עס איז זייער א קילע נאכמיטאג דא אין nyc עס איז ארויף ביז 50 אבער צוריק אראפ צו די הויכע 40s יעצט אויך איז דא געווען א פאר לייכטע רעגען אין שניי פלאריס אפילו אין שטאט. איך בין זיכער אז אין מאנסי אין מאנרא איז געווען מער. מיט די ווינט פילט עס נאנטער צו 30 דעגריס פון צייט צו צייט. היינט נאכט וועט זיין פשוט קאלט מיט טעמפרעטורס אין די 30s אין שטאט אין אויך לעיקוואוד אבער נאנט צו אדער אינטער 30 אין אפסטעיט. מארגען וועט נישט זיין א סאך בעסער אבער מסתם מער זיניג ווי היינט. פון שבת אהן ביז אריין אין נעקסטע וואך, וועט זיך פארבעסערען אבער העכער ווי די הויכע 50s זעט נישט אויס ווי מיר קומען אהן פאר כאטש נאך איין וואך.
א גיטען אווענט, נאך א שיינער טאג איז פארביי אין די קומענדיגע וואך זעט אויס ווארעמער ווי קודם גערעכנט. מאנטאג נאכמיטאג אין נאכט אין אויך דאנערשטאג ביז פרייטאג זענען דא מעגליכקייט פאר רעגען אבער נישט קיין גרויסע אמאונטס. אויסער די טעג. זעט אויס שיין זיניג אין אין די 60s בייטאג מיט די ווארעמסטע טאג מיטוואך מיט נאנט צו 70. נעכט וועלען זיין אין די 40s. די גיטע נייעס איז אז די לאנג רענד׳ג forecasts ווייזען א גיטע warmup פאר די ערשטע טעג פון מעי. (די וואך פון ל״ג בעומר). מיר קענען זיך זען מיט 70s צו אפשר 80s וויאזוי עס זעט יעצט אויס. ציביסעליך אי״ה וועלען מיר זיך זעהן אריין צו דער ווארעמקייט פון זיממער.
וועטער ברוקלין-
זינטאג נאכט -ווערט רוב פארוואלקענט, קיל ,ארום 45. מאנטאג-טייל פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך נאכמיטאג, 62 בייטאג, רעגען ענדיגט זיך , ווינטיג 45 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך , שבת אין זינטאג- זיניג אין מילד ,בייטאג , 65-70 . קלאר אין קיל ביינאכט , 45-50. דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 60-65 בייטאג. 45-50 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
זינטאג נאכט -ווערט רוב פארוואלקענט, קיל ,ארום 40. מאנטאג-טייל פארוואלקענט מיט אביסעל רעגען מעגליך נאכמיטאג, 62 בייטאג, רעגען ענדיגט זיך , ווינטיג 42 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך , שבת אין זינטאג- זיניג אין מילד ,בייטאג , 68-72 . קלאר אין קיל ביינאכט , 45-50. דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 60-65 בייטאג. 45-50 ביינאכט.
וועטער מאנסי-
זינטאג נאכט -ווערט רוב פארוואלקענט, קיל ,ארום 40. מאנטאג-טייל פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך נאכמיטאג, 60 בייטאג, רעגען ענדיגט זיך , ווינטיג 42 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך , שבת אין זינטאג- זיניג אין מילד ,בייטאג , 65-70 . קלאר אין קיל ביינאכט , 40-45. דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 60-65 בייטאג. ארום 45 ביינאכט.
וועטער מאנרא-
זינטאג נאכט -ווערט רוב פארוואלקענט, קיל ,ארום 38. מאנטאג-טייל פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך נאכמיטאג, 58 בייטאג, רעגען ענדיגט זיך , ווינטיג 40 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך , שבת אין זינטאג- זיניג אין מילד ,בייטאג , 65-70 . קלאר אין קיל ביינאכט , 40-45. דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 60-65 בייטאג. 40-45 ביינאכט.
Today's high reached 73, the first 70-degree reading of the year. This was four weeks later than average and the latest since 1956 when it occurred on 4/28. No year since has had a later date.
2009
Today's high reached 92 degrees, a record for the date and twenty-seven degrees above average. It came just three days after a chilly high of 57. This was the second day of a four-day springtime heat wave that saw high temperatures of 88-92-84-90. (The typical high in late April is in the mid-60s.) It would be nearly four months before it got this hot again.
וועטערבאריכט האט געשריבן: א גיטען אווענט, נאך א שיינער טאג איז פארביי אין די קומענדיגע וואך זעט אויס ווארעמער ווי קודם גערעכנט. מאנטאג נאכמיטאג אין נאכט אין אויך דאנערשטאג ביז פרייטאג זענען דא מעגליכקייט פאר רעגען אבער נישט קיין גרויסע אמאונטס. אויסער די טעג. זעט אויס שיין זיניג אין אין די 60s בייטאג מיט די ווארעמסטע טאג מיטוואך מיט נאנט צו 70. נעכט וועלען זיין אין די 40s. די גיטע נייעס איז אז די לאנג רענד׳ג forecasts ווייזען א גיטע warmup פאר די ערשטע טעג פון מעי. (די וואך פון ל״ג בעומר). מיר קענען זיך זען מיט 70s צו אפשר 80s וויאזוי עס זעט יעצט אויס. ציביסעליך אי"ה וועלען מיר זיך זעהן אריין צו דער ווארעמקייט פון זיממער.
המממ... ממש אזוי? ביי מיר איז די גוטע נייעס אז די וואך גייט זיין אין די 60'ער נומערן, נישט אז א וואך ארום גיט זיין 80 און מיר וועלן זיך אריינזעהן אין די ווארעמקייט פון זומער... ס'איז א מחי' אזוי ווי די וואך. קענסט מיר געבן נאך אפאר חדשים אין די 60'ער, די 80'ער קענסטו לאזן פאר פלארידע
א גיטען אווענט, די לעצטע פאר וואכען איז געווארען גאנץ טרוקען, אזוי ווייט אז אפילו די פאר טעג וואס זעט אויס מעגליך פאר רעגען בלייבט טרוקען. היינט איז ווייטער געבליבען מערסטענס פארוואלקענט אבער טרוקען. היינט ביינאכט ווערט קלאר אין קיל אין פון דינסטאג ביז מיטוואך בלייבט זיניג אין שיין אין די 60s , דאנערשטאג אין פרייטאג קומט א שטורם נאנט געניג פאר מעגליכקייט פאר רעגען אבער נישט נאנט געניג פאר אסאך רעגען אין ווינט. עס וועט בלייבען קילער נאר אין די הויכע 50s. פאר שבת ביז מאנטיג זעט אויס הערליך מיט זין אין טעמפרעטורס ווייטער אין די 60s קילער לעבען די וואסער אין אין די שטאט, אבער נאנט צו אדער איבער 70 אפסטעיט אין אויך אין לעיקוואוד.
וועטער ברוקלין-
מאנטאג נאכט-קלאר אין , קיל , ווינטיג 45 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך - זיניג אין מילד ,בייטאג , 65-70 . קלאר אין קיל ביינאכט , 45-50. דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 55-60 בייטאג. 45-50 ביינאכט. שבת, זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין ווארעמער , 65-70 בייטאג, 45-50 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
מאנטאג נאכט-קלאר אין , קיל , ווינטיג 45 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך - זיניג אין מילד ,בייטאג , 66-72 . קלאר אין קיל ביינאכט , 45-50. דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 55-60 בייטאג. 45-50 ביינאכט. שבת, זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין ווארעמער , 70-75 בייטאג, 45-50 ביינאכט.
וועטער מאנסי-
מאנטאג נאכט-קלאר אין , קיל , ווינטיג 42 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך - זיניג אין מילד ,בייטאג , 65-70 . קלאר אין קיל ביינאכט , ארום 45 . דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 55-60 בייטאג. ארום 45 ביינאכט. שבת, זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין ווארעמער , 68-72 בייטאג, 45-50 ביינאכט.
וועטער מאנרא-
מאנטאג נאכט-קלאר אין , קיל , ווינטיג 40 ביינאכט. דינסטאג, מיטוואך - זיניג אין מילד ,בייטאג , 65-70 . קלאר אין קיל ביינאכט , 40-45. דאנערשטאג אין פרייטאג - פארוואלקענט אביסעל רעגען מעגליך דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג אינדערפרי, 55-60 בייטאג. 45-50 ביינאכט. שבת, זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין ווארעמער , 68-72 בייטאג, ארום 45ביינאכט.
וועטערבאריכט האט געשריבן:די מעפס מיינען נישט קיין סאך אבער איך לייג עס ארויף אניוועי. לויט זייער פרעדיקטשען זעט אויס ווי א ווארעמע זיממער פאר די נארטאיסט. ווי אזוי זאגט מען, i guess time will tell.
דאס איז פון פאריאר
איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען עפעס דראמאטישע טעמפראטור סווינגס במשך פאריאר זומער.
יא, איך געדענק אויך נישט עפעס גרויסע סווינגס, איך בין אין ליבערטי אין די קעטצקילס אין דער זיממער אין אויסער אפאר טארנעדא ווארענינגס אין אפאר ווארעמע טעג איז געווען א טריקענע אין קילע זיממער. גראדע צו קיל פאר מיר פערזענטליך. איך געדענק א טאג א פרייטאג אין וואלקענעס אין 55 מיטאג צייט אין דאס איז געווען אויף אוגוסט 15th . איך ווינטש נישט אהן פאר א הייסער זיממער אבער אביסעל ווארעמער ווי לעצטעס יאהר וואלט געווען גיט.
April Ends with a BIG Splash No month has ever ended with such a big rainstorm as did April 2014. 4.97" poured down on April 30, making it New York's rainiest day on record. Previous to this, the rainiest day at the end of a month end occurred on Aug. 31, 1911 when 3.76" fell. Before April 30's deluge the month had been an inch-and-a-half below average. It ended up becoming the sixth rainiest April on record.
More than 60% of the month's rainfall was accounted for on the last day of the month.
Other historic facts about this day. 1963
Up until today just 0.39" of rain had fallen in April and it appeared it would become the driest on record. However, an all-day rain brought 0.89" and the month ended up tied for third driest April. Until 2014, today's rainfall was a record for the date, which is the 2nd smallest amount for a daily record (Sept. 9's daily record is 0.86", which occurred back in 1902).
1990
Today's high of 56 (ten degrees below average) was quite a drop from 73 yesterday and 90 degrees two days ago.
2014
Until this year April 30 was one of three dates that had never seen an inch of rain. That more than ended today as nearly five inches flooded the area, with more than half of it falling after 6PM. The 4.97" that fell was the ninth greatest daily rainfall on record. Besides the rain it was also a very raw day with temperatures only in the 40s.
וועטערבאריכט האט געשריבן: א גיטען אווענט, היינט איז געווען פיין ווארעם 77 אין סענטראל פארק
למען הפונקטליכקייט, ס'איז געווען א משהו מער, ס'איז געווען 78.
יאפ, ביסט גערעכט עס איז ארויף אויף 78 ציווישען די שעות 4-5 . גראדע, אינטערסאנט איז געווען נעכטען דער קראך פון די טעמפרעטורס פון די back door cold front , איז געווען ריזיג. אין וועסטהעמפטען לאנג איילענד איז עס געגאנגען פון 71 ביז 50 אין איין שעה, אין סענטרעל פארק איז עס אנגעקומען שפעטער אבער אויך אראפ פון 72 ביז 56 אין איין שעה. דא אין בארא פארק איז עס אראפ ביז 48 ביי 9 אזייגער נאך א high פון 77 . א back door cold front הייסט אזוי וויל אנשטאט די געווענטליכע פראנט וואס ריקט זיך נארטוועסט צו סאוטאיסט אין ברענגט קילערע טריקענע לופט, די back door ריקט זיך אנקעגען די געווענטליכע וועטער אין פארט פון נארטאיסט צו סאוטוועסט. דאס ברענגט קילע פייכטע איסט צו נארטאיסט ווינטען אין קלאפען אראפ דער טעמפרעטור אסאך דאס געשענט בדרך כלל נאר אין די spring.