חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
ווי באקאנט האט יעדע חסידות איר אייגנארטיגקייט, איר מהלך אין עבודת השם, אירע שיטות און הדרכות וואס מאכט איר אנדערש פון אנדערע חסידות'ן. יעדע פלאץ האט זיך אירע יסודות און פרינציפן, אויף אזוי ווייט אז אין געוויסע פלעצער שפירט זיך אז דארט ליגט דער סאמע יסוד אין חסידות און נישט ערגעץ אנדערש.
פאראן חברים דא וואס ווילן ארויסהאבן די יסודות פון חסידות סקווירא, אויף וועלכע גרינטן איז זי געבויט? - וואס מיינט דאס א סקווירא חסיד און ווי אזוי ווערט מען א חסיד פון סקווירא? - אזוי אויך, מיט וואס איז סקווירא חשוב'ער און בעסער פון אלע אנדערע פלעצער, וואס מאכט איר וויכטיגער און מיט וואס שטייגט זי איבער די גאנצע חסידי'שע וועלט?
מיר ווילן דא איינלאדענען מנשה, זאל אונז קומען געבן א הסבר איבער חסידות סקווירא, ארויסברענגען איר שיינקייט, אירע יסודות און הדרכה, מיט א ברירות און פונקטליכקייט, כדי אויך די אנדערע חברים אויפן שטיבל זאלן קענען זוכה זיין צו נהנה זיין מעץ הדעת ומעץ החיים, שפירן אביסל מנועם זיו קדושת סקווירא, זאל מען כאטש וויסן וואס סקווירא פארמאגט (כבחינת די גוים וואס האבן טועם געווען פון די בהמות וואס האבן געגעסן די איבערלייבענישן פונעם מן, כמדרש הידוע...).
זאלן די לייקס אויף דעם אשכול באטראכט ווערן ווי א פעטיציע צו מנשה, מיט א פארלאנג אז ער זאל אונז אביסל שרייבן איבער סקווירא און איר קדושה. אז דער עולם וועט לייקן, וועט דאס דינען אלס רוף פאר מנשה, ער זאל זען וויפיל מענטשן ווילן דאס באמת וויסן און ליינען, אז ער זאל קומען און באשרייבן דעם שיינעם נאבעלן ארט.
בקידה ובהשתחוואה.
חקרן

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חקרן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אז איך בין דארט איז נישט גענוג? תן לחכם ויחכם עוד.. חחחחחח
אה, ב"ה.
טאקע דאס האבן מיר געוואלט קלאר מאכן.
יעצט ווייסן מיר פונקטליך די הייליגקייט פון סקווירא, און די מוסדות זאלן זיך רעכענען פאר א פארפלייצונג פון חסידים וואס וועלן יעצט צום ערשטן מאל אריינשטראמען אויף שבת צום העיליגן שבת - גראד פונעם קאווע שטיבל ארויס.
אז מנשה רעדט נאכנישט וועל איך נעמען דאס ווארט. ס'איז באוויסט אז ביי אונגערישער חסידים איז געווען אנגענומען צו האבן מער פון איין רבי, און ווי מ'האט נאר געזען אן ערליכער יוד איז מען געגיינגען הערן פון עם. אט דא האט זיך אנגעהויבן די יסוד היסודות אין סקווירא. רבי משה ניישלאס אבד"ק ור"י סערדאהעל, האט געזען אן ערליכער יוד ווי סקווערער רבי זצ"ל, האט ער זיך מקשר געווען צו נעם. און אפילו מיטגעשלעפט זיין גאנצע ישיבה. אט דאס איז סקווירא.
(ס'איז א שאד צו רעדן פון סקווירא אינדערהיים, ווייל אן סערדאהעלער רב וואלט ממילא גארנישט געווען חוץ פון א רבי)
(ס'איז א שאד צו רעדן פון סקווירא אינדערהיים, ווייל אן סערדאהעלער רב וואלט ממילא גארנישט געווען חוץ פון א רבי)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
טאקע אזוי געווען? ער מיט זיין ישיבה זענען געווען די ערשטע אים אויף צו פיקן? אין וועלכע יאר איז דאס געווען? דער סקווערער רבי האט פארמאגט א שיינער עולם אנהענגער אין וויליאמסבורג פיל בעפארן גרינדן דאס שטעטל, און רוב רובם פון זיי זענען פארבליבן אין וויליאמסבורג און עווענטועל פאר'סאטמארט געווארן אזוי אז זייערע קינדער ווער רעדט נאך אייניקלעך ווייסן שוין נאר פון די געשפאנטקייט וואס האט געהערשט מיט סאטמאר רב.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה האט געשריבן:טאקע אזוי געווען? ער מיט זיין ישיבה זענען געווען די ערשטע אים אויף צו פיקן? אין וועלכע יאר איז דאס געווען? דער סקווערער רבי האט פארמאגט א שיינער עולם אנהענגער אין וויליאמסבורג פיל בעפארן גרינדן דאס שטעטל, און רוב רובם פון זיי זענען פארבליבן אין וויליאמסבורג און עווענטועל פאר'סאטמארט געווארן אזוי אז זייערע קינדער ווער רעדט נאך אייניקלעך ווייסן שוין נאר פון די געשפאנטקייט וואס האט געהערשט מיט סאטמאר רב.
ער וואלט אויסגעזען ווי דער קאפישניצער צו דער אלטער סקולענער וכו' וואס האבן אויך געהאט פיל אנהענגער.
אבער דורכדעם בויט מען נישט קיין חסידות.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן אדם האט געשריבן:אז מנשה רעדט נאכנישט וועל איך נעמען דאס ווארט. ס'איז באוויסט אז ביי אונגערישער חסידים איז געווען אנגענומען צו האבן מער פון איין רבי, און ווי מ'האט נאר געזען אן ערליכער יוד איז מען געגיינגען הערן פון עם. אט דא האט זיך אנגעהויבן די יסוד היסודות אין סקווירא. רבי משה ניישלאס אבד"ק ור"י סערדאהעל, האט געזען אן ערליכער יוד ווי סקווערער רבי זצ"ל, האט ער זיך מקשר געווען צו נעם. און אפילו מיטגעשלעפט זיין גאנצע ישיבה. אט דאס איז סקווירא.
(ס'איז א שאד צו רעדן פון סקווירא אינדערהיים, ווייל אן סערדאהעלער רב וואלט ממילא גארנישט געווען חוץ פון א רבי)
בן אדם: ייש"כ. יעצט פארשטעי איך שוין. איך האבמיך אייביג געוואונדערט וויאזוי קומען אונגערישע חסידים צו א רוסישן רעבין. (מ'רעדט נישט פון דעם פאוני וואס ער זאגט ,טאאאטע" מיט א רוסישן/מאלדאווישן עקסענט. כאילו ער איז נעכטן אראפגעקומען פון די שיף...!
ס'איז פונקט אזוי (פאני) אויב די פאפא רעבע וואלט געהאט רוסישע אידן פאר חסידים...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
הו הו רבותי... כאפט נישט קיין הייסע לאקשן...
דא באהאנדלט מען די יסודות און די עיקרים פון סקווירא, וואס עס מיינט צו זיין א סקווירא חסיד, און וואס זענען די יסודות פון דעם פלאץ, וואס שטייגט ארויס פון אנדערע פלעצער. מען רעדט נישט דא אויב ער וואלט יא געווען גרויס צי נישט... מיר דארפן א ריינער סקווירער חסיד, מיט א לויטערע לופט וואס איז נאכנישט פאפעסטעט געווארן פון אנדערע, אזא מנשה לוסטיג וכדו', וואס זאל קומען און ערקלערן באנפין נהירין וואס דאס איז סקווירא.
איז דען דאס נישט יושר?
אויף קאצק - איז פיל געשריבן געווארן!
אויף חב"ד - פיל געשריבן געווארן!
אויף ברסלב - פיל געשריבן געווארן!
אויף צאנז - פיל געשריבן געווארן!
ואתי כי רוכלי ניזל ונחשב?
פיל יסודות'דיגע חסידות'ן זענען שוין באשריבן געווארן, וואס עס באדייט קאצק, וואס עס באדייט חב"ד, וואס עס זענען זייערע יסודות בעבודה וכו'... פארוואס זאל סקווירא נישט זוכה זיין צו א מקיפ'דיגע באשרייבונג, ארומנעמענדיג דעם גאנצן נושא?!
מנשה, מיר ווארטן.
דא באהאנדלט מען די יסודות און די עיקרים פון סקווירא, וואס עס מיינט צו זיין א סקווירא חסיד, און וואס זענען די יסודות פון דעם פלאץ, וואס שטייגט ארויס פון אנדערע פלעצער. מען רעדט נישט דא אויב ער וואלט יא געווען גרויס צי נישט... מיר דארפן א ריינער סקווירער חסיד, מיט א לויטערע לופט וואס איז נאכנישט פאפעסטעט געווארן פון אנדערע, אזא מנשה לוסטיג וכדו', וואס זאל קומען און ערקלערן באנפין נהירין וואס דאס איז סקווירא.
איז דען דאס נישט יושר?
אויף קאצק - איז פיל געשריבן געווארן!
אויף חב"ד - פיל געשריבן געווארן!
אויף ברסלב - פיל געשריבן געווארן!
אויף צאנז - פיל געשריבן געווארן!
ואתי כי רוכלי ניזל ונחשב?
פיל יסודות'דיגע חסידות'ן זענען שוין באשריבן געווארן, וואס עס באדייט קאצק, וואס עס באדייט חב"ד, וואס עס זענען זייערע יסודות בעבודה וכו'... פארוואס זאל סקווירא נישט זוכה זיין צו א מקיפ'דיגע באשרייבונג, ארומנעמענדיג דעם גאנצן נושא?!
מנשה, מיר ווארטן.
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
אין חב"ד איז מען מסביר אז דארט דינט מען דעם אויבערשטן מיט מח און מחשבה, ברסלב ערקלערט אז זיי קלעבן אין שמחה און אין התבודדות, קאצק קלעבט צו שארפקייט און צו אמת, צאנז צו לומדות און קנאות. יעדע חסידות קען אוועקשטעלן און ערקלערן זייער אייגנארטיגקייט אין עבודה.
צו וואס קלעבט סקווירא?
פארוואס זאל סקווירא נישט ארויסהייבן זייער אייגנארטיגקייט?
(נ.ב. דאס וואס מנשה טוט איז זיין נישט שיין, אנטלויפט פון געבן א געהעריגע אנאליז, קודם שרייבט ער אז די גדלות פון סקווירא איז דאס אז ער איז דארט, דערנאך גיבט ער א פטר אפ אז מען זאל לערנען מאור עינים... כ'מיין, דאס הייסט אנטלאפן פון זיך באציען צו א פראגע. מיר ווארטן אויף מנשה.)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום חקרן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
חקרן האט געשריבן:פארשטיי אליין, מיר קענען נישט דורכלערנען גאנץ מאור עינים על רגל אחת, ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז חב"ד איז דאס וואס עס שטייט אין תניא... יענער איז גערעכט, אבער כדי להמחיש לאוזן, דארף מען זאגן עפעס אין קורצערע ווערטער, אראפלייגן אין איין ארטיקל וואס עס זענען די יסודות פון חב"ד.
וכן הוא סקווירא.
חב''ד איז טאקע דאס, ח'כמה ב'ינה ד'עת.
סקווירא איז א המשך פון טשערנאביל, וואס דער הייליגער רבי מנחם נחום זצוק''ל האט מקבל געווען פונעם בעל שם אויף ווייטער, אז מ'זאל דינען אויפן שטייגער פון חג''ת נהי''מ = חסד גבורה תפארת ניצוח וכו'
אז ס'דארף זיין ווייניגער גערעדט, מער געטון, נישט צופיל העכער'ס רעדן, מער פאקטיש טון, ס'זאל נישט זיין חכמתו מרובה ממעשיו.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
איך מיין ערנסט, איז דער אייגנארטיגקייט פון סקווירא, אז דארט איז מען מזכך די מידות? - אין אנדערע פלעצער נישט?
אויך, לאמיר קלארער פארשטיין, לפי דבריך איז סקווירא דער דירעקטער און איינציגסטער ממשיך פון דרך הבעל שם טוב. דאס מיינט אז דער חידוש פונעם בעל שם טוב איז געווען זיכוך המידות - א זאך וואס איז נישט געווען פארן בעל-שם-טוב, און דאס איז מען ממשיך אין סקווירא.
איז דאס וואס דו זאגסט, מנשה?