קען עס טאקע ווערן א ריאליטעט?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
נשמת אדם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2015 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

קען עס טאקע ווערן א ריאליטעט?

שליחה דורך נשמת אדם »

ווער עס האט נאר אמאל שוין איבער געטרעטן די שוועל פון קאווע שטיבל האט זיך שוין אנגעטראפן מיט די קלאגענישן אויף די מצב אין ישיבות, און מיט ישיבות כהיום, צו עס איז לגבי דעם וואס אמאל פלעגן די ישיבות שטאלצירן מיט די פירות וואס זיי גיבן ארויס, אבער כהיום שטאלצירן זיי מיט די סחורה וואס זיי נעמען אריין, און אזוי אויך אז עס אינטרעסירט קיינעם נישט די וואוילזיין פונעם בחור נאר אז ער זאל גיין מיטן שטראם און נישט מאכן קיין פראבלעמען, די פראבלעמעם שארט מען אריין אונטערן קארפעט און מען איז פושט טלפיו לומר טהורה אני, און אוודאי וויאזוי מען גיבט זיך אפ מיט קדושה ענינים וואס איז ממש א חורבן ויעידון כל באי עולם וועגן דעם,

האבן זיך צוזאם גענומען אפאר עסקנים וואס ווילן אמת'דיג אויפטוהן פאר השי"ת וועגן און זיי זעהען אין יעדן בחור נישט נאר נאך אפאר פונט פלייש, נאר אז יעדער איז א נשמה נר ה' "נשמת אדם" און עס האט זיך אנגעהויבן וועבן א פלאן אז מען זאל אויפמאכן א ישיבה וואס זאל אדרעסירן די אלע אויבן דערמאנטע נקודות ועוד ככל הצריך, די ישיבה וועט זיין געשטעלט אויף צוטיילן די שעות פון לערנען מיט שעות פון אקטיוועטיס ועוד הרבה ענינים, אין ארץ ישראל איז שוין דא אפאר אזאנע ישיבות וואס אפערירן מיט גרויס הצלחה,

נאר דא שטייען זיי פאר א גרויסע דילעמא און איך וועל דאס מפרש זיין פאר אונזערע טייערע חברים ווייל אייער מיינונג און דעה וועט אי"ה זייער אסאך אויסמאכן,

די שאלה איז, אז דאס איז פשוט אז וויכטיגער איז צו עפענען א ישיבה קטנה ווי א ישיבה גדולה, ווייל דעמאלטס איז נאך דער בחור נישט אזוי פארדרייט צו מיואש אדער שוין משוקע אין תאוות וכדו' און פארוואס זאל מען ווארטן ביז עס שרייט שוין פון איהם העלפ אז מען זאל איהם העלפן, פארוואס נישט זיין פרא אקטיוו און אנהויבן פון ישיבה קטנה ווען דאס ביימעלע איז נאך יונג און עס איז פיל גרינגער דאס צו בייגן אל עץ החיים, אבער מצד שני האט אזא ישיבה קטנה צוויי שווערעקייטן, 1. די עלטערן, וואס וועלן לכאורה מרצונם הטוב נישט אנערקענען אז זייער קינד דארף הילף, און אז ער וועט נישט מצליח זיין אין א אזוי גריפענע געהעריגע ישיבה, און ווען זי וועלן שוין יא שיקן דאס קינד וועלן זיי ערווארטן גדולות ונצורות און וועלן קריטיקירן אויף טריט און שריט, און מען וועט לעולם דוד זיך מוטשען מיט אריינבאקומען בחורים ווייל נאר דורך עסקנים וועלן עלטערן שיקן אהין. ב. די בחורים וואס זעהען אליין נישט איין אז מען איז דא זיי צו העלפן זיי זענען נאך ווי אפרוחים שלא נפתחו עיניהם און פארשטייען נאך נישט וואס מען וויל פון זיי און אז מען איז נישט דארט זיך צו פייטן מיט זיי נאר זיי צו העלפן.

לעומת זה א ישיבה גדולה איז פיל גרינגער צו עפענען ווייל 1. מצד די עלטערן וואס אין די יארגענג פארשטייען זיי שוין צו משלים זיין מיטן מצב און זוכן די בעסטע פארן קינד און נישט דווקא די ברענד נעים, און וואס מען טוהט מיטן בחור וועלן זיי זיין צופרידן, 2. די בחורים אליין זענען שוין צובראכן און צוקלאפט אז עס איז זייער גרינג זיי צו ווייזן אז מען איז דא פאר זיי מען קען זיי גרינגער מסביר זיין וואס מען וויל פון איהם און ער ווייסט דאס צו מכיר זיין און ארבעט גרינגער מיט מיט דעם, אבער מצד שני למען ה' פארוואס זאל מען ווארטן אזוי לאנג ביז זיי ווערן שוין פארשמירט און דעמאלטס קומען אויפווישן די שמוץ ווי די כעלעמער וואס האבן געבויעט א שפיטאל נעבן די צובראכענע שטראז פארוואס זאל מען נישט מעיקרא זיי ווייזן די ריכטיגיע וועג את הדרך ילכו בה.

איז יעצט די שאלה וואס איז ריטיגער צו אויפמאכן און וואס איז מער מעגליך צו אויפמאכן, אויב א ישיבה קטנה וויאזוי אדרעסירט מען די שווערעקייטן פון די רעיון, און א ישיבה גדולה צו איז דאס טאקע די איינציגסטע מעגליכקייט צו ווארטן ביז די עלטערן ווערן אויפגעוועקט צום פאקט אז זייער ילד שעשועים איז שוין א נטע זר?

רבותי מיר ווארטן אויף ריספאנד צו הערן אייער מיינונג

נשמת אדם

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר