[center]זיבעטע קאפיטל:
דער צווייטער אמשינאווער רבי - ר' מנחם'ל.[/center][center]דער יונגער רבי.[/center]ר' מנחם'ל אמשינאווער איז געבוירן אין יאר תר"כ, און בערך ביי די פערצן יאר האט ער חתונה געהאט. זייענדיג א ריכטיג אמשינאוו קינד, האט ער שוין פון קינדווייז אן עוסק געווען אין חסד, הכנסת אורחים, און געווען בידידות באחוה ורעות מיט זיין טאטנס חסידים. ער פלעגט זיכער מאכן אז די עניים וואס זענען געקומען צום טאטן [און עניים האבן נישט געפעלט אינעם געשמאקן אמשינאוון קרעמל...] זאלן האבן וואס צו עסן און וואו איינצושטיין. אזוי אז ביי זיין טאטנ'ס פטירה בשנת תרל"ח, כאטש וואס ער איז געווען א יונגערמאן פון אכצן יאר, איז ער אבער גאר שנעל באליבט געווארן ביים עדה, עד כדי כך אז אונטער זיין הנהגה האט אמשינאוו געבליהט, און איז געווארן א פעסטונג אין פוילישן אידנטום. ר' מנחם'ל איז געווען א מוסטער פון ליבשאפט אן א שיעור, אז מ'האט ממליץ געווען אז אויב זיין טאטע איז געווען בבחינת 'אהבה', איז ער געווען בבחינת 'אהבה שבאהבה'...
ווי געזאגט, איז ער געווען א יונגערמאן ביים איבערנעמען די רבי'סטעווע. ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיינע יונגערע ברודער וואס זענען געווען קליינע יונגלעך. אבער ער האט געהאט א צורה וואס האט מעיד געווען אויף זיין אצילות און קדושה. עס ווערט דערציילט, אז גלייך נאכן ענדיגן דעם שנת האבל נאכן טאטן [וואס אינעם יאר האט ער נישט עכט געוואלט פראוון רבי'סטעווע], איז ער געפארן אויף א שבת צום אלטן טשארטקאוון רבי'ן, ר' דוד משה, וואס האט אים מכבד געווען מיט זיין אייגענע עליה - שלישי. אויפן וואונדער פון זיינע חסידים - וואס צווישן זיי זעלבסט האבן זיך געציילט אדמורי"ם מפורסמים - האט ער מגיב געווען: 'וואס איז די וואונדער? זיין הכרת פנים איז מעיד אויף אים ווער עס איז דער אמשינאווער רבי'.
צורת קדשו של רבי מנחם מאמשינאוו:[center]אהבת ישראל, דיבוק חברים, און עסקנות לש"ש.[/center]זיצנדיג ביי א אסיפת הרבנים, האט ער אמאל געטייטשט וואס חז"ל זאגן אין מסכת מכות דף כ"ב: 'כמה טיפשאי שאר אינשי, דקיימי מקמי ספר תורה ולא קיימי מקמי גברא רבא, דאילו בספר תורה כתוב ארבעים יכנו, ואתו רבנן בצרי חדא'. אז פשט איז, אז חז"ל האבן געזאגט אז מ'דארף מכבד זיין חכמים און זיך אויפשטעלן פאר זיי נישט צוליב זייער עוסק זיין אין תורה, נאר צוליב דעם וואס זיי האבן באוויזן אראפצונעמען א 'קלאפ' פאר א איד...!
דאס איז אמשינאוו, און דאס טייטשט אפ דעם רבי'ן ר' מנחם'ל, בבחינת 'חכם, מה הוא - אומר', דאס וואס ער איז - דאס זאגט ער, ודו"ק.
איינמאל ביי א ראש חודש סעודה, איז געווען א גרויסע עולם ביים טיש, און ס'איז נישט געווען גענוג עסן פאר יעדן. האט דער רבי געזאגט, אז ס'ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע או"ח סי' תי"ט אז ס'איז א מצוה מרבה צו זיין בסעודת ראש חודש. האט דער רבי געטייטשט אויפן טיפישן אמשינאוון שטייגער, אז 'צו מיינט עס דען אז מ'געבט צו נאך א שטיקל פלייש? נאר ס'מיינט אז מ'רופט צו נאך א איד מיטצועסן מיט אים' [-מ'זעט איינמאל נאכן צווייטן די אמשינאווע שטריכן, אהבת ישראל און דיבוק חברים].
זיין עסקנות איז געווען א שם דבר אין גאנץ פוילן. מיט זיין כריזמאטישן כח האט ער אנגעקניפט קשרים מיט די ראשי קהילה אין עיר הבירה ווארשע, כאטשיג זיי זענען בעיקר באשטאנען פון מתבוללים רח"ל, און אזוי האט ער מער געקענט אויפטון להרמת קרן התורה והיהדות. און ער איז טאקע געווען א יוצא ונכנס אין ווארשע, זייענדיג פארנומען אפצושאפן גזירות, און שתדלנות למען הכלל. ווי אויך האט ער - ווי זיין טאטן - עוסק געווען אין פדיון שבוים, ארויסצוריקן בני תורה פון מיליטער, דורכן שאפן שווערע סכומים געלטער פאר דעם צוועק, ארומקלעטערנדיג איבער שטעטלעך צו שאפן די נויטיגע סכומים.
דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט, אז דאס איינציגסטע מאל וואס ער האט זיך גערעגט אויף איינעם איז געווען ביי איינע פון די אסיפות למען הכלל, ווען מען האט גע'שתדל'ט אפצושאפן א גזירה אז מען מוז זיך שערן די בארד. איז געווען עפעס א דייטשע רב וואס האט נישט געוואלט חתמ'ענען, וויבאלד ער זעלבסט איז אויך געווען א מגולח. אבער היות יענער איז געווען אן אנגעזעהענעם רב, וואלט זיין חתימה אסאך אויסגעמאכט אפצושאפן די גזירה. איז דער אמשינאווער רבי - טראץ זיין אויסערגעווענליכע ווייכקייט און ליבליכקייט - צוגעגאנגען צו אים שארפערהייט, און אנכאפנדיג זיין הייליג בארד האט ער יענעם געזאגט: 'די הייליגע בארד ווילסטו טשעפענען?! איך וועל דיר אויסרייסן פון שורש!'. ס'האט יענעם באפאלן א פחד און ער האט אויפן פלאץ גע'חתמ'עט.
אבער ווי דער אמשינאווער נוסח, גלייך נאכדעם האט ר' מנחם'ל אים געזעצט לעבן זיך בכבוד גדול, און אים מכבד געווען מיט א ציגארעטל... מ'שטיינס געזאגט, ההכרח לא יגונה אבער יעצט זעמיר בעסטע פריינט...
אינעם נעקסטן קאפיטל, וועלן מיר אי"ה צוענדיגן צו באשרייבן דאס לעבן פונעם צווייטן אמשינאוון רבי'ן - ר' מנחם'ל, און דערנאך גיין צום עלטסטן זון - ר' יוסף.