די הייליגע שמחה וואס האט געהערשט דארט בשעת רבי שמעון האט מגלה געווען די רזין דרזין, האבן מיר אפילו קיין השגה נישט, די הייליגע שכינה, די שרפי מעלה, די הייליגע נשמות אלעס האט זיך געפרייט בחדוותא עלאה, הערענדיג די הייליגע סודות וואס רבי שמעון איז מגלה בקדישה ובטהרה, ברתת ובזיעה, כנתנתן מסיני.... ביז ער האט אויסגעהויעכט זיין שלימותדיגע נשמה, ווער ער האט גענדיגט מיט די ווערטער כי שם צוה ה' את הברכה חיים.... דאן.. ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, ועלה רבי שמעון בסערה השמימה..

עס שטייט אין די הייליגע ספרים, אז יעדעס יאר לג בעומר ווערט נתחדש אין די הויעכע הימלען, דער זעלבער שמחה וואס האט דאן געהערשט ווען רבי שמעון האט מגלה געווען די סודות התורה... לג בעומר הערשט א געוואלדיגע שמחה אין די הויעכע הימלען... די שכינה הק' איז איינגעהילט אין א געוואלדיגע פרייד.... די זעלבע פרייד וואס זי האט געהאט, ווען רבי שמעון האט מגלה געווען די הייליגע סודות ביום פטירתו...

דעריבער איז פארשטענדליך אז די אלע וואס טרויערן מיט, מיט די הייליגע שכינה ווען זי איז בצער, פרייען זיך מיט, מיט די הייליגע שכינה ווען זי איז בשמחה.. דעריבער לג בעומר ווען די שכינה הק' איז בשמחה, קענען זיי זיך פשוט נישט גענוג דערפרייען, די שמחה רינט איבער די ברעגעס. טרערן פון שמחה און אהבה גיסן זיך פון זייערע אויגן.. עס איז זייער פארשטענדליך....

דא קומט אבער דער גרויסער אבער..

די אלע וואס קימערן זיך נישט בצער השכינה, און זענען איר מצער מידי יום ביומו... לעבן אין שוואויל-טאג און אין תאוות, וואס איז זייער שמחה לג בעומר? וואס האבן זיי פארלוירן ביים הייליגען תנא רבי שמעון? פארוואס קומען זיי בכלל קיין מירון? סתם צו מאכן א געדרענגעניש און צו שטערן די וואס פרייען זיך מיט מיט די הייליגע שכינה? גייטס אייך קיין אילת און לאזט צורוה די יודן וואס פרייען זיך מיט די הייליגע שכינה....

למעשה האב איך אבער יא געטראפן א שטיקל לימוד זכות... עס איז א דבר פשוט אז ווען דער קעניג איז אין א גוטע גיסטע, אין א גוד מוד.. קען ביי אים אלעס פוילן... אפילו די פארברעכער וואס דערצערענען דעם מלך, האבן א אפענע אויער ביים קעניג ווען ער איז בשמחה.... דעריבער איז יעדער א מחותן.....

רבותי לג בעומר איז דער קעניג בשמחה... לאמיר אויסניצן דעם הייליגען טאג וואס דער קעניג איז אין א גוד מוד.. און לאמיר זיך אויסבעטען אלעס גוט'ס, און די עיקר העקרים אז ומלכות זדון תעביר מן הארץ, ותמלוך אתה ה' לבדך על כל מעשיך, בביאת גואלינו ומשיחינו בב''א

אנא ה' הושיעה נא... בזכות אדונינו בר יוחאי... אנא ה' הצליחה נא בזכות רבי שמעון צדיקא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

רבי אהרן קארלינער פארענטפערט שוין דיין קשיא. ער זאגט "כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל".
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דא איז א טיפיקל 'פרידיש' מאמר איבער ל"ג בעומר.
ליינט און האט הנאה...
viewtopic.php?f=4&t=3704
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א תירוץ איז, לויט דעם באוואוסטן מעשה פונעם ראפשיצער רב, וואס איז געווען ברייט בארימט מיט זיין חכמה און פקחות. און ער האט מעיד געווען אז כמעט קיינמאל איז ער נישט געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, חוץ מיטן מעשה פון שמחת תורה.

אז איינמאל האט ער געזען אז עפעס א פוסטע עם הארץ פריידט זיך און טאנצט שמחת תורה, האט ער אים געפרעגט: מה לך ולשמחה הזאת? דו לערנסט דען עפעס? דו פארשטייסט דען עפעס? דאס איז דאך א שמחה פארן ענדיגן לערנען די תורה. האט אים יענער געענטפערט: ווען מיין ברודער מאכט חתונה א קינד, קום איך אויך! און איך פריי זיך מיט מיט זיין שמחה. און אזוי אויך ווען מיין ברודער פרייט זיך מיטן מסיים זיין די תורה, פריי איך מיך מיט מיט אים! האט דער ראפשיצער געזאגט "נצחתני"!

וועגן דעם פרייען מיר זיך אלע ל"ג בעומר, ווייל די תיקונים וכו' ווערן ממילא געטון, און אפילו אין לנו עסק בזה איז נאכאלס א שמחה אז די סודות זענען נתגלה געווארן. והיינו עומק כוונת דברי הבית אהרן מקארלין הנ"ל. און חוץ מזה, דו האסט אן אנונג וויפיל תורת הקבלה האט משפיע געווען אויף אונזער לעבנסשטייגער?! ווען דו וואלסט געוואוסט, וואלסטו זיך בכלל נישט געוואונדערט. ווייל היינט צוטאגס טוען מיר אן א שיעור הלכות, מנהגים, און הקפדות, נאר צוליב תורת הח"ן. און די עפעקט וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף אונזער תורת המחשבה, והשקפת היהדות, איז מער ווי סיי וועלכע אנדערע סארט צוגאנג צו אידישקייט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קאך_לעפל האט געשריבן:נאך לאנגע פארמאטערטע נעכט פון פארשן און נאכזוכן אין אלטע ארכיווען, און אין אלטע פארשטויבטע פארגעלטע כתבי ידות, האב איך ענדליך באוויזען צו שאפן א שטיקל ליכט אויף די סיטואציע, און ארויסקומען מיט א שטיקל הסבר איבער דעם ל'ג בעומר אין מירון סומטאכע...

רבי שמעון בן יוחאי איז נסתלק געווארן אינעם טאג ל''ג בעומר ג''א תתק''כ, 92 יאר נאכן חורבן הבית, און אינעם טאג וואס רבי שמעון איז נסתלק געווארן האט ער מגלה געווען גאר טיפע הייליגע סודות התורה, וואס קיין מענטשליכע אויער האט נאך קיינמאהל נישט געהערט, די סודות זענען נאך געווען פול מער ווי די סודות וואס ער האט מגלה געווען ביי די ערשטע אידרא וואס ווערט געברענגט אין זוה''ק פרשת נשא.

אפשר שטעלסטי ארויף א קאפי פון די "אלטע פארשטויבטע פאאגעלטע כתבי ידות" ווייל עס פאר עס איי קנאו איז נישטא קיין קלארע מקור אז רשב"י איז נסתלק געווארן לג בעומר. די ערשטע פלאץ ווי דאס ווערט געברענגט איז אין כתבי ר' חיים וויטאל אויף וואס די חיד"א זאגט שוין אז ס'איז א טעות ווייל דארט איז געשטאנען "יום שמחתו" און די דריקער האט עס פארטוישט מיט "יום שמת בו"
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעון וואלף האט געשריבן:

יא יא טאקע גערעכט רבי שמעון איז טאקע נסתלק געווארן חוה''מ שביעות.... די וועלט האט פשוט א טעות...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קאך לעפל, זיי נישט אזוי צעקאכט.

די שרייבסט אז די האסט עס נאכגעפארשט בין איך פשוט נייגעריג צו וויסן אויב די האסט טאקע געטראפן א מקור. דעטס איט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אדנירם האט געשריבן:נאך א תירוץ איז, לויט דעם באוואוסטן מעשה פונעם ראפשיצער רב, וואס איז געווען ברייט בארימט מיט זיין חכמה און פקחות. און ער האט מעיד געווען אז כמעט קיינמאל איז ער נישט געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, חוץ מיטן מעשה פון שמחת תורה.

אז איינמאל האט ער געזען אז עפעס א פוסטע עם הארץ פריידט זיך און טאנצט שמחת תורה, האט ער אים געפרעגט: מה לך ולשמחה הזאת? דו לערנסט דען עפעס? דו פארשטייסט דען עפעס? דאס איז דאך א שמחה פארן ענדיגן לערנען די תורה. האט אים יענער געענטפערט: ווען מיין ברודער מאכט חתונה א קינד, קום איך אויך! און איך פריי זיך מיט מיט זיין שמחה. און אזוי אויך ווען מיין ברודער פרייט זיך מיטן מסיים זיין די תורה, פריי איך מיך מיט מיט אים! האט דער ראפשיצער געזאגט "נצחתני"!

וועגן דעם פרייען מיר זיך אלע ל"ג בעומר, ווייל די תיקונים וכו' ווערן ממילא געטון, און אפילו אין לנו עסק בזה איז נאכאלס א שמחה אז די סודות זענען נתגלה געווארן. והיינו עומק כוונת דברי הבית אהרן מקארלין הנ"ל. און חוץ מזה, דו האסט אן אנונג וויפיל תורת הקבלה האט משפיע געווען אויף אונזער לעבנסשטייגער?! ווען דו וואלסט געוואוסט, וואלסטו זיך בכלל נישט געוואונדערט. ווייל היינט צוטאגס טוען מיר אן א שיעור הלכות, מנהגים, און הקפדות, נאר צוליב תורת הח"ן. און די עפעקט וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף אונזער תורת המחשבה, והשקפת היהדות, איז מער ווי סיי וועלכע אנדערע סארט צוגאנג צו אידישקייט.

דאס ווערט געברענגט אין דרכי חיים ושלום בשם די מנח"א.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און איך האב געטראפן אין אלטע פארשטויבטע גרינע כתבי ידות אז דעריבער איז די שמחה אזוי גרויס ווייל די וועלט פרייעט זיך אז ער האט מגלה געווען אז עס העלפט תשובה עילאה פאר פגם היסוד ודו"ק.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעון וואלף האט געשריבן:קאך לעפל, זיי נישט אזוי צעקאכט.

די שרייבסט אז די האסט עס נאכגעפארשט בין איך פשוט נייגעריג צו וויסן אויב די האסט טאקע געטראפן א מקור. דעטס איט.

בסדר! זאג ווען איז רשב''י נסתלק געווארן? וועלעכע טאג? וואס האט דיר דיין מאמע געזאגט? וואס האט דיר דיין רבי געזאגט? עס איז אנגענימען געווארן בכל תפיצות ישראל אז ער איז נסתלק געווארן לג בעומר! אלזא וואס ווילסטו? די ווילסט אריין גיין אין א היסטארישער שמיעס? בסדר מאך אויף א נייע אשכול מיר וועלן עס דארט דעבאטירן, דא מיין איך קומט עס נישט אריין, ואתכם הסליחה.....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:און איך האב געטראפן אין אלטע פארשטויבטע גרינע כתבי ידות אז דעריבער איז די שמחה אזוי גרויס ווייל די וועלט פרייעט זיך אז ער האט מגלה געווען אז עס העלפט תשובה עילאה פאר פגם היסוד ודו"ק.

טאקע? וואס מיינט דאס פגם היסוד?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אן קוקן אין אלטע כתבי ידות, איז ברייט באקאנט אז ר' שמעון האט געוואלט אז זיין הילולא זאל זיין א יום שמחה.
און אז דו מאכסט שוין חשבונות וועגן די ענינים, קען מען אריינגיין אין צימעס און אנהייבן שמועסן פארוואס געוויסע חצרות קודש אין אמעריקע מאכן הדלקות.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:אן קוקן אין אלטע כתבי ידות, איז ברייט באקאנט אז ר' שמעון האט געוואלט אז זיין הילולא זאל זיין א יום שמחה.
און אז דו מאכסט שוין חשבונות וועגן די ענינים, קען מען אריינגיין אין צימעס און אנהייבן שמועסן פארוואס געוויסע חצרות קודש אין אמעריקע מאכן הדלקות.

אה? דאס ווילסטו אז דער אשכול זאל אנקומען אין צימעס... נא זאג אזוי..... טוה א קוק מר איך ועל אקורושט אויפמאכן אן אשכול אין צימעס, ווי די וועסט קענען מסביר זיין צום 679טע מאהל פארוואס דער סאטמארער רבי טאר נישט מאכן קיין הדלקה....... בסדר? געפוילט? מר שמעקעדיג?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חס ושלום.
צו זיין אויפריכטיג, איך גלייך דיינע תגובות אסאך מאל. אבער עס פארדריסט מיר ווען איינער פרובירט צו זיין קלוגער ווי די גאנצע וועלט און אוועקמאכן די התעוררות וואס עס הערשט.
אז דו מאכסט אוועק יענעמ'ס שמחה, פרעג איך אויב אזוי לשמחה מה זו עושה אין אמעריקע. איך מיין נישט קיינעם.
עס איז פאראן גענוג זאכן אויף וואס צו מוחה זיין ביי כלל ישראל, פארוואס זוכן א שיינע מנהג.
אני לעצמי האלט יא אז מען זאל מאכן א שמחה איבעראל, און איך בין זייער שטאלץ פון אלע רבי'ס וואס געבן כשר אינטערטעינמענט פאר זייער עולם, און אזוי אויך פארגין איך אלע מענטשן וואס פליען קיין מירון און ענדזשויען זיך ברוחניות ובגשמיות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דארפסט נישט גיין קיין צימעס, קענסט שרייבן דא און דא און דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:חס ושלום.
צו זיין אויפריכטיג, איך גלייך דיינע תגובות אסאך מאל. אבער עס פארדריסט מיר ווען איינער פרובירט צו זיין קלוגער ווי די גאנצע וועלט און אוועקמאכן די התעוררות וואס עס הערשט.
אז דו מאכסט אוועק יענעמ'ס שמחה, פרעג איך אויב אזוי לשמחה מה זו עושה אין אמעריקע. איך מיין נישט קיינעם.
עס איז פאראן גענוג זאכן אויף וואס צו מוחה זיין ביי כלל ישראל, פארוואס זוכן א שיינע מנהג.
אני לעצמי האלט יא אז מען זאל מאכן א שמחה איבעראל, און איך בין זייער שטאלץ פון אלע רבי'ס וואס געבן כשר אינטערטעינמענט פאר זייער עולם, און אזוי אויך פארגין איך אלע מענטשן וואס פליען קיין מירון און ענדזשויען זיך ברוחניות ובגשמיות.

איך הער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעון וואלף האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:נאך א תירוץ איז, לויט דעם באוואוסטן מעשה פונעם ראפשיצער רב, וואס איז געווען ברייט בארימט מיט זיין חכמה און פקחות. און ער האט מעיד געווען אז כמעט קיינמאל איז ער נישט געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, חוץ מיטן מעשה פון שמחת תורה.

אז איינמאל האט ער געזען אז עפעס א פוסטע עם הארץ פריידט זיך און טאנצט שמחת תורה, האט ער אים געפרעגט: מה לך ולשמחה הזאת? דו לערנסט דען עפעס? דו פארשטייסט דען עפעס? דאס איז דאך א שמחה פארן ענדיגן לערנען די תורה. האט אים יענער געענטפערט: ווען מיין ברודער מאכט חתונה א קינד, קום איך אויך! און איך פריי זיך מיט מיט זיין שמחה. און אזוי אויך ווען מיין ברודער פרייט זיך מיטן מסיים זיין די תורה, פריי איך מיך מיט מיט אים! האט דער ראפשיצער געזאגט "נצחתני"!

וועגן דעם פרייען מיר זיך אלע ל"ג בעומר, ווייל די תיקונים וכו' ווערן ממילא געטון, און אפילו אין לנו עסק בזה איז נאכאלס א שמחה אז די סודות זענען נתגלה געווארן. והיינו עומק כוונת דברי הבית אהרן מקארלין הנ"ל. און חוץ מזה, דו האסט אן אנונג וויפיל תורת הקבלה האט משפיע געווען אויף אונזער לעבנסשטייגער?! ווען דו וואלסט געוואוסט, וואלסטו זיך בכלל נישט געוואונדערט. ווייל היינט צוטאגס טוען מיר אן א שיעור הלכות, מנהגים, און הקפדות, נאר צוליב תורת הח"ן. און די עפעקט וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף אונזער תורת המחשבה, והשקפת היהדות, איז מער ווי סיי וועלכע אנדערע סארט צוגאנג צו אידישקייט.

דאס ווערט געברענגט אין דרכי חיים ושלום בשם די מנח"א.

וואס ווערט געברענגט?
די מעשה מיטן ראפשיצער רב? די דמיון צו ל"ג בעומר? אדער גאר די סוף הדברים אז למעשה האט תורת הקבלה איבערגעלאזט אן אומגעהויערן השפעה אויך אויפן המון עם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:קאך לעפל, זיי נישט אזוי צעקאכט.

די שרייבסט אז די האסט עס נאכגעפארשט בין איך פשוט נייגעריג צו וויסן אויב די האסט טאקע געטראפן א מקור. דעטס איט.

בסדר! זאג ווען איז רשב''י נסתלק געווארן? וועלעכע טאג? וואס האט דיר דיין מאמע געזאגט? וואס האט דיר דיין רבי געזאגט? עס איז אנגענימען געווארן בכל תפיצות ישראל אז ער איז נסתלק געווארן לג בעומר! אלזא וואס ווילסטו? די ווילסט אריין גיין אין א היסטארישער שמיעס? בסדר מאך אויף א נייע אשכול מיר וועלן עס דארט דעבאטירן, דא מיין איך קומט עס נישט אריין, ואתכם הסליחה.....

איך פארשטיי נישט דיין אטאקע.
ווען דו שרייבסט ווען נישט אז דו האסט עס נאכגעפארשט, און די שרייבסט סתם ע"פ ווייבערישע ידיעות, נו ניחא.
אבער דו שרייבסט [אפילו בנימא של דרך צחות] אז דו האסט עס נאכגעפארשט, און די ערשטע זאך וואס געשעט ווען מ'פארשט עס נאך איז, אז ס'איז א דבר התלוי במח' אחרונים און קיינער ווייסט נישט קלאר. איז וואס אטאקירסטו? ס'האט זיך ארויסגעגליטשט פון דיינע פינגער אן אומגעלונגענע שורה, איז וויש דיך די נאז און לאז געמאך. מען מעג לפחות מעיר זיין אז נאך חקירות ודרישות איז אדרבה, יש עוררין אז ער איז נישט אוועק ל"ג בעומר.

אלענפאלס, דיין ארטיקל איז נאכאלס געווען א שיינס, ותודתי נתונה לך ע"ז!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:און איך האב געטראפן אין אלטע פארשטויבטע גרינע כתבי ידות אז דעריבער איז די שמחה אזוי גרויס ווייל די וועלט פרייעט זיך אז ער האט מגלה געווען אז עס העלפט תשובה עילאה פאר פגם היסוד ודו"ק.

וויי וויי, איך האב גאר געטראפן אין אן אלטע פארשטויבטע גרינע כתב יד פונעם זוהר, אז דארט איז דער מקור ראשון אז מ'קען נישט נארמאלערהייט מתקן זיין פגימת היסוד [וואס סתם אזוי ווייסן מיר אז תשובה גרידא העלפט]...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אדנירם האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:נאך א תירוץ איז, לויט דעם באוואוסטן מעשה פונעם ראפשיצער רב, וואס איז געווען ברייט בארימט מיט זיין חכמה און פקחות. און ער האט מעיד געווען אז כמעט קיינמאל איז ער נישט געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, חוץ מיטן מעשה פון שמחת תורה.

אז איינמאל האט ער געזען אז עפעס א פוסטע עם הארץ פריידט זיך און טאנצט שמחת תורה, האט ער אים געפרעגט: מה לך ולשמחה הזאת? דו לערנסט דען עפעס? דו פארשטייסט דען עפעס? דאס איז דאך א שמחה פארן ענדיגן לערנען די תורה. האט אים יענער געענטפערט: ווען מיין ברודער מאכט חתונה א קינד, קום איך אויך! און איך פריי זיך מיט מיט זיין שמחה. און אזוי אויך ווען מיין ברודער פרייט זיך מיטן מסיים זיין די תורה, פריי איך מיך מיט מיט אים! האט דער ראפשיצער געזאגט "נצחתני"!

וועגן דעם פרייען מיר זיך אלע ל"ג בעומר, ווייל די תיקונים וכו' ווערן ממילא געטון, און אפילו אין לנו עסק בזה איז נאכאלס א שמחה אז די סודות זענען נתגלה געווארן. והיינו עומק כוונת דברי הבית אהרן מקארלין הנ"ל. און חוץ מזה, דו האסט אן אנונג וויפיל תורת הקבלה האט משפיע געווען אויף אונזער לעבנסשטייגער?! ווען דו וואלסט געוואוסט, וואלסטו זיך בכלל נישט געוואונדערט. ווייל היינט צוטאגס טוען מיר אן א שיעור הלכות, מנהגים, און הקפדות, נאר צוליב תורת הח"ן. און די עפעקט וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף אונזער תורת המחשבה, והשקפת היהדות, איז מער ווי סיי וועלכע אנדערע סארט צוגאנג צו אידישקייט.

דאס ווערט געברענגט אין דרכי חיים ושלום בשם די מנח"א.

וואס ווערט געברענגט?
די מעשה מיטן ראפשיצער רב? די דמיון צו ל"ג בעומר? אדער גאר די סוף הדברים אז למעשה האט תורת הקבלה איבערגעלאזט אן אומגעהויערן השפעה אויך אויפן המון עם.

ער ברענגט די מעשה אבער נישט בשם ראפשיצע רב (אגב, ער איז געווען אן אייניקל) קען זיין אז ראפשיצע רב האט נאר נאכדערציילט די מעשה אבער ס'נישט געווען מיט אים אליינס, און שטעלט עס צו צו לג בעומר. זיין אויספיר איז געווען אז ער האט טאקע נישט קיין שייכות צו ר' שמעון (ברוב ענותנותו) אבער זיין טאטע האט דאך מחבר געווען דעם באר לחי רואי אויף תקוני זוהר, ממילא האט ער א קשר מיט די שמחה לג בעומר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעון וואלף, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ועכשיו קוק און זע, וואספארא צדיק דער מנח"א איז געווען.
ער האט געהאט א ווייטע בליק, וכיוון לדברי הגה"ק בעל אדנירם...
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין געזאגט, קאך לעפל. יישר כח.

איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט זיך דא גענומען צו זיינע ביינער. איך האב מורא אז דאס האט צו טון מיט די כריינישע בייסיגע ווארעם וואס האט זיך דא אריינגעכאפט לעצטנס אין שטיבל. מיר וועלן זיך אבער נישט לאזן. קאווע שטיבל וועט בלייבן א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען עד ביאת המשיח.

סך הכל ברענגט ער ארויס, אויף זיין אייגנארטיגער וועג, א נקודה וואס שטייט שוין אין די ספרים אז די שמחה פון ל"ג בעומר איז לכבוד די סודות התורה וואס רשב"י האט מגלה געווען אין דעם טאג.
די קשיא ווי אזוי די פשוטע מענטשן קענען זיך פרייען מיט די באהאלטענע סודות איז זייער פשוט. דער זהר האט אריינגעשיינט א פרישע סארט חיות אין די תורה ומצות, אז יעדע זאך איז פארבינדען אויבן, מיט יעדע זאך וואס מען טוט בויט מען עולמות, און אז יעדע קלייניקייט וואס א איד טוט פארן אייבערשטן איז זייער חשוב און טייער. דער געדאנק איז שפעטער געווארן אויסגעברייטערט דורכ'ן אר"י הק', און נאך מער דורכ'ן בעש"ט ותלמידיו. און דאס איז ממש געווען א לייף-סעווער פאר אידישקייט, אז די אידישקייט זאל נישט זיין טרוקן אן קיין טעם, נאר מען זאל שפירן א געשמאק דערין.
און דאס איז טאקע גאר א גרויסע שמחה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ברסלבער די ווייסט דאך אוודאי וואס דער הייליגער רבי שרייבט אין ליקיטי מהר''ן, אז בעקבתא דמשיחא וועט אראפ קומען א מבול פון כפירה אין מינות אויף דער וועלט, און מען וועט זיך קוים קענן האלטן ביי די ריינע אמונה, עס איז נאר א חידוש אז דער רבי שרייבט נישט וועגן כפירה און טפשות באנאזאם, דאס איז אזא קרעטץ, וואס זעהט אויס אז אפילו דער הייליגער רבי זי''ע, וואס האט פארגעשריבען ברוח קדשו וואס עס וועט זיין באחרית הימים האט נישט משיג געווען אז עס וועט חלילה פאסירן.

איז אזוי די אטאקעס איז נישט אויף וואס איך האב געשריבען דא אין דעם אשכול... די אטאקעס זענן אויף ווואס איך האב געשריבען ערגעץ אנדערש ווי..... עס מיינט מיר פארזענדליך... נישט וואס איך האב געשריבען. דא...
איז אזוי ווען א פשוטער כופר מיט שכל בילד, שוין... אפשר דארף עס באדערן אפשר נישט.... אבער וועט א כופר- טיפוש- איום -ונורא בילד...? חלילה אפי' א צו ענפערן מיט א פיפס.... מען קטנט זיך אויס אויף אים אין מען גייט ווייטער.......
פארשפארט