אדנירם האט געשריבן:אויב דו [מיט דיין פריינט מור וקציעה] קענסט נאר גיין פערזענליך, לגופו של ניק אנשטאטס לגופו של ענין, דאן ניצחתני כעלעמער כאכעם!!!
איינער וואס פונעם ערשטן רגע האט זיך ארויפגעווארפן אויף יענעם, איז נישט ווערט קיין תגובה מנומקת [דיין פערזענליכקייט שיינט ארויס פון די מאס 'לייקס' וואס דו האסט שוין פארגינען פאר א צווייטן אין דיין היסטאריע עלי אדמות קאווע שטיבל].
פון מיין זייט איז די דיסקוסיע געענדיגט. כ'האב שוין געשריבן מיינס, כ'האב שוין צוגעשריבן אז מיינע ווערטער זענען סך הכל א טיפה מן הים פון חומר וואס איז אפגעשריבן איבער דעם נושא. פון דא און ווייטער, פארלאז איך מיך אויפן עולם אז מ'וועט אליינס גריבלען און זיך דערגרינטעווען לגוף הדברים.
דו - כעלעמער כאכעם, האסט מיר פארעקלט פון שרייבן ווייטער איבער דעם נושא.
שטעכעדיגע שפראך איז גוט אין מקוה, אדער צו דיין ווייב וואס ליבט דיך שטארק מיט דיין לשון מדברת גדולות.
נישט דא.
מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
דוגמא של תגובה לגופו של ענין ולא לגופו של ניק...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
אדנירם האט געשריבן:אויב דו [מיט דיין פריינט מור וקציעה] קענסט נאר גיין פערזענליך, לגופו של ניק אנשטאטס לגופו של ענין,
אדנירם - איך האב שטארק הנאה געהאט פון אלעס וואס דו האסט געשריבען און דעם אשכול , איך האב נאר אן אנדער מיינונג איבער דעם נושא , אלענספאלס, יאך אנטשולדיג זעך פארן נישט זיין געניג נזהר בכבוד חברים בפרט יעצט און די ימי הספירה וואס מדארף ספעציעל זיין מער נזהר כמבואר בחז''ל , איך האב פאר קיין איין רגע גארנישט געמיינט פערזענליך ח''ו, ביטע אנטשולדיגן
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
ס'איז א קאמפליצירטע נושא זיך צי טענה'ן איבער וואקסינען, ווייל ביי די וואקסין גלויביגע איז עס אזוי ווי א רעליגיע, יעדע ראיה אז ס'נישט אזוי פויגעלדיג ווי זייער בלינדע גלויבינג רעגט זיי אויף עד דכדוכה של נפש,
מיט מיין תמימות האב איך אמאל געמיינט אז ווען מען ברעגט ראיות צי שטארקען די צד אז וואקסינען איז שעדליך וועט דאס העלפען צי אפשוואכען די אופאזיציע, שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער, נישט קיין בערען און נישט קיין וואלד, ווען מען ברענגט ראיות רעגט עס זיי נאך מער אויף, און זיי הייבען אן פין פריש מיט ליידיגע לאזונגען אן שום אינהאלט,
ס'איז אזוי ווי מען וויל אויפווייזען פאר א טאליבאנער אז מוחמאד איז געווען א שיכור און א גייסטיש אומסטאבילער, קענסט רעדען צום דופן עקומה, און אמאל דאס אויכנישט,
נאר וואס דען ס'דא אסאך וואס זענען נישט אזוי פאנאטיש פארגלייבט, און פאר זיי איז גוט צי ליינען אז וואקסינס איז נישט אזוי פויגלדיג, כדי שלא ימות כמו שמת פלוני....

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:ס'איז א קאמפליצירטע נושא זיך צי טענה'ן איבער וואקסינען, ווייל ביי די וואקסין גלויביגע איז עס אזוי ווי א רעליגיע, יעדע ראיה אז ס'נישט אזוי פויגעלדיג ווי זייער בלינדע גלויבינג רעגט זיי אויף עד דכדוכה של נפש,
מיט מיין תמימות האב איך אמאל געמיינט אז ווען מען ברעגט ראיות צי שטארקען די צד אז וואקסינען איז שעדליך וועט דאס העלפען צי אפשוואכען די אופאזיציע, שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער, נישט קיין בערען און נישט קיין וואלד, ווען מען ברענגט ראיות רעגט עס זיי נאך מער אויף, און זיי הייבען אן פין פריש מיט ליידיגע לאזונגען אן שום אינהאלט,
ס'איז אזוי ווי מען וויל אויפווייזען פאר א טאליבאנער אז מוחמאד איז געווען א שיכור און א גייסטיש אומסטאבילער, קענסט רעדען צום דופן עקומה, און אמאל דאס אויכנישט,
נאר וואס דען ס'דא אסאך וואס זענען נישט אזוי פאנאטיש פארגלייבט, און פאר זיי איז גוט צי ליינען אז וואקסינס איז נישט אזוי פויגלדיג, כדי שלא ימות כמו שמת פלוני....
כ'האף דו פארשטייסט אז אלעס וואס דו שרייבסט קען מען ק/פ אויף פארקערט... שווער איבערצווייזן אן אנטי-וואקסינער וכו' וכו'. שלא תמות וכו'.
ווען מ'ברענגט ראיות רעגט דאס אים נאר מער אויף און הויבט אן מיט פרישע ליידיגע לאוזונגען אן קיין שום אינהאלט וגו'.
ביי די אנטי-וואקסינער איז עס א רעליגיע וכו'.
בלינד, גלויבינג, רעגט זיי אויף עד דכדוכה של נפש.
בקיצור, ס'איז א טו וועי סטריט. זיכער נישט קיין דברים של טעם שיש בו כדי שכנוע
לציחצוח והברקה עיין פה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Rzxr9FeZf1g[/youtube]
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
כ'האף אז די האסט נישט קיין הוה אמונה אז איך גיי מיר טענה'ן מיט דיר.....
טאמער די ביסט אנטשלאסען צי גלייבען אין וואקסינען, דאן גלייב דערין, ס'נאר א שאד אויף דיינע קינדער וואס די שטעכסט זיי צאם מיט כל צרי וכל זב,
א בחינה פין מעביר זרעו למולך.... וועגען עפעס א ווילדע אמונה טפילה פון בארפיסיגע מדבר לויפער,

HOW TO ARGUE WITH THE ANTI-VACCINE CRAZIES: A GUIDE
[left]Popular Science July 2013
(..in case you decide you do want to argue)[/left]

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
א שאד אז יידל האט נישט גלייך געענטפערט, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א שטיקל קינדערישע קריגעריי, הגם מיטן פראפעסאר איז באמת נישט דא וואס צו טענה'ן, קוקט דער משזשאר יא אויס ווי א שטיקל לייטישער אינגערמאן, און אויב ווייסט ער נאכנישט דעם פראבלעם פון ענעקאדל עווידענס איז ער נאכנישט אינגאנצן אפגעפרעגט, מען קען אים שיין אויפקלערן דעם חילוק, ועוד וויפיל מען זאל נאר אוועקמאכן ענעקאדל איז נאכאלטס אין לדיין אלא מה שעיניו רואות, הכל פנים למיחש מיהו בעי, און אפילו דער גרעסטער דאקטאר אויב וועט ער אבזעווירן א מאדנער קאערשיינונג, וועט ער זיין פארזיכטיג און עס מער שטודירן, הגם ער וועט נישט ציען קיין פאקטן געבויעט אויב דעם.
איז די ענעקדאטן וואס די ברענגסט פון דיינע קוזינס אז זיי זענען געווארן ל"ע אוטיסטיש פון דעם, ברויכסטו וויסן אז דאס איז א זאך וואס מען שטודירט שוין יארן לאנג, און קיין שום סטאדי האט דאס נאכנישט געקענט באשטעטיגן, במילא וועט א רעכדענקיגער מענטש מיזן אננעמען אז אויב קען דאס נישט ווערן איבערצייגט נאך אזויפיל יארן פארשן מיז זיין אז עס איז נישט אמת, און די אינצידענטן וואס די ברענגסט זענען א צופאל אדער אביסל איבערגעטריבן.
לגבי די מעשה פון מאמפס, וואס די האסט געברענגט, משם ראיה אז די פארשטייסט נישט בעיסיקס פון וואקסינאציעס, רוב וואקסינאציעס זענען נישט הינדערט פראצענט עפעקטיוו, למשל מאמפס נאך צוויי שאטס איז עפעקטיוו צווישן 66 און 95 פראצענט, ד. ה. אז טייל וואקסינירטע מענטשן האבן נאכאלטס א 66 פראצענטיגער שאנס פון עס איבערכאפן, דער מיינונג פון די סייענטיסטן פארוואס מען געט עס איז פשוט ווייל עס רעדיצירט נאכאלטס די שאנסן פון עס באקומען, און צווייטנ'ס והוא העיקר, וויבאלד דער וואקסין העלפט נאך ביי 88 פראצענט, קומט אויס אז יעדע זשענערישאן פאלט די נאמבער מיט פרישע 88 פראצענט. למשל אויב וועט מען וואקסינירן א סאסייעטי פון א מילאן מענטשן, פאלט די נאמבער פון פאטענשאל אנשטעקערס פון א מיליאן צו בלויז צווי הינדערט טויזענט, קומט אויס דער טשאנס צו עקטשועל ווערן אנגעשטעקט פונעם ווירוס איז באמת פיל נידריגער ווי 12 פראצענט, און אין יעדער דור פאלט פראצענט אנשטעקערס מיט פרישע 88 פראצענט. און דאס איז די טעם פארוואס אין אמעריקע איז כמעט שוין נישטא קיין מאמפס פעלער, ווייל עס זענען שוין נישטא קיין מענטשן וואס קענען עס איבערגעבן.
(מיינע נאמבערס זענען צו סימפעלפייד, באט איי האופ יו געט די פוינט.)
אויב גייט אלעס ווי געפלאנט קומט אויס אז נאך אפאר דורות פאלט די צאל אנשטעקערס צו זירא, און דאמאלטס ווערט דער ווירוס עקסטינקט, קען מען שוין אויפהערן צו געבן די וואקסין, פונקט ווי די סמאל פאקס ווירוס וואס מען האט שוין יארן צוריק אינגאנצן אויסגעראטן אדאנק וואקסינאציעס, און מען געט שוין היינט נישט קיין ואקסינען פארדעם.
יעצט אויב קומט א חכם וואס האט "דורכגעטון די נושא" און נעמט נישט קיין ואקסינען אויף מאמפס למשל און פונקט ער פארט קיין לאנדאן און פיקט אויף די ווירוס, דאן פאלן מיר צוריק צו די ערשטע פאזע, און די טשאנסן אז יענער זאל עס פארשפרייטן אין די קאמיונעטי איז היפש הויעך, קודם וועט ער זיכער אנשטעקן דערמיט זיין גאנצע אומוואקסינירטע פאמיליע, דערנאך שטעקן זיי אן אין חדר די אלע האלב וואקסינירטע קינדער וואס האבן עס נאכנישט גענומען צוויי מאל, אדער גאר פארגאסן צו נעמען, און נאכדעם האבן מיר א גרויסע צאל אנשטעקערס וואס העכערען די טשאנסן אז אפילו די וואקסינירטע זאלן עס איבערכאפן, ווייל ווי געזאגט העלפט נאר דער וואקסין ביי בערך 88 פראצענט, און צום סוף לאכט נאך דער אומוואקסינירטער חכם פון די דאקטורים אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
די נקודה אז ווירוסן קענען אדורך גיין מיוטאציע און זיך טוישן אז ואקסינען זאלן נישט ארבעטן קעגן זיי, איז ביי רוב ווירוסן נישט אמת, און אפילו אויב יא, איז עס נאכאלטס שלא מן הענין, ווייל ווי געזאגט אויב נעמט יעדער וואקסינען ווערט די ווירוס אינגאנצן אויסגעראטן, און קען מער נישט עוואלוון, ותן לחכם ויחכם עוד.
נאך א נקודה, די אלע קאנספיראציע שיטות אז די וואקסינען האבן גארנישט געהאלפן ווייל עס איז ממילא שוין געפאלן, זענען געפערליך פארדרייט, זיי וועלן אויסשטעלן די נאמבערס אויפן טשארט עס צו מאכן אויסקוקן מינדערוויכטיג, ברענג מיר איין אזא טשארט, וועל איך דיר ווייזן ווי זיי פארדרייען דעם אמת.

די הוספה גופא האסטו מחליט געווען אדער דורכגעטוהן? והבן.
בכלל למאי נפקא מינה ווער האט וואס, ווילסט מען זאל ווייטער רעדן פונעם קאמענעצקיער רעבעצין, אדער האסטו עפעס צוצולייגן לעצם הענין?
בכלל למאי נפקא מינה ווער האט וואס, ווילסט מען זאל ווייטער רעדן פונעם קאמענעצקיער רעבעצין, אדער האסטו עפעס צוצולייגן לעצם הענין?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
ענדליך טוט איינער צו דער זאך , דאס איז די מערסטע ווירקזאמע מיטל וואס איעדע דעמאקראטיע האט פולע רעכט זיך צו באנוצן
http://www.smh.com.au/federal-politics/ ... mj837.html
http://www.smh.com.au/federal-politics/ ... mj837.html
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
שמערל האט געשריבן:
ברענג מיר איין אזא טשארט, וועל איך דיר ווייזן ווי זיי פארדרייען דעם אמת.
מען האט דאך געברענגט טשארטס, נו ווייז אויף.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:
ברענג מיר איין אזא טשארט, וועל איך דיר ווייזן ווי זיי פארדרייען דעם אמת.
מען האט דאך געברענגט טשארטס, נו ווייז אויף.
ליין ביטע איבער וואס כ'האב געשריבן.
עס איז נישט שייך צו פירן א וויכוח אזוי אז ווילאנג איך בין זיך נישט מטפל מיט יעדע בלאג, איז יענער נישט אפגעפרעגט.
בכלל איך האב נישט גערעדט צו דיר, זעט אויס צו וועם איך האב גערעדט איז שוין אלעס פארענטפערט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: מעג מען געבט שאטס פאר קינדער? וויאזוי?
פון וואס ווילסטו רעדן, פונעם וועטער? אדער האסטו עפעס מוסיף צו זיין דא אינעם שמועס, פון דיין פריערדיגע תגובה האט משמע געווען אז די ביסט בלויז אינטרעסירט אין שיסן אנאליזן ווער האט יא /נישט דורכגעטוהן די נושא.
אן אינטערסאנטע פארשריט שפילט זיך יעצט אפ אין ישראל. ס'איז א הייסע טעמע אין אסאך פארגעשריטענע מדינות וואס געזונטהייט פערפעסיאנאלן פארלאנגען אז די רעגירונג זאל שניידן אדער עלעמינירן סאציאלע פראגראמען פון עלטערן וואס זאגן זיך אפ פון וואקסינירן די קינדער. ס'דא קולות פון ביידע זייטן כמובן. טייל שרייען וואס זענען די קינדער שולדיג, ס'איז גענוג זיי זענען אריינגעפאלן געבוירן צו ווערן ביי אזעלעכע עלטערן וואס צוליב זייערע שגיונות קימערן זיי זיך נישט מיט די געזונט פון זייערע קינדער. אנדערע שרייען אז וויבאלד אזעלעכע וואס זענען נישט וואקסאנירט שטעלן א געפאר פאר אנדערע מענטשן ווי למשל יונגע קינדער אדער אזעלעכע וואס ביי זיי האט די וואקסין נישט גענוג אויפגעבויעט די אימיון קעגן די מחלות, און אויב דאס קען אפשר צווינגען די עלטערן זיך צו ברעכן איז הקולר תלוי בצאווריהם. די וויכוחים גייען צומאל אויף די הויכע טענער אבער יעצט קומט די נייעס פון ישראל אז א חלק פון די משא ומתן פון פרעימער מניסטער נתניהו מיט די יהדות התורה פארטיי האבן די לעצטע אריינגשטעלט אין די פארלאנגן זייערע אז "בנוסף משרד הבריאות יקבע נהלים לגבי חיוב קבלת חיסונים הנדרשים לילדים. חוק הביטוח לאומי יתוקן וייקבע בו כי לא יותנו קצבאות לילדים במקרה בהם הורה מסרב כי ילדיו יקבלו את החיסונים"
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ביל מאַהר אין א אינטערוויו מיט ראבערט פ. קענעדי איבער די וואַקסין אישו
https://youtu.be/Xo4PLqjsHSs
https://youtu.be/Xo4PLqjsHSs
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך בין געזעסן דער שבת לעבען א וועלט'ס ת"ח און א דאקטאר איז געקומען פרעגען וועגען דער נושא. ער האט געברענגט ראיות און יסודות עפ"י תורה, וואס איז גאנץ ווייט פון דער דעת בעלי בתים וואס מ'הערט. איך האב נישט דער צייט אלס אראפצושרייבען ועוד חזון למועד, אבער די יסודות זענען געבויט אויף הלכות יוהכ"פ ווען דאקטורים האלטען אנדעריש איינער פון די צווייטע, נאך וועמען גייט מען. אויך אויף הלכות נזקי שכנים צו מ'קען פאדערען פון א צווייטען טוהן עפעס פאר דיר.
בל"נ ווען מ'האט א פרייער מינוט מיט ישוב הדעת, וועט מען זיך נעמען שרייבען צו דער זאך.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא